לעסט פעסס

21 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טיפס · דורך: ליינער · וואך: ויקרא , תשע"א · בעל-בית נומער: 39 · דאטום: 2011-03-07
http://www.balboos.com/content/2011/03/לעסט-פעסס/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
לעסט פעסס

היינט צו טאגס ווען יעדע צווייטע וועבסייט פארלאנגט א יוזער נעים און פעסווארד, איז שווער אלעס צו געדענקען.
אנשטאט נוצן א צעטל, איז פארהאן אן אויסגעצייכענטע “פלאג-אין”,

lastpass.com

וועלכע ארבעט אויף אלע בראוזערס. מען דארף האבן בלויז איין פעסווארד, און עס וועט אויטאמאטיש אריינפילן אייער אינפארמאציע איבעראל.
דאס ארבעט נישט בלויז אויף אייער קאמפיוטער, נאר פון סיי ווי, גייט צו זייער וועבסייט, לייגט אריין אייער פעסווארד, און איר וועט זיך שפירן ווי אינדערהיים!
שמעלקא

March 7, 2011 at 6:40 AM#2
לעסט פעסס

איז עס פרי אדער נישט?
איך ניץ RoboForm איך בין זייער צופרידן דערפון.
ביז 10 איז עס פרי, דערנאך צאלט איר איין מאל $30.00 און דעטס איט.
מ’קען האבן וויפיל לאגאין’ס מ’וויל. ס’האט אויך די מעלה אז מ’קען גליין פון די לאגאין ליסט גיין צום וועבסייט. וכהנה אסאך גוטע מעלות.

March 7, 2011 at 11:06 AM#3
לעסט פעסס

יא, גענצליך אומזיסט. זיי האבן אויך א “פרימיום” ווערסיע פאר א דאלער פער חודש ($12 א יאר), אבער איך ווייס נישט צו וואס איינער זאל דאס דארפן. ROBOFORM קען מען נאר האבן 10 לאג-אינס פאר אומזיסט, און דאס כמעט גארנישט ווערד, בשעת איינער האט הונדערטער סייטס מיט לאג-אינס.

די פלאג-אין “לעסט-פעסס” האט די מעלות פון זיין גענצליך אומזיסט, אנלימיטעד לאג-אינס, אוועילעבל אויף אלע באוזערס (חוץ אויף אפערע אדער סאפארי ווייס איך נישט), מען קען אויך האבן “אויטאמאטישע” לאג-אינ’ס אויב דו ווילסט, דהיינו דו דארפסט אפילו נישט דרוקן דעם “SUBMIT” אדער ענליכע קנעפל. איר דרוקט אריין בלויז דעם וועבסייט אדרעס און ער פילט אלעס אריין און לאגט אריין פאר אייך כשלחן הערוך. און בעיקר אלעם, קען מען דאס נוצן פון סיי וואו אויף דער וועלט.

איך האב לאנג געזוכט אזא פראגראם, און נאך אסאך ריסוירטש איז דאס די בעסטע וואס איך האב געטראפן, בפרט פאר בחנם. עס האט גאר גוטע רעיטינגס.

March 7, 2011 at 11:21 AM#4
לעסט פעסס

סא וואס איז די חילוק צווישן די פרימיום און די פרי?
לויט ווי איך פארשטיי פאר די אפשען פון UNIVERSAL דארף מען צאלן, איז עס גערעכט?

March 7, 2011 at 2:16 PM#5
לעסט פעסס

ניין. אלעס איז אומזיסט. לויט ווי איך פארשטיי איז די פרימיום גוט אויך פאר מאביל-בראוזערס, ווי למשל דיין אנדרויד פאון, וואס דאס איז שוין א חידוש.

זעה דא:

https://lastpass.com/features_premium.php

March 7, 2011 at 2:26 PM#6
לעסט פעסס

עס איז אביסל קאנפיוסינג,
אין די פעיזדש
https://lastpass.com/features_free.php
ווערט געליבטעט די דאזיגע פרימיום פיעטשורס
IMPORT
EXPORT
BACK AND RESTORE
UNIVERSAL ACCESS
זעהט דאך עפעס אויס אז די פרי ווערסיע האט עס נישט,
ו ו א ס ג י י ט ד א פ א ר ? איז ביי זיי אויך חודש אדר?

March 7, 2011 at 2:30 PM#8
לעסט פעסס

יעצט שטעלט זיך די קשיא, ווי אזוי קען דאס טאקע זיין פרי?
אדווערטייזמענטס?
אינטראדאקטערי אפפער?
מעלווער?

March 7, 2011 at 3:43 PM#10
לעסט פעסס

360 norton האט אויך זייער א גיטע פלאץ צו האלטן די יוזער נעים און פעסווארד

March 7, 2011 at 3:57 PM#11
לעסט פעסס

זרח, איך קום שוין פון דארט. נארטאן 360 איז נישט קיין פארגלייך צו לעסט-פעס.

ערשטנס, ארבייטן זיי בלויז אויף אינטערנעט עקספלארער. איך נוץ אויך אנדערע בראוזערס און דארט בין איך סטאק. צווייטנס, פאר סאם ריעזאנס, זענען פאראן פילע סייטס וואו זיי “כאפן” פשוט נישט אז מען דארף דארטן אויספילן אינפארמאציע, און איך פלעג משוגע ווערן דערפון. דריטנס, ארבעט עס נישט פון יעדן קאמפיוטער, בלויז פון דיין אייגענע. פערטנס, עולה על כולנה, עס קאסט געלט, און רוב מענטשן נוצן עס נישט!!

גוגל קראום האט אויך א בילט-אין פעסווארד מענעדזשער, אבער האט אויך רוב פון די אויבנדערמאנטע פראבלעמען. אסאך סייטס, ווי למשל ביי געוויסע בענק, “פארשטייט” ער פשוט נישט אז מען דארף דא צולייגן א האנט און ער מאכט זיך בכלל נישט וויסנדיג.

די לעסט-פעסס האט געסאלווט אלע מיינע פראבלעמען. און איך בין ב”ה זייער צופרידן מיט זיי.

מנחם, ווי אזוי זיי זענען פאר פרי ווייס איך נישט. אבער קלאר ס’איז נישט קיין ספיי-וועיר אדער מאלווער. עס איז גערעטעד ביי אלע פרעסטיזשפולע אויסגאבעס אלס א “בעסט-ביי”. גוגל קראום אליין טוט דאס רעקאמענדירן צווישן זייערע עקסטענשאנ’ס.

אז דו פרעגסט שוין פון וואו מען מאכט געלט, אפשר זאגסטו מיר פון וואו אנדערע קאמפאניס מאכן געלט ווען זיי פארטיילן פראדוקטן בחנם? למשל אינטערנעט עקספלארער, אדער פייערפאקס, וואס פארדינען זיי אז מען נוצט זייער בראוזער? פארוואס פרובירן זיי אלע מיט אלע כחות מען מיט אלע כחות אראפצוציפן נאך א חלק פון די קאמפעטישאנס און אריינכאפן נאך א קאסטומער? און אזוי זענען פאראן נאך געוויסע אומזיסטע פראדוקטן אויף וואס איך האב די זעלבע קשיא.

March 7, 2011 at 3:59 PM#12
לעסט פעסס

ר’ זרח טייערער, דא איז נישט די רעדע צי האלטן די פעסווארד, דאס קענסטו טוען אין דיי בערזעל אויכעט, דא רעדט מען פון א פארגעשריטענע סאפטווער וואס לייגט עס אליין אריין אין די ריכטיגע פלאץ, און נאך אסאך פארגעשריטענע פיעטשערס,

BTW

איך האב פריער גע’פאוסט אפאר לינקס צו וועבסייד ארטיקלען וואס קאמפערן די צוויי, ביזדערווייל איז עס נאכנישט ארויף, באלד וועט עס ארויפשווימן, מן הסתם,
אויב נישט, טייפט אריין אין גוגעל
ROBOFORM VS LASTPASS
און איר וועט אלעס באקומען

March 7, 2011 at 4:05 PM#13
לעסט פעסס

נא נא נא שמעלקא, עס פאסט נישט פון דיר אזא קשיא פארוואס עס איז דא פרייע סאפטווער אויף די מארקעט, די גרויסע קאמפעניס טוען דאס אריינצוכאפן ווי מער מענטשן אויף זייער ‘ליסט’ אוו יוזערס, מ’שלאגט זיך ווער ס’האט מער באניצער פון פרייע פראגראמס נאר פאר פובליסיטי וכהנה,
אבער דא איז די שאלה, מ’רעדט דאך פון א קאמפאני וואס מאכט נאר דאס, סא ווי אזוי און פארוואס לוינט עס זיי?

March 7, 2011 at 4:08 PM#15
לעסט פעסס

כ’האב געטרייט נאכאמאל און נאפ ס’גייט נאך אלס נישט,

זעהט אויס אז די ראדאקציע האט א בלאקעזדש אויף קאמענטס מיט לינקס אז ס’מוז אפראווט ווערן בעפאר,
זעהט אויס אז דער אפראווער איז איינגעשלאפן

March 7, 2011 at 5:21 PM#16
לעסט פעסס

FINALLY ס’איז דא. שמעלקא און זרח, כאפט א בליק ביטע

March 8, 2011 at 2:38 PM#17
לעסט פעסס

ישר כח מנחם איך פארשטיי זייער גוט וואס די ברענגס ארויס, איך גיי עס אויס טרייען, אבער איין זאך וואס איך האב אלעס מורא קען מען טראסטען די אלע קאמפאניס מיט אלע יוזער נעים און פעסווארד ?

March 8, 2011 at 3:07 PM#18
לעסט פעסס

ר’ זרח.
עס איז זיער א גוטע זאך צו האבן אזא פראגראם. און יא מ’קען זיי טראסטן מער ווי דיין צעטל אדער בערזל.

איך קען דיר נישט ענטפערן אויף לעסט פעסס, איך ווייס נישט ווי אזוי עס ארבעט, איך קען דיר אזויפיל זאגן אז איך בין זייער צופרידן מיט ראבאפארם פאר די לעצטע דריי יאר, ווי נעכטן אויפגעדעקט זענען זיי געווען פאר ס’איז ארויסגעקומען לעסטפעסס.
איך האב שוין במילא געצאלט די איינמאליגע פרייז פון 29.99 סא איך בלייב שוין מיט דעם.
יעצט אז לעסטפעסס איז פרי, קען זיין לוינט זיך טאקע צו גיין מיט זיי, אזוי זאגט שמעלקא.

March 8, 2011 at 4:05 PM#19
לעסט פעסס

ראבא איז אלט ווי דער אידישער גלות. סינאנים מיט AOL און IE5.
עס איז געווען א באזונדערע פראגראם וואס האט געארבעט מיט אינטערנעט עקספלארער. עס אויך געווען לימיטעד צו דו קאמפיוטער -ווען איך האב עס פרובירט מיט א זעקס זיבן יאר צוריק. דעמאלס איז עס נישט געווען פריי (נאר א לימיטעד טרייעל דאכט זיך) האב איך עס אפגעלאזט.
זעט אויס אז היינט האבן זיי שוין אויך די סינק אנליין פיטשער.
לעסט פעסס איז א נייערע פירמע, וואס האט אנגעהויבן דאס לעבן אלץ א פלאג-אין פאר פייערפאקס און זשאווא סקריפט בוקמארקלעט, און איז געווארן זייער פאפולער, זי האט שוין היינט פלאגינ’ס פאר אלע בראוזערס.
זיי מאכן געלט דורך פרימיום פיטשערס, וואס קאסט פער חודש, זייער מאביל עפפס זענען נאר אוועליבעל פאר פרימיום מעמבערס (די עפס אליין זענען בחנם).

עס איז אינטערעסאנט אז אויף זיי פרעגט מען ווי אזוי זיי מאכן געלט, נישט לאנג צוריק האבן זיי אפגעקויפט XMARKS וואס האט זיך געדארפט פארשפארן ווייל זיי האבן נישט געמאכט קיין געלט.
די צוויי סערוויסעס זענען מיינע פעוואריטס, לעסט-פעסס און עקס-מארקס.

איך האב בשעתו אנגעהויבן צו שרייבן א ארטיקל וועגן עקס-מארקס -איבער די ביזנעס מאדעל פון פרייע סאפטווער און סערוויסעס- אבער נישט פארענדיגט.

March 8, 2011 at 4:19 PM#20
לעסט פעסס

יישר כח ר’ יוחנן פאר די אינפא., עס זעהט אויס אז ראבא האט זיך גוט ארויפגעארבעט זייט 7 יאר צוריק,
BTW ראבא פארם האט זייער מאביל עפפ, פלוס לאגאינס, פאר פרי. סא לפ”ז מאכט שוין סענס, אז איינער צאלט פאר ראבאפארם איין מאל, קען ער האבן אנלימיטעט לאגאינס פאר פרי, פלוס די מאביל פיעטשער וואס ביי לעסטפעסס מוז מען צאלן דערפאר,

March 8, 2011 at 7:32 PM#21
לעסט פעסס

#
מנחם
Posted March 7, 2011 at 5:21 PM

FINALLY ס’איז דא. שמעלקא און זרח, כאפט א בליק ביטע

…… איך מעג אויך???……….