שטאט נארט מיאמי ביטש פלארידע
אכסניא ארויסגעדינגען פריוואטע דירה
בעסטע צייט געאייגנט דארט צו זיין פון פסח ביז סוכות
צייט אפשניט געאייגנט דארט צו זיין א וואך צוויי
וועם איז געאייגנט מיטצונעמען ווייב און גרויסע קינדער
צופרידנהייט
געגנט גאר גוט
פרייז כמעשה
טראנספארטאציע אנצוקומען אהין גאנץ גוט
אכילה שתיה לינה גאר גוט
ביהמ”ד און סביבה גאר גוט
כשר’ע עסן עטליכע געשעפטן וואס פארקויפן כשר’ע גראסעריס, ווי די אלטע “סאוט פלארידע” גראסערי, אדער די נייע ריזיגע “עמעיזינג סעיווינגס” וואס האט דארט בלויז א כשר עסן געשעפט.
און אלגעמיינע שאפינג ווי וואלמארט וכדו’ איז אויך דא דארט לרחצה, און עס בלויז מינוטן פון די באקאנטע “אוואנטורע מאלל”, און נישט ווייט פון די שיינע “וואטערוועיס”, און די גרויסע כשר’ע סופערמארקעט “שרה’ס טענט”.
בית המדרש און סביבה ס’איז דא בתי מדרשים און מנינים, מקוה וכדו’, און אויב וויל מען לערנען איז אויך דא פלאץ און היבש ספרים, ספעציעל אין “קהל חסידים”, ווי ס’איז די הויפט ווינקל פאר חסידישע אינגעלייט.
אויך איז דא דארט א חב”ד דערנעבן מיט מנינים, און א אשכנז’ישע “שערי תפילה ביהמ”ד” מיט א כולל.
חב”ד האלט ביים פארענדיגן דארט א נייע גרויסע בנין מיט ביהמ”ד און מקוה
וואקאציע סארט חוץ פון לערנען וואס איך האב פרובירט א גרויס חלק פון די צייט, און מיינע ביזנעס און אנדערע זאכן וואס איך האב מיטגענומען צו באשעפטיגן דארט. איז דא דארט א “קאנאל”, א שיינער טייך וואס ציט זיך אויף א לאנגע שטרעקע, מיט א פארענדיגטע וואלק וועי דערנעבן, מיט שיינע פאלמען ביימער פון די זייטן, און עס זייער געשמאק דארט צו גיין שפאצירן און זיך אויסלופטערן.
בכלל זענען די גאסן גראד און לופטיג מיט הערליכע גראז און ביימער און גאר אנגענעם צו שפאצירן דארט.
וואס נאך? אין דעם שטאט איז דא א אידיש לעבן אגאנץ יאר, נישט נאר אין די ווינטער.
נאך א מעלה פון נארט מיאמי איבער אזעלכע שטעט ווי מיאמי ביעטש-סאוט ביעטש, פאלם ביעטש אד”ג, אז די גאסן זענען דא פיל זויבערער און מער אויסגעהאלטן ווי אנדערע גרויסע שטעט אין די ווארעמע מקומות.
אבער! עס איז אזוי שטיל דארט, אז אויב איינער פארנעמט באמת נישט קיין שטילקייט וועט ער וועלן אנטרינען ווערן פון דארט מיט א ראקעט שנעלקייט..
נאך א מעלה, עס איז גאנץ נאנט צום פארט לאודערדעיל לופטפעלד.
די געגענד איז זייער שטיל, ספעציעל ביינאכט, רוב פריוואטע “ווילאס” האבן אן אייגענעם סווימינג פול, בעק יארד און פראנט יארד, אסאך פריוואטקייט, און גאנץ רחבות’דיגע דירות, מיט גענוג פארקינג.
אויב שפירט איר אז אנדערע קענען אויך הנאה האבן פון דאס פלאץ וואו איר האט זיך אויסגערוהט, זייט ביטע מזכה דעם ציבור, און פילט אריין אייער וואקאציע אינפארמאציע אינעם פאלגענדן לינק
http://goo.gl/kuFOv
און מיר וועלן דאס פארעפנטליכן איינציגווייז, יעדעס מאל אן אנדערע פלאץ.
(אויב קענט איר נישט טייפן אידיש אויף אייער קאמפיוטער, קענט איר דאס אויספילן אויך אין ענגליש).