נישט יעדער איז אן אנפירער; דער אנפירער מהלך איז נישט אויסגעשטעלט פאר יעדע מענטש. אבער מער מענטשן זענען אנפירערס ווי זיי זעהן איין. עס איז נישט דא איין קלארער איינצלהייט צו באשרייבן אן אנפירער. פאלגנד זענען 10 שטריכן וואס א מענטש מוז האבן אויב וויל ער יא מצליח זיין אלס אן אנפירער:
1. פירט אלס א דוגמא
איר קענט נישט זיין אן אנפירער וואס שטייט אין דער זייט מיט די הענט אין טאש ווייל איר ווילט זיי נישט שמוציג מאכן. איינער פון די בעסטע וועגן צו אנפירן איז דורך זיין א דוגמא- העלפן ווען מען קען, מאכן זיכער אז דאס וואס איר פארלאנגט פון אייערע איינגעשטעלטע איז קלאר און רעאליסטיש, וגו’.
2. שטארקע געפיל
אן אנפירער אן א שטארקער געפיל צו וואס ער טוט איז נישט אן אנפירער. ער מוז האבן א שטארקער געפיל צו זיין ארבעט און פעלד.
3. זייט ארגאנאזירט
אן אומארגאנאזירטער אנפירער פירט נישט אן- ער יאגט נאך זיין אייגענעם וויידל. אומארגאניזירטקייט ברענגט צו צו גארנישט מער ווי נאך אומארגאניזירטקייט. אויב זענט איר צופלויגן, וועט אייער מאנשאפט אויך זיין אזוי.
4. דעלאגירט
איר קענט נישט טוהן אלעס. א געלונגענער אנפירער מוז קענען איבערגעבן פליכטן אויף א ריכטיגן אופן. דער שליסל צו ריכטיגע דעלאגירונג איז צו מאכן דעם ארבעטער בעל הבית אויף דער ארבעט וואס איר געבט אים איבער.
5. נעמט אייגנטימערשאפט און אחריות
כאטש איר האט איבערגעגעבן ארבעט צו אייערע איינגעשטעלטע און זיי געמאכט בעל הבית דעראויף, מוזט איר אויך נעמען אייגנטימערשאפט און אחריות אין יעדן צייט. אייער מאנשאפט מוז וויסן אז איר וועט זיין דארט פאר זיי אין די גוטע און שווערע צייטן.
6. קאמיוניקירט ריכטיג
יעדער ווייסט דאס: גוטע אנפירערס מוזן זיין אויסערגעווענליכע קאמיוניקירער. איר מוזסט שטענדיג לאזן וויסן אנדערע אז איר שעצט זיי און וויסן ווי אזוי צו קריטיקירן אז אייערע רייד זאלן אנגענומען ווערן.
7. זייט העלדיש און אמת’דיג
ווען איר מוזסט דיסקוסירן אן ענין מיט אן ארבעטער, שטופט דאס נישט אפ אפילו עס איז שווער פאר אייך. אדרעסירט יעדעס פראבלעם גלייך ווען עס שפראצט אויף.
8. געוואלדיגער אויסהערער
א גאר גרויסער חלק פון זיין א גוטער קאמיוניקירער איז צו זיין א געלונגענער אויסהערער. אויב איר ווילט נאר רעדן, זענט איר נישט אן אנפירער. ווען איר הערט מער אויס קענט איר דערגרייכן דעם הארץ פונעם ענין גאר שנעל.
9. קענט אייערע מענטשן
איר מוזסט קענען אייערע מענטשן. איר מוזסט נישט זיין זייערע בעסטע פריינט אדער אפילו האבן שייכות צו זיי אינדרויסן פון די ארבעט, אבער איר מוזסט וויסן עפעס וועגן זיי. איר מוזסט וויסן וועגן זייערע פערזענליכע לעבנס ווייל דאס מאכט א חילוק אין דער ארבעט. ווי מער איר קענט אייערע מענטשן, אלס גרינגער וועט זיין צו אנהאלטן א קשר מיט זיי.
10. זייט א נאכגייער
א גרויסער אנפירער האט אמאל געזאגט, “איך מוז נאכגיין די מענטשן. בין איך נישט זייער אנפירער?” דאס איז א גאר וויכטיגער פונקט וואס ענטהאלט פילע פון די אנדערע נקודות: געלונגענע אנפירערס זענען נאכגייערס אויך. אויב זענט איר אן אנפירער אן נאכגיין זענט איר א דיקטאטור.
גאר ווייניג מענטשן ווערן געלונגענע אנפירערס איבערנאכט. עס נעמט צייט און כח. ווילאנג איר זענט אפן צו לערנען דורכאויס אייער רייזע און גרייט צו ארבעטן מיט אייער מאנשאפט, וועלן מערסטנס מענטשן זיין גרייט צו מיטרייזן מיט אייך.