געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – ה’
אויסצוגן פון דרשה פון הר”ר מנחם הארטמאן הי”ו ביי א “קרן עזר” צוזאמקום.
היינט איז דאס געלט טייערער ווי אין יארן ארום
דער אמת איז, אז מען קען אריינגיין מיט פארשידענע פארשידענע משלים, אבער ס’איז דא נאך איין נקודה וואס איך מוז ארויסברענגען, און דאס רופט זיך “אינפלעישאן”. און דער פשט איז פשוט, אז א מענטש לייגט נישט אוועק אַפאָר דאללער, איז ער אין אזא מין סיטואציע, אז זיין געלט ווערט אים ווייניגער ווערד, מיט יעדע מינוט. און איך נוץ אייביג דעם משל פון א סטעמפ, און איך גיי לויט דעם ווי איך געדענק: ווען איך בין געווען א קינד האט געקאסט א סטעמפ ניינצן סענט. היינט האלט א סטעמפ ביי 44 סענט. אז איר רעכענט וויפיל ס’איז ארויפגעגאנגען די פרייז: 4.30% – דאס הייסט אז דער פרייז פון א סטעמפ איז ארויף מיט פיר פראצענט און דרייסיג בעיסיס-פוינטס יעדעס יאר. אבער דער סטעמפ איז לאו דוקא דער משל פאר יעדע זאך, אבער אין דער וועלט וועט מען דיר פארקויפן אז ס’איז “דריי פראצענט אינפלעישאן” – לאמיר שוין זאגן אז ס’איז דריי פראצענט אינפלעישאן, מיינט דאס אין אנדערע ווערטער, אויב האב איך טויזענט דאללער היינט, און ווען איך רעכן דריי פראצענט אינפלעישאן, וועט אין צוואנציג יאר ארום ווערד זיין “די זעלבע טויזענט דאללער” פינף-הונדערט-און-פיר-און-פערציג דאללער! – דאס איז די ווערד פון די זעלבע טויזענטער!
בואו ונחשוב חשבונו של עולם! גיט אכטונג פאר איר גיט אויס געלט!…
טייערע אידן! ווען מען שטעלט זיך אראפ און מען ספענד געלט, וואס איז “דיבעיטיבל” (וואס מען קען דאס צווייפלען צי ס’איז וויכטיג); – און יעדער איינער קען אריינקוקן ביי זיך – מען מאכט זיך א בודזשעט, און ער זעט וואו זענען די פלעצער וואו איך קען ווען אביסל שניידן, זאל מען וויסן וואס דאס געלט איז ווערד; און פון די אנדערע זייט, אז מען ספענד דאס, זאל מען אויך וויסן וואס איז די אמת’ע פרייז פון דעם קליינעם אינדזשוימענט, וואס איז די אמת’ע פרייז פון דעם, און וואס מיינט דאס פאר דיין עתיד!
איך וויל נאר מיט דעם אזויפיל זאגן אז ס’איז מעגליך עס צו טוען! – איך זאג ענק דאס במציאות, ווייל איך זיץ מיט מענטשן, און איך זעה אז ס’איז א מציאות אז א מענטש וואס לייגט זיך אריין מיט אביסל ישוב הדעת, קומט ער אָן צו דעם אז ער זאל קענען אוועק לייגן אפאר דאללער, און Every Dollar Counts! יעדער דאללער וואס מען האט נישט אוועקגעווארפן, איז ריזיגע געלטער Down the Road!
רבותי! נעמטס דאס נישט ביליג; זעצט ענק אראפ, מאכטס א בודזשעט, און טוטס אידענטיפיצירן פארשידענע פלעצער וואו איר קענט סעיוון געלט; טוטס צו דער זאך, און דער אייבערשטער וועט ענק העלפן, אז מען וועט האבן דעם מין סארט בטחון, וועט דער אייבערשטער טאקע צואווארפן זיינס, “ויאמרו איש אל אחיו מן הוא”, (און “מן הוא” איז דאך “MONEY” אויך…), אויף עפעס א וועג וועט אנקומען אפאר דאללער, און דער אייבערשטער וועט העלפן אז יעדער איינער וועט האבן הרחבת הדעת!….
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – ה’
7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: צו , תשע"א · בעל-בית נומער: 40 · דאטום: 2011-03
http://www.balboos.com/content/2011/03/געלט-איז-טייער-מען-דארף-דאס-גוט-היטן-ה/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/03/געלט-איז-טייער-מען-דארף-דאס-גוט-היטן-ה/ קאפיע אין ארכיוו