ווארט פון רעדאקציע

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: צו , תשע"א · בעל-בית נומער: 40 · דאטום: 2011-03
http://www.balboos.com/content/2011/03/ווארט-פון-רעדאקציע/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווארט פון רעדאקציע

עס איז געווען גאר איינגענעם צוריקצוהערן ווי אזוי די בעל בית מאגאזין האט זיך בעזרת השם גאר גוט פארקויפט אין די געשעפטן, עס וועט פילייכט ווערן איבערגעדריקט, וויבאלד מיר האבן זיך נישט געראכטן אויף אזא גרויסע פארלאנג.
אויב אייער גראסערי, ניוז סטענד אדער ספרים געשעפט האט עס נישט, פארלאנגט עס! אזוי ווי יעדע נייע אויסגאבע, איז וויכטיג אז געשעפט אייגענטומער -וועלכע זענען געענגט אין פלאץ-  זאלן הערן אז עס איז דא א פארלאנג דערויף, כדי זיי זאלן מסכים זיין אוועקצוגעבן פלאץ דערפאר.
אויב איר וואוינט אין אמעריקע אדער קאנאדע און איר קענט עס נישט טרעפן לאקאל און איר וואלט עס געוואלט באקומען אויף די פאסט פאר די זעלבע פרייז ווי אין געשעפט, שיקט אריין אייער נאמען און אדרעס אין פארלאנג צו די רעדאקציע
mail@balboos.com
***
די קומענדיגע וואך מאנטאג, שושן פורים, וועט די בעל בית נישט ערשיינען.
א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד :)
די פארוואלטונג