דעת בעל בית

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: צו , תשע"א · בעל-בית נומער: 40 · דאטום: 2011-03
http://www.balboos.com/content/2011/03/דעת-בעל-בית-23/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

 

אדווערטייזען אין די “בלו בוק”

א ליינער האט אנגעפרעגט (דעת בעל בית פ’ ויקרא) איבער אדווערטייזן אין די “בלו בוק”
ביטע, ביטע, גיב ענדערשט די געלט חתונה צו מאכן יתומים ויתומות ווי איידער צו לייגן אין די גארביטש קען וואס הייסט בלו בוק.
פון FIRST HAND עקפיריענס קען איך דיר זאגן אז עס ברענגט גארנישט, זיי זאגן דיר צו גאלדענע גליקן, ווייזן דיר טויזענטער ‘ליעדס’ וואס זיי שיקן ארויס, אבער קענסט דאס נישט איינקעשן פאר א גרינעם גרייצער,
בכלל אז די רעדסט וועגן סקעפאלדס ביזנעס, טראכט אריין, וועלעכע קאנטראקטאר זאל דיך נעמן זדשאסט ווייל די ביסט געליסטעט אין די ‘בלו בוק’? קענסט דאך זיין געליסטעט אין די יעלא פעידזשעס פאר די געלט.
אויך האט מיר זייער נישט געפאלן די אגרעסיווקייט מיט וואס זיי שטיפן צו אדווערטייזן דארטן, אזש די ווילסט שוין באלד צאלן די געלט זדשאסט פטור צו ווערן פון זיי. וואנס די סיינסט שוין די פארפירן איז שוין נישטא וואס צו טוען. דארף באצאלן די געלט און מער קענען זיי דיך נישט.
ס’איז געווען אפאר יאר צוריק ווען מיין BOSS האט מיט געבעטן צו פיייטן די אגרימענט וואס ער האט געסיינט מיט די א.ד. קאמפעני נאך אפאר חדשים זעענדיג אז מ’מאכט נישט קיין דאלער פון דארט, איך בין דורך שבעה מדורי גיהנום מיט זיי און צום סוף געדארפט באצאלן.
די אגרימענט איז געווען פאר צוויי יאר, א הון רב, קיין דאלער נישט געלייזט פון דארט די גאנצע צוויי יאר.
ביטע שטיי ווייט פון זיי.
ידידך וידיד כל בית ישראל
מנחם

אינסטולירן אידיש אין ווינדאוס

א ליינער האט אנגעפרעגט (דעת בעל בית פ’ ויקרא) איבער אינסטולירן היברו אין ווינדאוס XP
אויב מען וויל האבן אידיש אין ווינדויס XP דארף מען גיין צו
Control Panel > Language
און דארטן ADD די לענגוויטש Hebrew (אבער נישט עדדן די היברוי לעגנוויטש אונטער די ענגליש קי בארד לענגוויטש) און אויב מען טרעפט נישט HEBREW ביי די לענגוויטשעס דארף מען אריינלייגן דער ווינדויס XP אינסטעלעישן CD אינעם CD דרייוו און גיין נאכאמאל ביים אויבן דערמאנטן פלאץ און דעמאלטס דארף מען טרעפן די Hebrew שפראך.
ק.פ.

voip סערוויס

א גוטן חשובע ליינער,
איך וואלט געוואלט פרעגן איבער אייער עקספיריענס מיט VOIP, איך וויל אנהייבן אביסל איינצוצוימען די הוצאת פון טעלעפאן, איך הער אסאך פון VOIP אבער איך וואלט געקענט באשטיין קודם צו הערן פון מענטשן וואס האבן עס שוין.
איך וויל עס נוצן אין די ביזנעס אבער איך דארף נישט קיין גאנצע טעךלעפאן סיסטעם מיט שפיציעלע טעלעפאנס וכדומה. איך דארף א פשוטע ליין.
איך וויל וויסן
1) צו עס איז עס גענוג קלאר, עס האקט זיך נישט אפ און מאכט נישט קיין פראבלעמען.
2) איז עס גענוג רילייעבעל? איז עס אייביג אוועליבעל? עס פארלירט נישט קיין טעלעפאן קאלס וכדומה?
3) וואס זענען די דורכשניטליכע פרייזן וואס מען צאלט פאר אנלימיטעד לאנג דיסטענס.
4) וועלכע קאמפעני איז גוט? איז דא היימישע פירמעס? זענען זיי פונקט אזוי גוט?
א דאנק פון פאראויס
א שטענדיגע ליינער
יוסף א. ג.


רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
פעסווארד מענעזשערס: וועלכע איז בעסער? ראבא פארעם אדער לעסט פעסס?
http://balboos.com/content/?p=1289
שמועס: זאל די בעל בית צושטעלן עקסלוסיווע ארטיקלען בחנם?
http://balboos.com/content/?p=1267


March 14, 2011 at 10:02 AM#2
דעת בעל בית

איבער VoIP
לויט מיין עקפיריענס איז VONAGE זייער גוט. ביליג, קלאר, רילייעבעל.
http://www.vonage.com/

March 14, 2011 at 12:09 PM#3
דעת בעל בית

מנחם, וואונעדזש האב איך גענוצט, און געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט זיי. איך ווייס נישט ווער עס איז געווען שולדיג, אבער סאם האו האב איך נישט פארשטענען פון זיי אז ווען איך סיין אויף מיט זיי האב איך אויטאמאטיש א קאנטרעקט פאר א יאר, און צו קענסלען קאסט קאנסולעישען פי.

איך האב זיי אנגערופן אז איך וויל עס קענסלען, האבן זיי נישט געלאזט.

בלית ברירה האב איך געסטאפט מיין קרעדיט קארד, איך האב צו מיין מזל נישט אויפגעסיינט מיט מיין ריכטיגע נאמען דארט. און זיי האבן ברוך השם געטאפט א דופק. זיי פלעגן שיקן מעסעדזשעס אין אימעיל און אויף מיין וואויס מעיל (דורך גוגל וואויס – אויך א מזל אז איך האב זיי נישט געגעבן מיין געהעריגע נומער), געסטראשע און געבריקעוועט, די פרייז פון שפעט צאלן האט געהאלטן אין איין ארויפגיין, מן הסתם האלט עס שוין יעצט ביי אפאר מיליאן דאלער. זיי האבן אבער נישט וועמען צו קלאגן.

March 14, 2011 at 12:40 PM#4
דעת בעל בית

איך ניץ http://www.phonepower.com איך בין זייער צופרידן מיט זיי נאך קיינמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם די פרייז איז 18.02 א חודש אנלימיטעד יו עס עי און קענעדע נאך טעקסעס (10 פאר טעקס)
מען האט אסאך אפשענס פון פארווערדן די פאון און ווי אויך קען מען באקומען פעקסעס

March 14, 2011 at 1:37 PM#5
דעת בעל בית

סא שלמה, בעסיקלי ביסטו נישט געוווען צופרידן ווייל די האסט געוואלט קענסלען און די האסט געהאט א קאנטראקט און זיי האבן דיך נישט געלאזט, וואס איז זייער פארשטענדליך, אבער די סערוויס, קלארקייט, רילייעביליטי, איז אלעס געווען פיין.

אויך לערנסטו אויס ווי אזוי מ’קען אויסשווינדלען א קאמפאני אויב מ’וויל שטארק, איך מיין אז דאס איז נישט געאייגנט דא אין דעם אויסגאבע וואס איז געמאכט פאר פראפעשאנאל ביזנעסלייט.

מ’קען מאריך זיין אין דעם, אבער ס’אי’נישטא קיין צייט, אבער בקיצור נמרץ, טראכט אריין ווער גייט אויפפיקן די קאסט פון דיין נישט צאלן? דער נעקסטער קאסטומער, יעדע זאך וואס א קאמפאני דערלייגט מיז ווערן געדעקט פון ערגעץ, ד.ה. אז די מאכסט שאדן פאר די סאסייעטי מיט דעם וואס די פאפסט יענעם אויס. ודו”ק כי קצרתי מאוד מאוד,

March 14, 2011 at 2:04 PM#6
דעת בעל בית

מנחם, טעיק איט איזי. איך האב געהאנדלט וויאזוי עני “פראפעשענאל” ביזנעסמאן וואלט געטון.

איין מיין פראפעשענעל ביזנעס זשארגאן הערשט נישט אזא זאך ווי אויסשווינדלען, ווען עס איז פארהאן א יאר קאנטראקט מוז איך עס זען קלאר און דייטליך. וואונעדזש האט מיר נישט מודיע געווען אז איך בין א יאר געבינדן צו זיי אויף א נארמאלע אופן. קען זיין זיי האבן עס געשריבן אין קליינע ווערטער, איך ווייס נישט. אבער דאס איז א עיקר פוינט, דאס קען מען נישט מודיע זיין דרך אגב, דאס מוז שטיין גרויס און קלאר “איידער” איך גיי דורך דעם באצאלן פראסעס.

אז זיי האנדלן אומפראפעסיאנאל, נוץ איך די פשוט’סטע מאטיוון וואס יעדער ביזנעסמאן וואלט געטון. איך האב זיי אנגערופן און געבעטן מיט שיינעם: האלאו, שטעלטס מיר אפ דעם אקאונט, איך דארף עס מער נישט! זיי טענה’ן אז אין אימעיל נאכן זיך אויפסיינען האב איך באקומען אז עס איז א יאר קאנטראקט. דאס איז ביי מיר גארנישט ווערד. עס מוז שטיין גרויס אויף זייער האום פעידזש. צוזאמען מיט אלע שיין קלונגעדיגע הבטחות.

איך האב קלאר געמאכט: סאו עטץ האלטס עס נישט ביים קענסלען, נאו? גוט, אז נישט וועל איך עס קענסלען.

איך גלייב אז וואונידזש רעקארדירט אלע זייערע טעלעפאן געשפרעכן, און ווען זיי האבן אריינגעבליקט אין דעם אקאונט וואס איז זיי שולדיג אזויפיל געלט זענען זיי זיכער נאכגעגאנגען די לעצטע טעלעפאן געשפרעך, און דארט קענען זיי קלאר הערן די סיבה פארוואס איך האב עס געקענסעלט: עטץ באשווינדלט’ס ענקערע קאסטומער.

יעצט ווער גייט בענעפיטירן דערפון? זיי גייען פארשטיין אז קאסטומער זענען נישט קיין מאלפע קינדער. אמאל אין די גוטע עקאנאמיע האט מען געקענט טשארדזשן די קרעדיט קארדס פון קונדן אנדעם וואס זיי זאלן דאס אפילו איבערקוקן, עס איז אנדערע צייטן היינט. יעדע זאך פארלאנגט א חשבון הנפש. זעט אויס זיי ווייסן נאכנישט דערפון.

און יא, איך רעקאמענדיר פאר יעדע פראפעשענעל ביזנעסמאן צו טון די זעלבע זאך ווען אימער איינער באשווינדלט אייך.

און סתם א עצה טובה: סיי ווען איר שרייבט זיך ערגעץ אויף, מאכט זיכער צו געבן ווי ווייניגער פערסאנעל אינפא. מאכטס א גוגל נומער, א פי או באקס פאר א אדרעס וכדומה, אזוי אז ווען איר האנדלט ריכטיג זאל די קאמפאני טאפן א וואנט ביים פראבירן צו דראען מיט קלאגעס.

March 14, 2011 at 2:06 PM#7
דעת בעל בית

און אגב, יעצט אריינקוקנדיג אין זייער וועבסייט, זעה איך ס’שטייט אין גרויס:
No annual contract
http://www.vonage.com/

איך ווייס נישט צו עס איז א נייע זאך, אדער די זעלבע זאך איז געשטאנען ווען איך האב מיך אויפגעסיינט, נאר זיי האבן מיך איינפאך באשווינדלט, ווי דערמאנט.

March 14, 2011 at 2:46 PM#8
דעת בעל בית

נאך א זאך מנחם, וואס שלמה האט נישט דערמאנט, דו טענה’סט אז די קאמפאני האט שאדן פון אים, און עס גייט גיין אויף די פלייצעס פון די אנדערע קאסטומער’ס, אפשר ביזטו מסביר, וויאזוי א קאמפאני האט שאדן פון א קאסטומער וואס האט אפגעשטעלט א אקאונט, וואס לויט ווי זיי האבן זיך אנגעמאסטן האט עס געדארפט לויפן א יאר.

דאס אז זיינע קנסות האלטן אפי’ ביי צוויי מיליאן דאללער, מיינט נישט אז די קאמפאני האט שאדן, עס איז סך הכל א מניעת ריוח, אזוי ווי ווען מען צאלט נישט א טיקעט ווען מען פארקט ביים פאמפ, ודו”ק.

March 14, 2011 at 3:07 PM#9
דעת בעל בית

If your subscription date began prior to September 8, 2010, disconnect and/or rebate recovery fees may apply to a cancellation of service. (See Sections 6.5, 8.7, and 8.8)

6.5 Fees upon disconnection.
(a) Disconnection by you. If you attempt to disconnect service for one or more of your lines before the end of your current service term, you will be responsible for all the charges for your current term that are applicable to the disconnected lines(s), including unbilled charges, plus a $39.99 disconnection fee per line, if applicable, as provided in Section 8.7 below. Cancellation is effective on the date you cancel and paid charges are not subject to refund. If you cancel your service before the end of your billing cycle, there are no pro-rated refunds. Charges for any overages, payphone calls to Vonage toll free numbers, and out-of-plan international calls or any other features and services outside your plan are separately billed and charged to your payment method after cancellation. In addition, if you obtained a product or service from us (e.g., a phone adapter) for which a rebate or benefit was given to you that was conditioned on maintaining your Vonage service for a specified length of time and you disconnect service before the end of that period, you agree to pay us the applicable recovery fee. See Section 8.8 below. For multiple-line customers with a primary line having a subscription date before September 8, 2010, and who add another line on or after September 8, 2010, Vonage may defer any disconnect fees applicable to the cancellation of the primary line by transferring its remaining term commitment to the additional Vonage line.
(b) Disconnection by us without a reason. If we discontinue service generally, or disconnect your service without a stated reason, you will only be responsible for the charges that have accrued through the date of the disconnection, including a pro-rated portion of the final service term charges, and, if applicable, any recovery fees.
(c) Disconnection by us with a reason. If we disconnect your service for any of the reasons listed in section 6.4 above, you will be responsible for all charges through the end of your current service term, including unbilled charges, plus any applicable disconnection and any recovery fees.
(d) All of charges owed at the time of disconnection will be immediately payable. At the time of disconnection, we will immediately charge the credit or debit card you have provided to us for payment, or initiate an electronic funds transfer if that is your payment method, for all amounts due and owing on disconnection. We will pursue collection for unpaid amounts on disconnected accounts and may report these unpaid charges to credit bureaus.

6.7 Termination of Service.
In order to terminate your service, you must contact our Customer Care Department, via telephone, at the following toll-free number: 1-VONAGE-HELP (1-866-243-4357). Our Account Management Department is available to assist you Monday-Friday 9:00 a.m. to 12:00 a.m. and Saturday-Sunday 9:00 a.m. to 9:00 p.m. Eastern Standard Time. Please note that whether or not you qualify for any applicable money back guarantee, simply returning your device to us, without notifying our Customer Care Department that you wish to terminate service and without receiving a return authorization number from us, will not terminate your service and you will remain responsible for all costs and fees associated with your account, including, but not limited to, monthly recurring fees for your service plan and may also disqualify you for an applicable money back guarantee. If you are outside an applicable money back guarantee period, or have a subscription date associated with your device on or after September 8, 2010, you are not required to return your device. If you do, your service will not be terminated unless you contact our Customer Care Department as specified above. See money back guarantee condition

8.7 Disconnection Fee (Does Not Apply to Business Plus Customers).
Unless waived as set forth below or pursuant to an offer, you will be charged a disconnection fee of $39.99 per voice line if your service is disconnected, subject to state and local laws. The disconnection fee is not charged if your service is disconnected during an applicable Money Back Guarantee period. In addition, the disconnection fee is waived according to the following:

1) If your subscription date is on or before January 31, 2007 and your service is disconnected after one year following your subscription date, the disconnection fee is waived; or

2) If your subscription date is on or between February 1, 2007 and before May 29, 2009, and your service is disconnected after 2 years following your subscription date, the disconnection fee is waived; or

3) If your subscription date is on or after May 29, 2009 and before September 8, 2010, and your service is disconnected after one year following your subscription date, the disconnection fee is waived; or

4) If your subscription date is on or after September 8, 2010, the disconnection fee is waived unless the specific promotion or offer for your subscription disclosed that a disconnection fee will apply upon disconnection of service.

For multiple-line customers with a primary line having a subscription date before September 8, 2010, see Section 6.5.

March 14, 2011 at 3:13 PM#10
דעת בעל בית

איך גיי נישט ספענדן קיין סעקונדע דורכצוליינען וואס דו האסט אראפגעברענגט דא. טערמ’ס ענד קאנדישענס איז א סקעם! עס איז נישט קיין סוד וויאזוי מענטשן ווערן אומוואוסענדיג באשווינדלט מיט גרעסערע געלטער אלעס וועגן אפאר קליינע ווערטער וואס זייערע קרעדיט קארד קאמפאני האט געקונצעלטערהייט אריינגעשמוגעלט אין די טוירמס ענד קאנדישענס.

יא, לעגאל האבן זיי א רעכט. אבער מיר אינטערסירט נישט די לעגאליטעט. מיר אינטערסירט די געפיל און מענטשליכקייט וואס א קאמפאני ווייזט ארויס. אז זיי שרייבן נישט ארויס אין גרויס אז איך בין צוגעבינדן צו זיי א יאר, האבן זיי מיך באשוואונדלט, אויב נישט במישרין איז בעקיפין.

נישט אייביג קען מען זיך ארויסדרייען פון זיי. אבער אין אזא פאל וואס מען קען, שפיר איך פאר א באזונדערע זכיה אז איך האב עס געטון. און איך האב נישט קיין שום מיטגעפיל מיט קיינעם וואס וויל מיך אריינערן אן קיין טראפ מענטשליכע געפיל צו מיין בלוטיגע אויסגעהארעוועטע געלט.

און איך גלייב אז ראש לימבאו, צו וועם אימער דו קוקסט אן אלץ “פראפעשאנעל” און עליטע אמעריקאנער פאטריאט, וואלט נישט בעסער געהאנדלט.

March 14, 2011 at 6:36 PM#11
דעת בעל בית

לאפרושי מאיסורה! http://www.phonepower.com/ איז א שמוציגע סייט (אין עקספלארער קען מען אראפנעמען די בילדער דורך גיין צו tools/ Internet Options/ Advanced און סקרולט אראפ צו Show Pictures נעמט אראפ די טשעק.)

March 14, 2011 at 6:44 PM#12
דעת בעל בית

אזוי ווי איר ווייסט סיי ווי נישט ווער איך בין וועל איך מיך דערוואגן צו פרעגן ווי די תם פון די הגדה,

….וואס מיינט “voip סערוויס” ?

(עינדלעך צו גוגל וואוס??? אדער…..שאינו יודע לשאול…????)

March 15, 2011 at 9:55 AM#13
דעת בעל בית

דארפסט זיך נישט שעמען צו פרעגן.

עס איז טעלעפאן דורך די אינטערנעט, וואס קומט אויס פילפאכיג ביליגער פאר איינער וואס האט סייווי אינטערנעט.

מען קאנעקט א קליינע מאשין וואס די קאמפאני געט – צום אינטערנעט, דו באקומסט א געהעריגע טעל נומער, און אלעס גייט דורך די אינטערנעט. די חסרון איז אז עס מוז גיין דורך די כוואליעס פונעם אינטערנעט וואס איז נישט אזוי שטארק ווי די געהעריגע טעלעפאן, און קען זיך צומאל אפהאקן אדער קראצן.

March 15, 2011 at 12:23 PM#14
דעת בעל בית

איך האב טאקע נישט באמעררקט די פיקטשערס דארט ווען איך האב מיך אוייפגעסיינט האט עס אויסגעזען אינגאנצן אנדערש יעצט בין איך שוין אריינגעסיינט און איינמאל מען איז שוין אריינגעסיינט זעט מען שוין נישט קיין פיקטשערס