יישר כח פאר די טיפ.
עס איז אויך כדאי אנצומערקן אז אין ווינדאוס 7 ארבעט עס בעסער ווי אין וויסטע. למשל די “קאנטראל פענעל” פונקציעס ווערט אויפגעכאפט אין ווינדאוס 7, אבער נישט אין וויסטע. (צב”ש ווילסט טוישן עפעס פון די מייזל סעטינגס, קענסטו בלויז עפענען סטארט, און דרוקן MO און איינע פון די זאכן אין די ליסטע וועט זיין
Control Panel – Mouse
ווינדאוס וועט צייגן בלויז פיילס (דאקומענטן, בילדער, א.א.וו.) וואס זענען גע”אינדעקסט”. ד”ה ער האט זיי דורכגעזיפט און ער האט זיי ביי די האנט אין א אויגן בליק. אויב למשל דו זוכסט א דאקומענט וואס הייסט LIST וועט ער עס געווענליך טרעפן, בפרט אין ווינדאוס 7, ווייל געווענליך איז עס געסעיווט אין די “לייברערי” וועלכע ווערט אויטאמאטיש געאינדעקסט דורך ווינדאוס. אבער טאמער ליגט עס אויף א באהאלטענעם ארט וועט ער עס נישט טרעפן אין דעם שנעךן סוירטש, נאר איר וועט מוזן מאכן א רעגולער, “אלטמאדישן” סוירטש וואס נעמט צייט. אדער קענט איר אלץ צולייגן א פאלדער צו די “אינדעקס”.
אויב האט איר נישט די נייערע ווינדאוס נאר איר נוצט ווינדאוס XP, קענט איר דאס האבן בלויז פאר “פיילס” (נישט פאר פראגראמען) דורך דריטע-פארטיי סאפטוועיר, ווי GOOGLE DESKTOP, אדער COPERNICK, און מערערע ענליכע, יעדע איינע מיט אירע אייגענע מעלות און חסרונות (אלע אומזיסט).