געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – ד

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: ויקרא , תשע"א · בעל-בית נומער: 39 · דאטום: 2011-03-07
http://www.balboos.com/content/2011/03/געלט-איז-טייער-מען-דארף-דאס-גוט-היטן-ד-2/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – ד

אויסצוגן פון דרשה פון הר”ר מנחם הארטמאן הי”ו ביי א “קרן עזר” צוזאמקום.
דוגמאות וויאזוי מען קען “סעיוון” געלט
איך האב דא נאך א רעיון: מענטשן פרעגן: ווי קען איך מיך סעיווען?
לאמיך מיך דא באציען צום “שנה-ראשונה-אינגערמאן”. ס’איז דא אסאך מענטשן וואס זיי ארבייטן און די ווייב ארבייט. איך האב א נאענטער ידיד מיינער וואס האט חתונה געהאט, און ער איז געגאנגען ארבייטן, און זיין ווייב האט אויך געארבייט. אן עוורידזש אינגערמאן גייט ארבייטן, מאכט ער בערך פינף-זעקס-הונדערט דאללער א וואך – לאמיר זאגן אן עוורידזש פון פינף-און-צוואנציג טויזענט דאללער א יאר. האב איך געזאגט, “נעם די פינף-און-צוואנציג טויזענט דאללער, און לייג דאס אוועק!”, דיינע חברים דיינס-גלייכן לעבן דאך אויף די ווייב’ס אינקאם; – ממילא נעם יעדן דאללער און לייג דאס אוועק! לאמיר זען וואס די פינף-און-צוואנציג-טויזענט דאללער וועט דיר טוען! – איין יאר וואס דו לייגסט אוועק דאס געלט!.
באזירט אויף א פינף-פראצענט  Rate of Return, – מען רעדט נישט דא פון קיין ריזיגע געלטער – וועט דאס ברענגען 66 טויזענט דאללער. ער האט גארנישט געטוען דערצו, ער האט זיך אפילו נישט מצמצם געווען, ער האט נאר געטוען וואס אלע זיינע חברים טוען – אין א היינטיגע וועלט, 66 טויזענט דאללער וועט דיר נישט העלפן חתונה מאכן איין קינד, אבער אויפ’ן מהלך וואו מיר גיין היינט אז מ’פרובירט צו שפאָרן אויף חתונה-הוצאות, וועט ער האפנטליך מיט דעם קענען חתונה מאכן צוויי קינדער….
דאס איז איין דוגמא. איך האב דא עטליכע דוגמאות. לאמיר נעמען א “קאַר”. ווי מיר האבן פריער געשמועסט. ספעציעל פאר די אינגעלייט – א קאר קאסט אפ צען-טויזענט דאללער; איך האב נאר געשריבן אכט-טויזענט דאללער, ווייל אויב א מענטש האט נישט קיין קאַר קאסט דאך אנדערע עקספענסעס – קאר-סערוויס וכדומה. האלט דיך צוריק דריי יאר פון נעמען א קאר, ביז ממש ווען דו מוזט עס האבן פאר ביזנעס וכדומה. ווען דו לייגסט אוועק דריי יאר אכט-טויזענט דאללער אויף צוואנציג יאר, וועט ער האבן נאכדעם זעכציג-טויזענט דאללער!.
נעם א צווייטע דוגמא: דא האסטו א אינגערמאן, וואס גייט נאר א האלבן-זוממער אין קאנטרי. מיר ווייסן אלע פאר א דבר פשוט, אז יעדער איינער מוז גיין אין קאנטרי, און ס’איז אמת! אבער ס’האט א פרייז. און דער פרייז פון דעם איז, קרוב צו זיבן-און-אכציג טויזענט דאללער ווען ער הייבט אָן חתונה מאכן קינדער. דאס איז דער פרייז! ווען א מענטש איז זיך מתבונן וואס איז דער פרייז? קען זיין אז ער וועט דערנאך טראכטן צוויי מאל.