מייקראסאפט אוטלאק אויף די וועב
איך ניץ מייקראסאפט אוטלאק, אבער די פראבלעים איז אז ווען איך בין ערגעץ אנדערש פון מיין פערזענליכע קאמפיוטער קען איך עס נישט ניצן (איך סיין מיך דאן אריין דורך זשימעיל וואס איז נישט די בעסטע אפציע פאר מיר צוליב אסאך סיבות, ווי דאס אז די פיקטשער “אימעזש” וואס איך האב אויף מיין סיגניטשער קען מען נישט האבן ביי זשימעיל געהעריג, און נאך אנדערע אינפארמאציע וואס איך האב געסעיווט ביי מייקראסאפט אוטלאק)
מיין שאלה איז אויב עס איז דא א מעגליכקייט זיך אריינצוסיינען צו מייקראסאפט אוטלאק, מיט די זעלבע אויסשטעל, דורך א וועבזייטל וואס איז נישט געבינדן צו איין קאמפיוטער
יישר כח למפרע פאר’ן ענטפערן
ה. מ.
גרינגע פרייע פאטא עדיטאר
פאר די וואס ווילן האבן א פאטא עדיטינג פראגראם פאר קלייניקייטן (איך רעד נישט פון פראפעשינאל ס נאר פון א מענטש פאר פריוואטע באנוץ ) איז דא זייער א גיטע פראגראם פאר פרי עס הייסט “פאטא סקעיפ”, מען קען עס דאונלאודן פאר פרי.
די מעלה פון די פראגראם איז אז עס איז זייער גרינג צו ניצן און אלעס איז פשוט צו טרעפן עס איז נישט קאמפליצירט אזוי ווי די אנערע פאטא עדיטינג פראגראמס ווי פאטא שאפ וכדומה וואס פאר איינעם וואס האט זיך עס נישט געלערנט איז ממש קריאת ים סוף צו טרעפן עפעס דארט.
עס איז לעצטענס זייער פאפולע ביי סינעט.קאם, און איז אויך געווען אויף די “טאפ צען” דאונלאעדס פון די וואך.
די לינק דערצו איז
photoscape.org
זרח
voip סערוויס
א ליינער האט אנגעפרעגט (דעת בעל בית פ’ צו) איבער VOIP סערוויס
איבער VoIP, לויט מיין עקפיריענס איז VONAGE זייער גוט. ביליג, קלאר, רילייעבעל.
מנחם
איך ניץ phonepower.com איך בין זייער צופרידן מיט זיי נאך קיינמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם די פרייז איז 18.02 א חודש אנלימיטעד יו עס עי און קענעדע נאך טעקסעס (10 פאר טעקס).
מען האט אסאך אפשענס פון פארווערדן די פאון און ווי אויך קען מען באקומען פעקסעס.
זרח
זענען גימעיל פלאג-אינס זיכער?
געערטע רעדאקציע פון דער בעל-בית פובליקאציע, פרידן צו אייך.
איך ווייס אז דאס פלאץ אין אייערע קאלומס איז געענגט און אויסגערעכנט זייער געמאסטן, וועל איך נישט קענען שרייבן לאנגע שורות פון דאנק און שעצונג צו אייער געוואלדיגע אונטערנעמונג. ווערטער זענען סייווי איבריג, דען יעדער ווייסט און זעט די האראוואניע וואס מ’לייגט אריין אין יעדן נומער באזונדער צו ברענגן גענוג אינפארמאטיווע און נוצליכע מאטריאל פאר דער וועלט פון בעלי-בתים.
ב”ה אז ס’איז פאראן א היימישע ווינקל וואו מ’זאל צווישן אירע שפאלטן קענען אנפרעגן בעל בתי’שע אנגעלעגנהייטן וואס מ’וויל אנטשיידן זייענדיג אין די ביזנעס אינדוסטריע, און מ’קען נוצן און געבן הילף איינער פאר’ן אנדערן, איש את רעהו יעזור.
באנוצנדיג “גוגל עפפס” אין אונזער ביזנעס, וויל איך אנפרעגן און זיך דערוויסן אויב איינער האט סיי וועלכע באקאנטשאפט, ערפארונג און עקספיריענס, וועגן באנוצן און אינסטאלירן אין די אימעיל-דזשי.מעיל אקאונטס די פרייע עפפס וואס איז לעצטענס פאראן צו באקומען ביי “גוגל מארקעט-פלעיס”; ווי קראנט זענען זיי אז מ’זאל זיי – אלס פרעמדע דריטע-פארטיי מענטשן צו גוגל’ן – אריינלאזן אינעם פריוואטן אקאונט; צי זענען זיי פארלעסליך און טראסטבאר האבנדיג עקסעס צו אלע אייער דאטא, אימעילס, פעסווארדס, קאנטאקטס און קאלענדער; און אויב איר האט מיט איינע פון זיי שוין אפגעבריט און שלעכט אריינגעביסן, לאזט זיך הערן.
און אויב יוחנן שיף זאל זיך ווילן באמיען צו דערגרונטעווען דעם נושא און אונז אלע דערלערנען דעם הינזיכט מיט זיינע ברייטע אנאליזן, וואלט זיכער געווען א געבענטשטע זאך וואס מ’וועט שעצן און באדאנקן.
אסאך סוקסעס אויף ווייטער. זאל בעל-בית וואקסן און אויסברייטערן מיט סייעתא דשמיא. פארשטייט זיך, אויך אויף דער פינאנציעלער זייט.
מ.ק.
טעקסט צוריק אוטאמאטיש
זענט איר פארנומען און איר ווילט נישט אויפהייבן פאון קאלס אדער טעקסטן יעצט? אבער איר האט מורא אז דער אריינרופער וועט זיך באליידיגן אז איר הייבט נישט אויף אדער טעקסט נישט צוריק?
עס איז דא אן אנדרויד עפפ פאר דעם, AUTOMATED AWAY TEXT, עס שיקט אטאמאטיש צוריק א טעקסט מיט די מעסעזדש וואס איר שטעלט אן בעפאר, לויט די אפשענס וואס איר קלויבט אויס.
מנחם
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
איז וואנעזש גוט? איז עטיש אפצוהאקן צאלונגען אויף א לענגערע קאנטראקט?
http://balboos.com/content/?p=1332
שמועס: ווי אזוי צו דערקענען א סקעם
http://balboos.com/content/?p=1307