וואו קען מען גיין פאר אביסל מנוחה?
פארן וואקאציע איז זייער א פאפולערע זאך אין די ביזנעס וועלט, וואו עס איז איינגעפירט אז בעלי בתים צאלן פאר זייערע ארבייטער א וואך וואקאציע.
די געברויכן ביים היימישן עולם ווען מען פארט וואקאציע איז אנדערש ווי אין די אלגעמיינע וועלט, און דער אויסוואל איז נישט אזוי גרויס.
אין די יעצטיגע טעג ווען די “ווינטער וואקאציע” סעזאן איז שוין מער ווייניגער פאראיבער, און די וואס האבן פארוויילט אויף וואקאציע קענען שוין מער ווייניגער ציען די מסקנות ווי געלונגען דער וואקאציע איז געווען, ווילן מיר פרובירן צו עפענען א פלאטפארמע צו קענען מיטיילן וואקאציע עקספיריענס און אינפארמאציע מיט אנדערע ליינער.
אויב שפירט איר אז אנדערע קענען אויך הנאה האבן פון דאס פלאץ וואו איר האט זיך אויסגערוהט, זייט ביטע מזכה דעם ציבור, און פילט אריין אייער וואקאציע אינפארמאציע אינעם פאלגענדן לינק
http://goo.gl/kuFOv
און מיר וועלן דאס פארעפנטליכן איינציגווייז, יעדעס מאל אן אנדערע פלאץ.
(אויב קענט איר נישט טייפן אידיש אויף אייער קאמפיוטער, קענט איר דאס אויספילן אויך אין ענגליש).
וואו גייט מען אויף וואקאציע?
6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/03/וואו-גייט-מען-אויף-וואקאציע/ קאפיע אין ארכיוו
איך האב עס אויסגעפילט. גראדע גוטע שאלות, קוקט אויס זייער אינטערסאנט צו וויסן די זאכן איבער אלע ערליי וואקאציעס.
גראדע זוך איך א פלאץ וואו מען קען גיין פאר א וואך צייט מיט אלע קינדער, עס זאל זיין דארט א חדר, און צוגעשטעלט עסן און שלאפן ברחבות.
קאנטרי איז פארשטייט זיך די ערשטע אפציע, אבער נישט דאס זוך איך.
נו? איינער ווייסט?
ענאנימעס,
אינטערעסאנט וואס דו ווילסט. אויב גייסטו וואקאציע “מיט” די קינדער, איז פארוואס שיקסטו זיי אין חדר, זיי זענען דאך אויך אויף וואקאציע, און דו מיט די ב”ב וועלן זיין פארנומען מיטן אריינסיינען אין די נייע חדרים, צוגרייטן דאס קינד צו דעם “טשענדזש” פאר א וואך, אויסהערן אלע זיינע איבערלעבענישן, און חוץ מזה אויפשטיין צופרי צוגרייטן די קינדער אנטאן און געבן “ריסעס” וכדו’, און זיין גרייט אפצואווארטן ווען ער קומט אן אהיים א.א.וו. הזאת נעמי? דאס רופסטו אן וואקאציע?….
און אויב מצד אחר מוזטו האבן מנוחה פון די קינדער אויך, ליבערשט צוטייל זיי פאר עטליכע טעג ביי גוטע ידידים אדער אפילו פאר געלט (ס’איז עני טיים ביליגער ווי זיי ארויסשלעפן און צושטעלן אש”ל) און זיי קענען בלייבן אין זייערע חדרים/סקול’ס…
אויב געלט איז נישט קיין אישו, אפשר קענסטו גיין למשל קיין לעיקוואד, אין אידישע האטעלן (נישט די שענסטע אבער כשר’ע עסן שטעלט מען צו און רעסטוראנטן נאך דערצו איז פאראן לרוב), און עס זענען דא חדרים און שולעס.
אה יעה,
מיינע קינדער אין א פרעמדע חדר אין א פרעמדע שטאט… נישטא קיין רעדע זיי זאלן מסכים זיין…
אבער איך פארשטיי אנאנימערס זארגן, גיי צוטייל א קינדער געבענטשטע משפחה פאר א וואך, רוב מענטשן האבן נישט ווי צו שיקן 6 7 קינדער. אדער אפילו 3 4.
ביי א קימפעטארן למשל וועלן נאך מענטשן האבן איינזעעניש און נעמען, אבער בלויז ווייל דו גייסט וואקאציע זאל איך מיר אנשטרענגן, ס’איז זייער א שווערע עסק.