רופען 311 צו א איד

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אליבא דהילכתא · דורך: מכון בדרכי נועם · וואך: ויקרא , תשע"א · בעל-בית נומער: 39 · דאטום: 2011-03-07
http://www.balboos.com/content/2011/03/רופען-311-צו-א-איד/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
רופען 311 צו א איד

שאלה

מעג מען קאלן 311 ווען א איד טוט למשל מאכן א גערודער ביינאכט וואס שטערט
שטארק, צו א געשעפטסמאן וואס מאכט אן שטארקע שמוץ פאר די שכנים, און מען
האט שוין געבעטן כמה פעמים און עס העלפט נישט.
רופן צו א דין תורה איז כמעט נישט שייך, מעג מען רופן 311? הייסט עס מסירה?

תשובה

מען טאר נישט, נאר אויב מען האט קודם גערופען צו דין תורה, און בי”ד האט ג’פסק’נט בזכותו, און דער נתבע איז נישט ציית.

ומכאן יוצאת תוכחת מגולה צו די וואס רופען 311 פאר יעדע קלייניקייט, זיי זענען בכלל פון מוסרים וואס האבן נישט קיין חלק לעולם הבא, כנפסק בסי’ שפ”ח ס”ט וכל המוסר ישראל ביד עכו”ם בין בגופו בין בממונו אין לו חלק לעולם הבא ע”כ.

ועיין למטה דברים נוראים ממרן החפץ חיים ומעשה נורא מהגר”א זללה”ה.

על השאלה אם מותר לצלצל למספר 311 ולהתלונן על מי שעושה רעש בלילה ומפריע הרבה, או על בעל חנות שעושה לכלוך ליד שכניו, לאחר שביקשו הרבה פעמים שיפסיק ולא עזר, ולקרא לדין תורה כמעט שלא שייך ע”כ השאלה ?
תשובה! חו”מ סי’ שפ”ח ס”ז בהג”ה י”א דאדם המוכה מחבירו יכול לקבול לפני גוים אע”פ דגורם למכה היזק גדול ע”כ,ועיין באחרונים שמבואר שעכ”פ אם יש חשש שיוכה עוד דודאי שרי לקבול לפני גוים, ואם כן לאחר ההזהרה שיפסיק מלעשות רעש ומללכלך לפני רשותם ואינו עוזר לכאורה היה יכול לקבול ולצלצל למספ’ 311 .
אך עיין סי’ קנ”ו ס”ב חנות שבחצר יכולים השכנים למחות בידו,ולומר לו אין אנו יכולים לישן מקול הנכנסים והיוצאים, אבל אינם יכולים למחות בידו ולומר אין אנו יכולין לישון מקול הפטיש או מקול הריחיים, מאחר שכבר החזיק לעשות כן ולא מיחו בידו, הג”ה וי”א דכל מה שעושה בחנותו ובביתו אפי’ לכתחלה אינן יכולים למחות,ודוקא בנ”א בריאים, אבל אם הם חולים והקול מזיק להם יכולים למחות ע”כ, וכן הוא בסי’ קנ”ה סט”ו וע”ש סל”ט.
אמנם בכל אלה הנזכרים, מיירי שהוא עושה קול הפטיש לצרכו שיש לו צורך משום פרנסתו, ולכן לא יוכל לעכב רק כשמזיקו כשיש לו חולה הראש,אבל כשעושה רעש ללא צורך נראה דיכול למחות ולמנעו.
ולגבי הא שעושה לכלוך, הנה אסור לקלקל רשות הרבים כמבואר בסי’ תי”ב ס”ה, ואם כן יש ביד השכנים לעכב.
ועיין סי’ שפ”ח ס”ט בהגה אם מסרו, מותר למוסרו דהרי יוכל להרגו בדין, במקום שיש חשש שיחזור וימסרנו, או אם אי אפשר להציל עצמו בדרך אחר ע”כ, מבואר דאם יכול להציל עצמו בדרך אחר אסור למסור, ועיין ביאור הגר”א על הא דלעיל ס”ז, ואם כן כיון דיכול לילך לב”ד שיאמרו לו שלא יעשה רעש ויקלקל רשות הרבים צריך לילך לב”ד קודם, ואם לא ישמע לקול ב”ד, מותר לילך ולקבול ולצלצל למס’ 311, ורק באופן שיוכל למחות כביארנו לעיל.
ומכאן יוצאת תוכחת מגולה,לאלו שמצלצלים על כל דבר למס’ 311, והם בכלל מוסרים שאין להם חלק לעולם הבא, כנפסק בסי’ שפ”ח ס”ט וכל המוסר ישראל ביד עכו”ם בין בגופו בין בממונו אין לו חלק לעולם הבא ע”כ.
ואעתיק כאן מש”כ מרן החפץ חיים בספר שם עולם ח”ב בהשמטות, וז”ל כמה גדלה חטאת האדם מי שהולך ומלשין על ישראל לפני עו”ג, ועונו גדול מנשוא ודינו שוה לאפיקורס והכופרים בתורה ובתחית המתים שגהינם כלה והם אינם כלים כמו ששנינו בר”ה דף י”ח, וכתבו המקובלים שעונשו עבור זה שיבוא בכלב נובח, וכעין זה שמעתי בשם הגר”א זלה”ה, וכך היה המעשה שהגר”א קבל ע”ע ענין גלות, ונזדמן ששכר בדרך עגלה אצל עגלון אחד ישראל, והסוס בהליכתו בדרך נזדמן שסר מן הדרך והלך על ערוגות ההולכות בצדו, והערוגות היה של עכו”ם, ונסתכל העכו”ם מרחוק ורץ להעגלה להכות להגר”א היושב בתוכה, והיה ברצון הגר”א לענות לו אינני פושע בזה, העגלון חייב בזה שלא שמר בהמתו כראוי, ונתחזק ולא ענה אותו דבר, ואמר הגר”א אח”כ שאלו ענהו דבר זה היה נכנס עי”ז בכלל מלשין, והיה מוכרח אח”כ לבא עבור זה בכלב נובח, ולא היה מועיל לו להצילו מזה לא תורתו ולא מצותיו, מכל זה ידע האדם איך להזהר מענינים כאלו כל ימיו עכ”ל, הרי אף שהיה אומר בשביל הצלתו, שלא היה אפשר להציל באופן אחר, היה נכנס בדין מסור, דמ”מ אין על העגלון חיוב מכות, ולא דמי להא דלעיל שאין המזיק רוצה למנוע, והוא עצמו המזיק, אבל העגלון שנכנס בשוגג, וכבר שוב אינו מזיק להגר”א, וגם לכתחלה היה רק גורם, אין עליו בדין ולכן הוי בכלל מסור ודוק.
March 7, 2011 at 4:24 PM#2
רופען 311 צו א איד

איך פארשטיי באמת נישט, איינער וואס וויל רופן 311 וועט זיך צוריקהאלטן אז די הלכה זאגט א מ’טאר נישט?
ער וואלט יענעם געשפאלטן די קאפ אויכעט ווען נישט וואס ער האט מורא פון די 911.

הוה מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו.

פארוואס חיים בלעו, פארוואס נישט מת?
ווייל פאר מת רופט מען 911 און פאר חיים רופט מען 311

לייב איז דאס גוט?

March 7, 2011 at 4:57 PM#3
רופען 311 צו א איד

יא יא, דא האט מען מורא צו עפענען פאר איינעם די קאפ, אויב די קעפ וועלן זיין אפן וועט זיין א רעוואלוציע, אקוראט ווי עס האט פאסירט, אין מיטל מזרח.

אבער דא זענען מיר “בעל הבית” איז געגאנגען! לאמיר שפאלטן קעפ!

און וואס דו שרייבסט אז פאר חיים רופט מען 311, איז אמת, 311 איז ספעציעל געמאכט צו פארביטערן דאס לעבן פון די וואס לעבן נאך, דאס איז אויך א אויפטוה פון די “מוראה של מלכות”, “מוראה” גייט ארויף אויפן מעיאר (אדער אויפן פרעזידענט), ווייל עס איז ממש “א שרעק” וואס דא גייט פאר.

איך האף אז קיינער גייט נישט באלד קלעימען בעלות אויף דעם פארום, ווייל דאן וועלן מיר אים עפענען זיין קאפ, מנחם ביזט גרייט!?

March 7, 2011 at 6:01 PM#4
רופען 311 צו א איד

ס’דערמאנט מיך אמאסע, געווען איז דאס בימי חרפי, בינעך נאך בימים ההם געוועזן א צעיר לימים ודעת, האט זיך מיר פארגלוסט אין א זוניגן שבת פרי מארגן זיך אפצורעכענען מיט’ן ‘באלי’ [לייען: באָאָלי] פין שוהל וועלכער פלעגט מטיל חיתתו זיין אויפ’ן ציבור באופן קשה מנשוא.
וואס’זשע קען שוין אזא גוטהארציגקייט ווי מיר זענען; טוהן פאר א צווייטן איד? יא, איר האט צוגעטראפן, ממש גארנישט! נאר פטור בלא כלום אי אפשר, זענען מיר געגאנגען בשעת ליינען און באהאלטן צוויי פון זיינע פעקלעך וואס ער האט געכאפט ביים באווארפן. ‘למימרא’ וועט איר וועלן זאגן אז ער איז געבליבן אן גארנישט? ניין זאג איך דיר, ער האט געהאט אין זאפאס נאך א גאנצער מנין מיט פעקלעך, וואס ער האט געכאפט, ווי אויך וואס ער האט באקומען פין די מקורבים, א כלל קיין רחמנות איז ער נישט געווען.
בכל אופן, ס’האט נישט גענומען לאנג, און דער ‘פריץ’ איז געקומען אויף אונזערע שפירן, און כ’ברויך אייך היינט נישט זאגן וואס די סוף פין די מעשה איז געווען, ווי האט יענער געזאגט? מען האט שוין געהאלטן ביים רופן 911…
איז ווי טוט א גוט יונגל? מען איז געלאפן צום טאטן וויינען, הלמאי, פלוני האט מיך אנגעבריקעט. אבער דא ברויכט איר פארשטיין אז מען רעדט פין א ערפארענעם טאטן מיט לאנגע יארן ערפארונג. נעמט ער ארויס א טישו פאפיר פונונטער’ן סידור, ווישט מיר אפ דאס נעזל, און גיבט א פרעג: וואס האסטו אים געטוהן? “גארנישט כ’האב נאר….”, “שעפעלע טייערער” האקט מיר דער ליבער פאטער איבער, “וואס הייבסטו זיך אן מיט איינעם וואס קען צוריקגעבן”?
טייערע אידן, איר ברויכט פארשטיין אז די מגיפה פין רופן 311 איז א גלגל החוזר, מען דארף נישט זיין א גרויסער מר בר רב אשי צו רופן, און מען דארף אויך נישט זיין קיין גרויסער אונטערוועלטניק צו ליידן פין די שטאטישע באאמטע, סך הכל יעדער רופער איז ביכולת אויסצוטיילן צרות פאר יעדן באטרעפנדן, איז אויב אזוי האט שכל און הייבט נישט אן דעם ‘ווישעס סייקעל’ און לאזט נישט ארויס דעם ש-ד פונ’ם שטייג. ווייל עס קען זייער גרינג צוריקלאפן אין פארצוף העריין!

March 7, 2011 at 6:03 PM#5
רופען 311 צו א איד

כמובן אז דאס איז שוין חוץ פונ’ם איסור שיש בו, כ’האב נאר גערעדט פין פראקטישן זין.

March 7, 2011 at 6:27 PM#6
רופען 311 צו א איד

מיכל, עס האט צוטון מיט ווער עס רופט אויף וועמען.

מען זאגט אז מיט די פרומע איז די לייכטסטע זיך צו שלאגן, ווייל די אלע שייגעץ שטיק וואס מען קען טון פאר זיי, קענען זיי נישט צוריקטון…

March 7, 2011 at 10:43 PM#7
רופען 311 צו א איד

RABBI MENDEL SHOFRAN SHLITA FROM ERETZ YISROEL SAID 2 YEARS AGO IN SHIER KLULI IN BORO PARK STULIN THAT IT IS ALLOWED TO CALL 311 IF SOMEONE KEEPS ON BLOCKING THE GARAGE DOOR ETC. IT ‘S NOT SO POOSIT THAT IT’S USIR.

March 7, 2011 at 10:45 PM#8
רופען 311 צו א איד

EVERY INDIVIDUAL CIRCUMSTANCE IS DIFFERENT. AND NEEDS TO ASKED FROM A DAYEN. NOBODY SHOULD PASKEN HIMSELF FOR HIMSELF EVEN WHEN HE KNOWS THE HALACHA

March 11, 2011 at 12:25 AM#9
רופען 311 צו א איד

איך וואלט געוואלט פרעגן א שאלה אויב שכנים האבען די רעכט צו שטערן איינעם פון זייער בילדינג צו פעינטען אדער סקרעיפן (מיט מויסטיקיור) ווייל עס איז זייער נישט געזינט בכלל ובפרט פאר קינדער און אויך שטערט עס צי זיין דעמאלסט אינדערהיים איז דא א הלכהדיגע וועג צי שטערן אדער עכ”פ הייסען ווארטען ביזן זומער ווען א חלק עולם איז נישט אינדערהיים ?

March 11, 2011 at 10:09 AM#10
רופען 311 צו א איד

אלע שאלות און אלע תירוצים זענען חשוב און זייער וויכטיג, אבער אונזער באליבטער תנא ר’ עקיבא, וואס וועגן זיינע תלמידים וועלן מיר טשענזדשן אונזער לייפסטייל פאר גאנצע 40 טעג נאך פסח, זאגט אונז א כלל גדול בתורה, ואהבת לרעך כמוך, מה דשנאה דלא תעביד ליך, לחברך לא תעביד,
דאס איז די וויכטיגסטע ביי יעדן ענין, לייג דיך אריין אין יענעמס מצב און טראכט ווי אזוי וואלסטו געפיעלט און יענעמס שיך.
נישט אלעמאל איז דין תורה די בעסטע עצה, לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דברי תורה, יעדער האט אפגעטוען וואס מ’האט געוואלט און נאכדעם געשריגן רוף מיך צו דין תורה.