שיקן שפעטער אן אימעיל

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טיפס · דורך: ה. פוקס · וואך: מצורע , תשע"א · בעל-בית נומער: 42 · דאטום: 2011-04
http://www.balboos.com/content/2011/04/שיקן-שפעטער-אן-אימעיל/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
שיקן שפעטער אן אימעיל

די אומזינסטע סערוויס “בומעראנג” איז א פלאג אין פאר גימעיל, עס וועט אנשטעלן א אימעיל אז עס זאל אנקומען אין א שפעטערע צייט, אדער אין א רואיגערע צייט ווען מען וועט עס רואיגער ליינען. מען קען אויך אריינלייגן א דערמאנונג פאר אייך אליינס, אדער פאר אנדערע.
מען דארף בלויז אינסטולירן א פלאגאין פאר אייער אינטערנעט בראוזער (פייערפאקס אדער קראום).
עס האט אויך נאך פארשידענע אינטערסאנטע אפציעס פאר דזשימעיל, וואס איז ראטזאם צו קוקן.
boomeranggmail.com

April 4, 2011 at 2:17 PM#2
שיקן שפעטער אן אימעיל

נעקסטע וואך לייגטס אריין א שאלה צו מען מעג שיקן אויף אזא אופן אן אימעיל צו א איד וואס זאל אנקומען שבת… משום מראית העין…

April 4, 2011 at 2:39 PM#3
שיקן שפעטער אן אימעיל

עס איז שוין דא א מדובר אין די פוסקים צו מ’מעג שיקן א פעקס פון איין פלאץ אין די וועלט ווי ס’איז נאך נישט אדער שוין נישט שבת צו אן אנדערע פלאץ ווי ס’איז שבת, די זעלבע לאזן א וואויס מעסעזדש.
לגבי אן אימעיל קען עס אריינגיין אין די זעלבע שאלה,
אדער קען עס זיין ענדליך צו די הלכה פון השמעת קול, אזוי ווי א וועקער זייגער, וואס דער היתר איז וויבאלד יעדער ווייסט און ס’איז די סדר עס אנצושטעלן פאר שבת, די זעלבע דארף מען דא אריינטראכטן וויפיל מענטשן ווייסן שוין פון אזא זאך אז מ’קען שיקן אויף פאראויס,
די זעלבע קען נוגע זיין ווען איינער דינגט א מארקעטינג קאמפאני ארויסצושיקן אימעילס, צו מ’דארף זיי אנזאגן נישט צו שיקן אין שבת, עס קען אריינקומען די שאלה פון קבלנות שלא בבית ישראל, קען זיין דאס הייסט בבית ישראל, ווייל ס’איז דאך ארויסגעשריבן דיין קאמפאני נאמען.

April 4, 2011 at 3:21 PM#4
שיקן שפעטער אן אימעיל

נייס, א תלמוד חכם אויך… א געשמאק צו זען

April 4, 2011 at 4:12 PM#5
שיקן שפעטער אן אימעיל

נאר אזעלעכע דרייען זיך דא, ר’ יפה.
איר ווייסט ניטאמאל ווי איר זענט אריינגעפלויגן. כה לחי.

May 3, 2011 at 9:45 AM#6
שיקן שפעטער אן אימעיל

מנחם עס איז נישט אזוי גלאטיג ווי די מאכסט עס. עס איז בכלל נישט ענדליך צו שיקן א פעקס צו א צווייטן וואס ביי אים איז נאך שבת. ווייל דא רעדט מען דאך אז עס איז יא שבת ביי ביידען. ממילא קען זיין א שאלה פון שביתות בהמתו בשבת. ד״ה אז אפילו דיין בהמה דארף רוען אין שבת. אזעלכע שאלות דארף פסק׳נן א מורה הוראה.