דעת בעל בית

15 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: ויקרא , תשע"א · בעל-בית נומער: 39 · דאטום: 2011-03-07
http://www.balboos.com/content/2011/03/דעת-בעל-בית-22/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

אראפנעמען טזשארזשעס פון א קרעדיט קארטל

לויט מיין עקספיריענס איז די זעלבע מיט אנדערע קאמפאניס אויך, ווי chase, BoA, wells fargo און נאך.
זיי וועלן כאפן א בליק אויף אייער פעימענטס היסטארי פון די לעצטע צוועלעף חדשים און לויט דעם באשליסן.
רוב מאל ווען מ’בעט אראפצונעמן ביידע, לעיט פי און אינטערעסט, וועלן זיי נאר אראפנעמן די קלענערע טשארזדש פון די לעיט פי אדער אינטערעסט און נישט ביידע. אויב איז די לעיט פי גרעסער ווי די אינטערעסט, איז די עצה גלייך נאר צי בעטן אויף לעיט פי און גארנישט רעדן פון די אינטערעסט.
מנחם

גרינדן א גרופע פון וועב דעזיינערס

א דאנק פאר די אינפארמאטיווע און באלערענטע אויסגאבע…
.. איך וואלט געוואלט אראנזשירען א גרופע פון היימישע אידיש רעדענדע וועב דעוועלאפערס וואס וועלן זיך צוזאמצוטרעפן אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק צו דיסקוסירן ענינים ווי HTML CSS און Java Script.
א. ברוין

אדווערטייזען אין די “בלו בוק”

איך בין א סעילסמען פאר א סקעפאלדינג קאמפאני, אין איך האב לעצטענס געדילט איבער עדווערטייזען אין the blue book איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס מען זאגט דערצו..
לוינט זיך צו אינוועסטען דערין?
א.א.

לערנען עקסעל

ווער עס ווייסט פון א גוטע וועג ווי אזוי זיך צו לערנען עקסעל?
גימפל
איך רעקאמענט צו קויפ’ן PROFESSOR TEACHES
http://www.amazon.com/Professor-Teaches-Word-Excel-PowerPoint/dp/B001E9B078/ref=sr_1_4?ie=UTF8&qid=1299037379&sr=8-4
עס איז גענוג ביליג ( 9.99) און לערנט זייער גוט אויס די בעסיקס, די וועג פון לערנען איז דורך אקטועל טוען, די מיזט קליקן ווי ער ווייזט דיך אן, סא קענסט דיך נישט פאפן, אזוי לערנט מען זיך אויס גרינטליך און שנעל, און מ’געדעקט עס זייער גוט,
הצלחה רבה
מנחם

אינסטולירן אידיש אין ווינדאוס

ווי אזוי קען איך אינסטולירן אידיש אין מיין קאמפיוטער? איך האב ווינדאוס XP.
יואל
גיי צו
ontrol panel – languages – format – סעלעקט hebrew –  און דרוק Apply.
פרוביר עס אויס.
גימפל
אויב ס’ארבעט נישט וואס ר’ גימפל האט גע’עצה’ט, (ווי ס’וועט לכאורה זיין) גיי צו
all program> microsoft office> microsoft office tools> languge settings> edditing languages.
דארטן זאלסטו סעלעקטן היברו, און היידא, עס וועט גיין א רויך.
מנחם
מנחם, דיין וועג פון אינסטולירן היברו איז ווען עס איז שוין אינסטולד אויפן קאמפיוטער, נאר מען וויל עס האבן אין אפיס.
אויב וויל מען עס לכתחילה אינסטולירן דארף מען טון ווי גימפל האט געזאגט.
כנלע”ד
(-)


רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
שארטקאטס: טוישן שפראכן און אליינמענט אין ווינדאוס
http://goo.gl/QN7JO
שמועס: איבער די פירמע עפל און אירע פראדוקטן
http://goo.gl/1AX57


March 7, 2011 at 2:17 PM#2
דעת בעל בית

איבער “אדווערטייזען אין די “בלו בוק”
ביטע, ביטע, גיב ענדערשט די געלט חתונה צו מאכן יתומים ויתומות ווי איידער צו לייגן אין די גארביטש קען וואס הייסט בלו בוק,
פון FIRST HAND עקפיריענס קען איך דיר זאגן אז עס ברענגט גארנישט, זיי זאגן דיר צו גאלדענע גליקן, ווייזן דיר טויזענטער ‘ליעדס’ וואס זיי שיקן ארויס, אבער קענסט דאס נישט איינקעשן פאר א גרינעם גרייצער,

בכלל אז די רעדסט וועגן סקעפאלדס ביזנעס, טראכט אריין, וועלעכע קאנטראקטאר זאל דיך נעמן זדשאסט ווייל די ביסט געליסטעט אין די ‘בלו בוק’? קענסט דאך זיין געליסטעט אין די יעלא פעידזשעס פאר די געלט.

אויך האט מיר זייער נישט געפאלן די אגרעסיווקייט מיט וואס זיי שטיפן צו אדווערטייזן דארטן, אזש די ווילסט שוין באלד צאלן די געלט זדשאסט פטור צו ווערן פון זיי. וואנס די סיינסט שוין די פארפירן איז שוין נישטא וואס צו טוען. דארף באצאלן די געלט און מער קענען זיי דיך נישט.

ביטע שטיי ווייט פון זיי.

הצלחה רבה
ידידך וידיד כל בית ישראל
מנחם

March 7, 2011 at 3:43 PM#3
דעת בעל בית

Menachem ,
I feel your pain that you spent money for Bluebook and you didnt gain any business out of it. But to say in general that Bluebook is a garbage just because you didnt succeed with them is wrong. I had Bluebook come to my office and yes they are very pushy but they are sales men doing their job. I made a educated business decision (something you didnt do) that Bluebook is not something my company will gain from. But to answer in general that it wont help the scaffolding sales guy I believe is wrong.

P.S. Sorry I dont know how to type Yiddish

March 7, 2011 at 3:53 PM#4
דעת בעל בית

so chaim, you basically agree to everything i said, you also agree that you did an educated decision not to advertise there, so you don’t know if it would really work or not, the only thing you say different is that you can’t conclude in general that it’s nothing worth.
so here comes in my experience and i say that it’s worthless.

March 7, 2011 at 4:07 PM#5
דעת בעל בית

מנחם, מילא חיים ווייסט נישט וויאזוי מען טייפט אידיש, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר דיר!

אגב, האב איך געוואלט זאלסט וויסן אז איך בין נאך דא, און איך האלט אלעס מיט, אפי’ איך רוף מיך שוין ווייניגער אן.

March 7, 2011 at 4:09 PM#6
דעת בעל בית

ברוך הבא ר’ לייב,
האסט געמאכט מיין חודש אדר מיטן זיך לאזן הערן

פארוואס טאקע לאזטו זיך נישט הערן לעצטענס?

March 7, 2011 at 4:11 PM#7
דעת בעל בית

Mnachem,

I am sorry if I dont know the scope of your experience and I am sure if you say you are experienced I will take your word for it. However I dont believe your experience whatever it is can give you the experience to generalize the issue in this matter.

March 7, 2011 at 4:15 PM#8
דעת בעל בית

BTW
ס’איז באמת נישט געווען מיין פעין, ס’איז געווען אפאר יאר צוריק ווען מיין BOSS האט מיט געבעטן צו פיייטן די אגרימענט וואס ער האט געסיינט מיט די א.ד. קאמפעני נאך אפאר חדשים זעענדיג אז מ’מאכט נישט קיין דאלער פון דארט, איך בין דורך שבעה מדורי גיהנום מיט זיי און צום סוף געדארפט באצאלן.
דורכדעם האב איך באקומען פורסט הענד עקפיריענס מיט די קאמפעני במילא פיל איך אז איך ווייס וואס איך רעדט,

March 7, 2011 at 4:17 PM#9
דעת בעל בית

קודם כל, איז אינטערסאנט אז אין די רעדאקציע דערקענט זיך בכלל נישט אז עס איז אדר אויף דער וועלט, (עס איז שוין דער צווייטער טאג פון דעם צווייטן ר”ח אדר…).

אויסער דעם האב איך ליידער כמעט נישט וואס צו זאגן, און דאס ביסל וואס איך האב יא, געווענליך ווערט אויסגעכאפט דורך אנדערע, אבער זיי נישט באזארגט ווען איך וועל האבן וואס צו זאגן וועסטו שוין הערן פון מיר.

לויט מיין מיינונג וואלט מען געמעגט נעמען איינע פון די פארום’ס דא פון די וואך, וואס קיינער קוקט נישט אן, און מאכן דארט אזא “חודש אדר פארום”….

וואס זאגסטו צו מיין געדאנק, אויב עס געפעלט דיר ביטע טו למעשה, איך וועל תיכף אונטערקומען…

March 7, 2011 at 4:20 PM#10
דעת בעל בית

לאמיך נאר צולייגן, די אגרימענט איז געווען פאר צוויי יאר, א הון רב, קיין דאלער נישט געלייזט פון דארט די גאנצע צוויי יאר, סא עגעין, אויב דאס איז נישט געניג ווייס איך נישט וואס איז יא

March 7, 2011 at 4:21 PM#11
דעת בעל בית

לייב,
איך וואלט עס געטוען מיט די 311……. קשיא, LETS GO OVER THERE

March 8, 2011 at 1:19 PM#12
דעת בעל בית

יישר כח מנחם פאר די וויכטיגע אינפארמאציע
ביי די וועי, ווען הייבסטו צוריק אן צו שרייבן דיינע קורצע נייעלעך? ס’פלעגט זיין גאנץ אינטערעסאנט,

March 8, 2011 at 10:35 PM#13
דעת בעל בית

הרב ברוין איך בין אינטערעסירט דערין איך קען מיך גאנץ גוט אויס מיט די ענינים,
ווי אזוי קאנטעקט איך דיר?

March 8, 2011 at 11:28 PM#14
דעת בעל בית

הרב ברוין און הרב טעכניקער, איך האב צו אייך א שאלה.
פארוואס דארף עס זיין ”היימישע אידיש רעדענדע” מיט וואס איז דאס בעסער און באקוועמער ווי נישט היימישע און נישט אידיש רעדענדע?
ס”ה איז דאס א פאך און די ווילסט נעטווארקן מיט אנדערע וואס קענען די פאך. און זעהןנאשן איינער פונעם אנדערןאון ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן. סא איך פארשטיי נישט ווי און פארוואס ס’איז בעסער ”היימישע אידיש רעדענדע”
יישר כח למפרע פאר’ן אויפקלערן.

March 9, 2011 at 2:08 AM#15
דעת בעל בית

מה השאלה?
פארשטייסט באמת נישט?
ס’איז בעסער און באקוועמער.