נייעס

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: ויקרא , תשע"א · בעל-בית נומער: 39 · דאטום: 2011-03-07
http://www.balboos.com/content/2011/03/נייעס-15/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

עפל אייפעד 2

ווי געראכטן האט עפל דעם פארגאנגענעם מיטוואך אנטפלעקט דעם נייעם אייפעד, די אייפעד 2.

סטיוו זשאבס אליין האט אנגעפירט מיט דעם געשעעניש, כאטש ער איז יעצט נישט אקטיוו אין די טאג טעגליכע ווירטשאפט צולב מעצידינישע פראבלעמען, “מיר האבן צו לאנג אין שווער געארבעט דערויף אז איך זאל מיר קענען ערלויבן עס צו פארפאסן” האט ער ערקלערט.

ווי ערווארטעט וועט די נייע אייפעד האבן א דאפעלטע פראסעסאר. לויט סטיוו זשאבס באדייט דאס אז עס וועט זיין דאפעלט שנעלער פון די ערשטע אייפעד, וואס איז אביסל איבערגעטריבן. חוץ אויב עס לויפט שנעלער אויך, אבער ווי געווענליך , האט עפל נישט גערעדט פון דעם חלק. נאר אזויפיל אז עס הייסט A5, אנשטאט די A4 וואס די ערשטע גענעראציע אייפעדס האבן גענוצט. אבער דאס זאגט גארנישט, ווייל עס איז עפל’ס אייגענע נאמען. אויך האט סטיוו זשאבס געזאגט אז די גראפיקס איז ניין מאל שנעלער, אבער ווייטער בכלל נישט אנגעגעבן קיין פרטים פארוואס און ווי אזוי עס דערגרייכט די שנעלקייט.

די וואג איז דעדוצירט געווארן מיט א דריטל, ווי אויך איז עס היבש דינער געווארן, שזוי ווייט אז די אייפעד 2 איז נאך דינער ווי די אייפאון 4! א שטוינענדע דערגרייכונג, ספעציעל ווען מען נעמט אין באטראכט אז די ארגינעלע אייפעד איז פון די דינסטע טעבלעטס אויף די מארקעט.

טראץ די אלע פארבעסערונגען איז די “באטערי באנוץ צייט” געבליבן 10 שעה! גענוי ווי די אייפעד 1. (אין “סטענד-ביי מאוד” קען עס אויסציען א חודש) סטיוו זשאבס האט זיך שטארק אויפגעטון דערמיט, אין געמאכט דערפון צימעס. און עס איז באמת נישט אוועקצומאכן, באטערי לייף איז פון די וויכטיגסטע פאקטארן ביי יעדע מאביל דעווייס.

אזוי ווי ביי די אייפעד 1 וועט זיין צו באקומען מאדעלן פון בלויז “וויי פיי” און מאדעלן וואס ארבעטן אויך אויף עי טי ענד טי’ס 3G נעטווארק, יעצט וועלן שוין אויך זיין אוועליבעל מאדעלן וואס וועלן ארבעטן מיט ווערייזאן. איטליכע מאדעל וועט האבן די אפציע פון 16, 32 און 64 גיגא בייטס פון מעמארי. די ביליגסטע אפציע וועט זיין “בלויז וויי פיי” מיט 16 ג”ב פון מעמארי פאר די פרייז פון $499.

אנדערש ווי אין אנדערע מארקעטס ווי עפל פרובירט נישט צו זיין די ביליגסטע
נאר ענדערש די בעסטע, פרובירן זיי יעצט יא צו זיין זייער אגרעסיוו מיט די
פרייזן. די פרייז אליין איז א ערענסטע פראבלעם פאר קאנקורענטן ווי מאטאראלע וואס פארקויפט די XOOM טעבלעט פאר 600, הגם די XOOM איז באמת א טייערערע כלי, מיט טייערערע און מער פארגעשריטענע באשטאנד טיילן.  פארשידענע שמועות לויטן טאקע אז מאטאראלע טראכט פון רעדוצירן זייערע פרייזן בלויז כדי צו בלייבן קאמפעטעטיוו מיט עפל.

למעשה, איז די אייפעד 2 א פיינע פראדוקט, אבער אן קיין שום ערענסטע חידושים, און עס האט נישט געבראכן קיין שום ערווארטונגען. לעומת זה, איז עס גענוג שטארקע פראדוקט און האט זיך אירע אייגנארטיגע מעלות צו בלייבן רעלעוואנט און אפילו א הויפט שפילער פאר דו קומענדיגע חדשים.

בלעקבערי מעסענזשער קומט מעגליך צו אנדרואיד און אייפאון

איינס פון בלעקבעריס שטארקסטע מעלות איז בלי ספק די בלעקבערי מעסענזשער סיסטעם, מיר זאגן סיסטעם ווייל עס איז נישט בלויז די לאקאלע עפפ, נאר עס איז א ספעציעלע מעסעזשינג נעטווארק וואס RIM האלט אויף און עס איז די בעסטע אויפן מארק.

לכאורה אין אזעלכע צייטן וואס די בלעקבערי דארף זיך שלאגן מיט אזאנע ריזן ווי גוגל, מייקראסאפט,  HPאון עפל, וואלט געווען צו ערווארטן אז זיי זאלן פרובירן ארויסצוהייבן די בלעקבערי מעסענזשער וואס איז עקסלוסיוו צו די בלעקבערי פלאטפארמע. למעשה איז לעצטענס ווידער אויפגעשווימען א באריכט אז RIM גרייט זיך צו מאכן עוועליבעל די בלעקבערי מעסענזשער פאר אנדרואיד און איי-פאון/פעד’פאד באנוצער.

אנאליסטן שפאקולירן אז וויבאלד עס האבן לעצטנס ארויסגעשפראצט א רייע פון אלטערנאטיווע מעסעזשינג פראגראמען הייבט זיך RIM אן צו שפירן באדראעט אז נאך אביסל פארלירן זיי אינגאנצן די מאנאפאל און אפילו בלעקבערי באנוצער וועלן טוישן צו אנדערע מעסעזשינג פראגראמען.

ווידעראום אנדערע זאגן אז RIM האט שוין פארשפעטיגט, און מענטשן האבן זיך שוין צוגעוואוינט צו אלטערנאטיוון ווי גוגל טאלק. ווי אזוי עס זאל נישט זיין איז עס א שווערע באשלוס, לויט מיין שאצונג וועט עס יא האבן א שטארקע הצלחה – לגבי באנוצער- ווילאנג די מארקעט איז נאך צושפליטערט, אן קיין שום קלארע פירער, חוץ בלעקבערי, ממילא איז זייער מסתבר אז בלעקבערי זאל פארכאפן די פלאץ, וויבאלד “דערווייל” טראגט עס נאך די אימעזש פון די בעסטע מעסעזשינג סיסטעם.

60 עפס אין די אנדרואיד מארקעט אינפעסטירט מיט מאלוועיר

אנדערש ווי עפל וואס האט א לאנגע און קאמפליצירטע פראדעצור צו באשטעטיגן “עפס” וואס ווילן ארויפגיין אויף די “עפ סטאר”, און פארשידענע באגרענעצונגען, לאזט גוגל ארויף יעדע עפפ אן קיין שום שהיות. יעדער מאן דהוא האט א מעגליכקייט ארויפצולייגן סיי וואס, אן דעם וואס איינער זאל עס איבערקוקען. אקטיוויטיסטן פאר פרייהייט פון אויסדרוק האבן אלץ ארויסגעהויבן די פרייהייט וואס גוגל שטעלט צו און די פאקט אז זיי זוכען נישט צו באגרעניצן די אויסוואל פון פאון אייגענטומער, נאר גייען מיט די הנחה אז פאון אייגענטומער זיין גענוג פארשטענדליך צו וויסן וואס יא אדער נישט צו דאונלאעדן.

פארגאנגענע וואך האט אבער די פאליסי געליטן א שטארקע דורכפאל, ווען געוויסע אומאפהענגיגעסעקיוריטי פירמעס זענן אויפגעקומען מיט א ליסטע פון 60 אומשולדיג אויסזעענדע עפס אויף די אנדרואיד מארקעט וואס האבן באהאלטן אין זיך פארשידענע ספייוועיר און מאלוועיר, וואס רויבט אוועק די אינדיטעט פונעם אייגענטומער און נאך פערזענליכע אינפארמאציע.

גוגל האט בליץ שנעל ארונטערגענימען די עפס פון די מארקעט, און אויסגעמעקט די עפס פון די פאונס אויף וואס עס איז שוין געווען אינסטולירט. די אינצידענט האט אבער גורם געווען פאר אסאך סעקיוריטי ספעציאליסטן צו רופען גוגל צו איבערקוקען איר פאליסי פון גענצליכע פרייהייט אויף די אנדרואיד מארקעט.

נישט אלץ איז פרייהייט די בעסטע זאך…

אין קורצן

איז עס נאך בכלל א נייעס? ווערייזאן איז נאכאמאל געקרוינט געווארן מיט די טיטל “בעסטע אין קאל קוואליטי” -אין רוב שטעט אין אמעריקא- דורך די בארימטע JD POWR ריסערטש פירמע.

***

בינג איז איבערגעשטיגן יאהו אלץ די וועלטס צווייטע גרעסטע סיערטש ענזשין, לויט סטעט קאונטער, א וועב אנאליטיקס פירמע.

אז איר וועט אבער הערן די נומערן וועט איר זען אז די שמחה איז נישט צו גרויס, בינג האט יעצט 4.37 פראצענט אקעגן גוגל’ס 89.94 פראצענט!

 

March 7, 2011 at 6:28 AM#2
נייעס

ר’ יוחנן, וואס איז די פשט פון דיסקרימינירן קעגן אנדערע קאמפאניס אין די זעלבע j d power באריכט.
איינע פון די קאמפאניס מיט אויסצייכענונגען איז געווען sprint און ס’איז געווען פאר, ”די בעסטע קאל-אין סערוויס” דאס טייטש קאסטאמער סערוויס אויפן טעלעפאון ווען מ’קאלט אריין מיט א פראבלעם. און די צייט וואס ווערייזאן איז געוועו די דריטע. עס איז בכלל נישט קיין נייעס פאר דיע וואס האבן ווערייזן, זיי וויסן שויןאז ס’קומט מיט די בעסטע ריסעפשאן אבער שוואכע קאסטאמער סערוויס.

March 10, 2011 at 10:11 AM#3
נייעס

געווענטליך האב איך נישט ליב אריינצורעדן אין וועלטליכע אדער פאליטישע געשעהנישן, אבער איך האב איין וויכטיגע נקודה ארויסצוברענגען.
אינז טענה’מיר אלס אז מיר קענען נישט פארשטיין ווי אזוי די וועלט האט געשוויגן 65 יאר צוריק ווען א מטורף אין דייטשלאנד האט געפייניגט און געמארדעט מיליאנען פון אונזערע זיידעס און באבעס און די גאנצע וועלט האט געשוויגן.
דאס איז געווען דעמאלט, וואס מ’קען טענה’ן אז די וועלט האט נישט אזוי גוט געוואוסט וואס טוט זיך אפ אינסייד.
היינט, טראכט אריין, מיט אלע פארגעשריטענע קאמיוניקעישאן מיטלען, איז נאך דא א קאדאפי וואס שוין אפאר וואכן וואס ער הארגעט פון זיין פאלק, און מ’ווייסט דערפון, און די וועלט טוט גארנישט, דאס ווייזט קלאר, לב מלכים ושרים ביד השם, עס האט נישט מיט די שכל צוטוען.

March 10, 2011 at 12:32 PM#4
נייעס

מנחם, עס קומט טאקע נישט אריין דא אין בעה”ב. אבער אז דו רעדסט שוין איז עס אויסדרוקליך נישט קיין פארגלייך צו דייטשלאנד ווען מען האט גענומען מיליאנען מענטשן און אויסגעהרגט על לא דבר, פשוט אלץ ראסע. די מענטשן האבן נישט געהאט “קיין שום” וועג ארויס פון דעם מצב.

דא האבן זיך אינערליכע אונטערדרוקטע מענטשן גענומען צו מאכן א רעוואלוציע, זיי ווייסן ווער זייער פירער איז און אז ער איז א רוצח, און זיי ווייסן אז עס קען זיין זייער שטארקע קאנסעקווענצן.

זיי האבן א קלארע וועג ארויס: זיך אונטערווארפן. יא עס איז זייער נישט גרינג, אבער עס איז נישט פשט אז מען גייט צו צו א מענטש און מען האקט אים אפ די קאפ אן קיין פריערדיגע ווארענונג.

און נאך מער: די רעוואלטירער פארלאנגען קלאר אז אויסלענדישע זאלן נישט נוצן קיין מיליטערישע מאכט זיי ארויסצוהעלפן. דאס טייטש זיי האבן א קלארע סטראטעגיע ווען יא אדער נישט בעטן אויסלענדישע הילף.

די “אומבאהאלפענקייט” פון די אונטערדרוקטע איז הימל און ערד פון וואס עס איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה. די אידן דארט האבן נישט געטרייט גארנישט אונטערצואווארפן, זיי זענען באמת געווען אומשולדיגע, אומבאהאלפענע, וואס מען האט זיי געהרגעט ווייל די נאצי פראפעגאנדע האט געפאמפט אז א איד איז א מורישקע. א איד איז גארנישט. דא איז עס אויך אזוי? בכלל נישט.

כבר היה לעולמים רעוואלוציעס, אין די מיטל אלטער איז נישט געווען קיין איין סטאביליזירטע לאנד, איבעראל זענען געווען הריגות און שחיטות. אבער וואס עס האט פאסירט אין אייראפע זעכציג יאר צוריק האט פשוט נישט זיינס גלייכן אין די היסטאריע.

March 10, 2011 at 12:35 PM#5
נייעס

איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין, אבער אויב דו האסט עס אויפגעברענגט, וויל איך דיר אנצייכענען אפאר חילוקים:

1) דאן האט מען גע’הרג’ט פאר גארנישט און פאר נישט, משא”כ קאדאפי הרג’עט ווייל עס איז דא אן אויפשטאנד און ער וויל עס דערשטיקן.

2) דאן האבן די אליאירטע ממילא געקעמפפט קעגן די נאציס, און עס וואלט נישט געשאדט אויב זיי וואלטן באמבאדירט אפאר באן רעלסן וואס האבן געפירט צו די מחנות השמדה, משא”כ היינט האט דער גאנצער קאמף נישט קיין שייכות מיט זיי, און זיך אריינמישן אין א פרעמדע מלחמה איז א שווערע זאך, וואס נישט יעדער איז גרייט צו טון.

3) דאן האט גע’הרג’ט אידן סיסטעמאטיש, און אין די מיליאנען, משא”כ היינט הרג’ט ער נאר דארט ווי מען פארפירט, און נישט מיט א סיסטעם פון הרג’נען מענטשן, און די נומערן זענען אויך נישט אזוי גרויס (דאן פלעגט מען הרג’נען 10,000 א טאג, אדער מער, דא ווייס איך נישט צו דורך די אלע פיר פינף וואכן זענען שוין גע’הרג’ט געווארן אזויפיל).

March 10, 2011 at 1:36 PM#6
נייעס

נאך א קליינע חילוק, דא איז קאדאפי דער מלך, טאקע א רוצח ווי יעדער ווייסט, אבער נאך אלץ עס איז זיין לאנד, זיינע אונטערטאנער האבן מורד געווען אין אים, אודאי דאס גיבט אים נאך נישט קיין רעכט דאס צו טון, אבער מען פארשטייט עס איז זיין לאנד און א מורד במלכות איז חייב מיתה אסאך מאל;

אבער דייטשלאנד איז דאך נישט געווען בלויז ביי זיך, זיי זענען געגאנגען צו יענעם אין מלחמה אריין פון לאנד צו לאנד, נישט בלויז איינצונעמען די וועלט פארן דריטן רייך, נאר אויך עוקר זיין כלל ישראל פון די וועלט, ה”י.

און די נקודה וואס לייב זאגט, אז די נאצי’ס האבן גע’הרג’עט על לא דבר, קען מען מער ארויסברענגען אלס די שוידערליכע “מיתות משונות” וואס זיי האבן גענוצט, די ערגסטע טייוולאנישע מעטאדן נידריגער ווי יעדע מענטשליכע שכל קען באגרייפן, משא”כ קאדאפי שיסט בלויז ווי געווענליך כדי זיי שטיל צו מאכן, ער זוכט נישט עקסטער צו פייניגן מיט די נידריגסטע מאס שנאה וואס איז נאר פארהאנדן.

March 10, 2011 at 3:12 PM#7
נייעס

איך ווארט שוין אויף א פארום ווי צו באהאנדלען אזעלכע וויכטיגע אישוס. אבער ביזדערווייל וועליך אריינווארפן מיינע זעקס סענט.
די חילוק איז פשוט, דארט איז עס א קריג, עס איז נישט קיין פעלקער ריינוגונג.
איי זיי זענען ציווילע? מאן יאמר, זייערע קוילן הרג’נען פונקט אזוי, זיי האבן לעצטענס אפילו מצליח געווען אראפצושיסן א עראפלאן פון קאדפיס מיליטער, כאב געזען די ווידעאו.

March 10, 2011 at 3:15 PM#8
נייעס

שיעור נישט פארגעסן, איך האלט קלאר אז אמעריקא זאל זיך נישט אריינמישן, אז איינער ברויך פרייהייט זאל ער אליין מיוחל זיין און קעמפן מיט ציין און נעגל, פונקט ווי זארזש וואשינגטאן מיט זיין ארמיי.
דו פארוועם מ’געט פרייהייט אויף א טאץ, בייסן נאר אראפ דו האנט וואס האט עס זיי געגעבן.

March 13, 2011 at 1:35 AM#9
נייעס

יוחנן שיף שריבט אין די נייעס: “בינג איז איבערגעשטיגן יאהו אלץ די וועלטס צווייטע גרעסטע סיערטש ענזשין, לויט סטעט קאונטער, א וועב אנאליטיקס פירמע.

אז איר וועט אבער הערן די נומערן וועט איר זען אז די שמחה איז נישט צו גרויס, בינג האט יעצט 4.37 פראצענט אקעגן גוגל’ס 89.94 פראצענט”.

אין מערערע מקומות האב איך געזעהן אנדערע נומבערס, וואס איז נישט אזא גרויסער דיפערענץ. למשל די לינק ווי איך ברענג ווייטער ,שרייבט BING האט 9.7%, בערך דאפעלט פון וואס דו שרייבסט. נאך אלץ א לאנגע וועג צו גיין, אבער ער קומט נענטער.

אז מען סוירטשט ארום איבער די נושא קען מען טרעפן מערערע סייטס וואס ברענגען אראפ דעם ענין. פאר אן עקזעמפל זעהט דא:

http://www.businessinsider.com/why-people-use-search-engines-other-than-google-2011-2