טראכט איר פון עפענען א נייער ביזנעס? האט איר עפעס א נייער פראדוקט אדער סערוויס וואס איר ווילט פארקויפן? זענט איר גאנץ זיכער אז דער פראדוקט אדער סערוויס וועט זיין א גרויסער סוקסעס אויב איר האט גענוג געלט, צייט, און מיטלען צו אנהייבן?
סיי אויב איר עפנט א נייער ביזנעס, אדער איר טראכט פון פארברייטערן אייער עקזיסטירנדער פירמע, מאכט זיכער אז איר בלייבט געצילט אויף דער וויכטיגסטער נקודה: אז דאס איז עפעס וואס אמת’ע, עקזיסטירנדע, אומפאנטאזירטע קונים ווילן אדער דארפן גענוג שטארק אז זיי וועלן דאס קויפן.
ווי אזוי ווייסט איר אז אייער פראדוקט וועט מצליח זיין אין דעם מארקעט? אודאי קען א מענטש קיינמאל וויסן פון פאראויס וואס וועט ברענגען די מערסטע הצלחה, און אלעס איז אין די הענט פונעם אייבערשטער, אבער עס זענען דא געוויסע זאכן צו אינזין האבן וואס קענען פארגרעסערן אייערע שאנסעס פון הצלחה.
פאלגנד זענען ניין קוואליטעטן וואס פראדוקטן און סערוויסעס דארפן כדי צו ברענגען פארדינסטן:
• עס מוז זיין עפעס גוט וואס מענטשן דארפן אדער ווילן.
• עס מוז זיין פון א גוטער קוואליטעט און אויפטוהן וואס עס דארף.
• עס מוז זיין עפעס וואס איר קענט קויפן אדער פראדוצירן פאר א גוטע פרייז און דאס פארקויפן פאר כאטש 2 צו 5 מאל פאר וויפיל עס האט אייך געקאסט.
• עס מוז האבן א מארקעט וואס איר קענט זיך ערלויבן צו דערגרייכן.
• איר מוזסט קענען מתאר זיין א טיפישער קליענט אין יענער מארקעט מיט יעדער איינצלהייט. (למשל: ווי אלט ער איז, א מאן אדער פרוי, צי זיי קויפן דעם פראדוקט פאר זיך אדער אנדערע, פארוואס זיי ווילן דעם פראדוקט אדער סערוויס, וואס זייערע יערליכע פארדינסטן זענען, ווי אפט זיי וועלן קויפן דעם סארט פראדוקט אדער סערוויס, וואו זיי האבן באקומען דעם פראדוקט אדער סערוויס ביז דאן.)
• עס מוז זיין עפעס וואס ענטהאלט אז דער קונה זאל כסדר מוזן קויפן דעם פראדוקט, אדער אז ער זאל אלעמאל דארפן צוקויפן נאך פראדוקטן דערצו.
• איר מוזסט האבן א פארלאזליכער וועג וואס איר קענט זיך ערלויבן צו דעליווערן אדער פארשפרייטן אייער פראדוקט אדער סערוויס.
• עס זאלן זיין ענליכע, אדער אויב מעגליך טייערערע פראדוקטן וואס איר קענט פארקויפן צו א צופרידענע קליענט נאך דעם ערשטן סעיל.
• עס זאל זיין עפעס וואס איר האט ליב און גלייבט אז עס איז ווערד די פרייז וואס איר האט געשטעלט דעראויף.
אויב ערפילט אייער פראדוקט אדער סערוויס די אלע פאדערונגען, דאן זענט איר מיט איין טריט מער פארזיכערט אז איר וועט מצליח זיין אין אייער ביזנעס. הצלחה רבה בכל מעשי ידיכם!