ארום די געפלאנטע טי-מאביל אפקויף
עי טי ענד טי האט נאך ניטאמאל אריינגעגעבן די אפיציעלע פאפירן צו די FCC איבער זייער געפלאנטע טי -מאביל אפקויף. אבער דער FCC קאמישינער האט די וואך געזאגט אין א אינטערוויו, אז ער האלט אז די באשטעטיגונג פראדעצור וועט זיין “א שיפע בארג ארויף”.
ער האט אויך אנגעוויזן אז די אפקויף באדייט אז “צוויי פירמעס (ווערייזאן און עי טי ענד טי) וועלן קאנטראלירן 80 פראצענט פון די ספעקטרום אין לאנד”.
אינצווישן האט דער CEO פון עי טי ענד טי געלאזט הערן זיין אייגענע מיינונג איבער די אפקויף, אין א קאנפרענץ פארגאנגענע וואך האט ער רעאגירט, “די אינדוסטרי איז סיי וואס, אבער נישט קיין דופּאלי (מאנאפאלי פון צוויי)”. אויף די זארג אז עס וועט מער נישט זיין קיין ערענסטע קאנקורענץ האט ער געזאגט, “די מארקעט איז זייער קאמפעטעטיוו יעצט, און וועט ווייטער זיין זייער קאמפעטעטיוו נאך די אפקויף”. איבעריג צו זאגן אז זיינע פראזן קלינגען גאנץ פוסט, ספעציעל ווען ער האט ניטאמאל זיך מטריח געווען צו ערקלערן אויף וואס זיין מיינונג איז געבויט.
ספרינט -וואס שטייט אויס די מערסטע צו פארלירן פון אזא אפקויף- איז ארויסגעקומען מיט א פרעס רעליס ווי זיי רעדן זיך ביטערליך אפ אז אזא געשעפט “וועט צוריקרוקן די פראגרעס -וואס די גאווערמענט מיט די געריכטן האבן איינגעשטעלט אין די טעלעפאן מארקעט- מיט 25 יאר”. ספרינט פארשפרעכט צו פירן א העפטיגע קאמף “עס וועט שעדיגן די קאנסומערס און שעדיגן די קאנקורענץ אין א צייט וואס מיר קענען זיך עס די וויינגסטע ערלויבן.. מיר וועלן באקעמפן די פרואוו פון עי טי ענד טי צו שאפן א דופּאלי”.
ספרינט איז נישט אליין, דער ניו יארקער אטורני זשענעראל, עריק שניידערמאן (די נאמען קלינגט באקאנט פון ערגעץ) האט פארשפראכן אז זיין אפיס וועט “דורכדרינגליך איבערקוקען” די געפלאנטע אפקויף פון טי מאביל, ער האלט אז סעלפאן פרייזן וועלן שטארק ארויפגיין אלץ רעזולטאט פון דעם געשעפט.
עי טי ענד טי האלט אז דאס איז אלעס אויפגעבלאזענע טענות, לויט זיי איז די גאנצע שרעק אז פרייזן וועלן ארויפגיין “נישט רעלעוואנט”…
איינס פון יעדע דריי סמארטפאונס אין אמעריקע איז א אנדרואיד
א נייע באריכט ווייזט אז אנדרואיז האט זיך ארויפגעריקט מיט זיבן פראצענט פון פאריאר, און איז איבערגעשטיגן RIM (בלעקבערי) ווערענדיג די מערסטע באניצטע סמארט פאון פלאטפארמע אין אמעריקע. אנדרואיד האט יעצט 33% פון די מארקעט, וואקסענדיג מיט 7 פראצענט. RIM, וואס איז געפאלן מיט 5 פראצענט, איז געווען די גרעסטע פארלירער אין בלויז איין יאר, אבער איז פארט די צווייטע מיט 29 פראצענט.
עפל איז געוואקסן מיט א נישטיגע פּוינט 0.2 פון א פראצענט, און האלט ווייטער ביי 25 פראצענט, מייקראסאפט און פאלם זענען ביידע געפאלן מיט מער ווי איין א פראצענט צו 7 און 2 פראצענט.
ווי עס קוקט אויס יעצט, וועט גוגל זייער מעגליך ווערן צו סמארטפאונס וואס מייקראסאפט איז צו דעסקטאפ קאמפיוטערס, ווייל איינמאל מען ווערט באדייטענד גרעסער און מען האלט עס אן פאר א שטיק צייט, הייבען דעוועלאפערס אן צו מאכן זייערע עפּס די ערשטע, און אפטמאל בלויז פאר די גרעסטע פלאטפארמע, ווייל עס איז די מערסטע פראפיטבאר, און פון דאן דרייט זיך עס שוין ווי א צויבער ראד, און איז כמעט אוממעגליך צוריקצודרייען.
מייקראסאפט קלאגט גוגל אויף אנטי טראסט קלאגעס
מייקראסאפט האט די וואך אריינגעגעבן א קלאגע צו די אי יו אקעגן גוגל, לויט מייקראסאפט טוט גוגל פארשידענע פעולות צו באגרעניצן קאנקורענץ, וואס דאס איז אקעגן די אנטי קאנקורענץ געזעצן, באוואוסט אין אמעריקע אלץ “אנטי-טראסט”.
מייקראסאפט אליין איז שוין פיל באשולדיגט געווארן אין די פארגאגנהייט מיט ענליכע קלאגעס אין די אי יו, אלץ רעזולטאט פון איין אזא קלאגע, קען מייקראסאפט נישט אריינלייגן אינטערנעט עקספלארער אין ווינדאוס ווערסיעס וואס ווערן פארקויפט אין די אי יו, נאר דער קאנסומער דארף האבן א אפציע צו דאונלאדען וועלכע בראוזער ער וויל. ווי עס זעט זיך אויס האלט מייקראסאפט אז אזעלכע סארט קלאגעס האבן מער טשאנס אדורכצוגיין אין די אי יו, און זיי פרובירן דערווייל נישט צו קלאגן גוגל אין אמעריקע. אויך שטייט מייקראסאפט אסאך שוואכער אין די אי יו, ווי גוגל האט 95 פראצענט פון די מארקעט. אין אמעריקע האט בינג כמעט דרייסיג פראצענט (ווען מען רעכנט אריין יאהו).
מייקראסאפט רעכנט אויס עטליכע טענות, צווישן זיי,
- גוגל באפארצוגט זייער אייגענע פראדוקטן אין סיערטש רעזולטאטן
- גוגל פארמיידט בינג פון געהעריג אדורכזיכן יו טוב, צוליב דעם קען בינג נישט צושטעלן פאסיגע זוך דעזולטאטן פאר ווידעאו.
- גוגל בלאקירט ווינדאוס פאונס פון פארשידענע יו טוב פיטשערס.
- גוגל ארבעט אויף אפמאכן צו האבן עקסלוסיווע זוך רעכטן אויף ביכער.
מייקראסאפט אליין אנערקענט די איראניע, אין א בלאג פאסט שרייבן זיי “זייענדיג אין די פארגאנגענהייט אליין אויסגעשטעלט צו אנטי טראסט קלאגעס אין די אי יו, נעמען מיר נישט אויף פאר גרינג אזעלכע קלאגעס, מיר האלטן אויך אז די אנטי טראסט געזעצן טארן נישט געניצט ווערן צופיל און דארפן זיין באלאנסירט” פארט האלטן זיי אז דא איז עס יא בארעכטיגט, און דריקן אויס האפענונג אז די אי יו וועט אפשטעלן גוגל’ס אנטי קאנקורענט טאקטיקן.
פינעף סובוועי סטאנציעס אין ניו יארק וועלן באקומען סעליולער און דאטא פארבינדונג די יאר
נישט לאנג צוריק האב איך געדארפט וויכטיג אנקומען צו א שפיטאל אין מאנהעטן אין “ראש אווער” צייט, די שנעלסטע אפציע איז געווען די סובוועי, אבער ווי ניו יארקער ווייסן, איז אין די סובוועי נישטא קיין סעלפאן סערוויס, עס איז געווען שטארק אנגעצויגן צו זיין כמעט א שעה אן קיין פארבינדונג מיט די דרויסענדע וועלט.
די געווענליכע סעליולער סערוויס קען נישט אדורכדרינגען די טיפע טונעלן, די איינציגסטע אויסוועג איז צו אינסטולירן א ספעציעלע נעטווארק אין די סובוועי וואס וועט זיין מחובר מיט די געווענליכע נעטווארק. די שטאט האט שוין יעצט א קאנטראקט מיט א פירמע וואס ארבעט אויף א פילאט פלאן וואס וועט צושטעלן סערוויס אין פינעף סטאנציעס ביז סוף יאר פאר טי מאביל און עי טי ענד טי סעלפאונס. די פלאן איז אז ביז יארע 16′ וועט זיין סערוויס אין אלע 277 אונטערערדישע סטאנציעס.
די סערוויס וועט זיין בלויז אין סטאנציעס און איז נישט געפלאנט דורכאויס די טונעלן. די ווייערלעס קעריערס וועלן דארפן צאלן פאר די MTA פאר די רעכט פון ניצן די סובוועי נעטווארק. עס איז נישט ערווארטעט אז די קאסטן זאלן אריבערגיין צו קאנסומערס.
אין קורצן
מאזילע איז ארויסגעקומען מיט פייערפאקס מאביל 4 פאר אנדרואיד. עס איז די ערשטע ווערסיע פון פייערפאקס מאביל, די ווערסיע נומער לויפט פאראלעל מיט די דעסקטאפ ווערסיעס.
עס איז היבש בעסער ווי פריערדיגע בעטא ווערסיעס, אבער עס איז נאך אלץ שטייטער פון די דיפאולט ענדרואיד בראוזער. עס סופארט דערווייל נישט קיין פלעש און ארבעט נאר אויף גאר שנעלע טעלעפאנען.
***
עמעזאן האט די וואך געעפענט א נייע סערוויס “עמעזאן קלאוד דרייוו”, עס שטעלט צו 5 גיגא בייטס צו האלטן פיילס און דאקומענטן פריי פון אפצאל.
מען קען צוקויפן מער פלאץ פאר א דאלער פער ג”ב פער יאר. אנדערש ווי אנדערע סערוויסעס ווי דראפּ באקס און לייוו מעש האט עס נישט קיין סינק פיטשערס, אלע פיילס דארפען ווערן אפלאעדעד און דאונלאדעד מעניועלי, וואס מאכט עס אומנוצבאר פאר בעק-אפּ.