דעת בעל בית

23 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: יוחנן שיף · וואך: מצורע , תשע"א · בעל-בית נומער: 42 · דאטום: 2011-04
http://www.balboos.com/content/2011/04/דעת-בעל-בית-25/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

באקומען א טעקסט מעסעזש ווען מען באקומט א אימעיל

חשובע רעדאקטאר
קודם וויל איך מיר באדאנקען פאר די זייער געלונגענע אויסגאבע.
מיין שאלה איז, היות איך האב נישט קיין אינטערנעט אויפן טעלעפאן, און אסאך מאל קומט מיר אן א וויכטיגע אימעיל וואס דארף שנעל געענפערט ווערן, נאר איך ווייס נישט דערפון ווייל איך בין נישט ביים קאמפיוטער.
איז אפשר דא עפעס א סערוויס וואס שיקט א טעקסט מעסעזש ווען איך באקום א אימעיל? פארשטייט זיך נישט די גאנצע אימעיל, איך דארף בעיקר וויסן אז עס איז אנגעקומען.
איך וואלט געווען גרייט צו צאלן געלט דערפאר אויך אויב עס פעלט אויס.
א דאנק
מ. נ. ב”פ

מייקראסאפט אוטלאק אויף די וועב

א ליינער האט אנגעפרעגט (דעת בעל בית פ’ תזריע) איבער מייקראסאפט אוטלאק אויף די וועב.
איבער מייקראסאפט אוטלאק אויף די וועב, שתי תשובות בדבר, די אפישאל וועג און די אנאפישאל וועג.
אפיציעל, אויב האסטו MICROSOFT EXCHANGE שטעלט מייקאסאפט דיר צו א פראגראם וואס הייסט Office Outlook Web Access דורך דעם קענסטו עפענען דיין אוטלוק פון איבעראל, פאר מער אינפא קליק דא
http://office.microsoft.com/en-us/outlook-help/access-your-e-mail-using-outlook-web-access-HA001086035.aspx
אויב די האסט נישט עקסטשענזדש גלייב איך נישט די ווילסט צאלן 5-10 טויזענט נאר פאר דעם. סא די אפשען איז נישט פאר דיר.
במילא איז די אפשען נאר LogMeIn אדער GoToMyPc ביידע האבן א פרי אקאונט אפשען פאר פשוטע פיעטשערס, דורך דעם קאנעקטסטו זיך צו דיין מעין קאמפיוטער און די ארבעטס אינגאנצן אויף יענע קאמפיוטער, טשעק איט אוט,
logmein.com
gotomypc.com
מנחם

זענען גימעיל פלאג-אינס זיכער?

איבער גוגל עפס מיט אימעיל, ביי אונז אין אפיס נוצען מיר עס שוין איבער א יאר, אין ב”ה עס איז געוואלדיג.
מיט יעדע דאמעין קענסטו מאכן 3000 אימיעל אדדרעסן,פאר אלע סארט סערוויסעס וואס דיין קאמפעני שטעלט צו, וואס ביי סיי וועלכע סייט האוסטינג קא. קאסט עס געלט.
לגבי אויב עס איז פארזיכערט, גלייב איך אז די קענסט טראסטן גוגל, וואס שלאגט צוריק סיי וועלכע העק. ביי אונז האבן מיר נאכנישט געהאט קיין שום פראבלעם ב”ה.
א.פ.

שארט קאט פאר בראוזער טעבס

איך האב געוואלט מיט טיילן א שארטקאט וואס איך נוץ אסאך.
אויב דריקט מען ביי א בראוזער קאנטראל און א נאמבער וועט זיך עפענען יענע טעב נאמבער וואס יענע טעב איז.
למשל איינער האט אימעיל אויפגעמישט די ערשטע טעב און מען דריקט קאנטראל 1 וועט זיך עפענען די ערשטע טעב און אזוי ווייטער.
זרח

שיקן איין שיט פון א עקסעל בוק, אויסלעשן די רינגער פאר ספעציפישע קאנטעקטס אין אנדרואיד

איך בין נעכטן געוואור געווארן א זאך וואס קומט מיר זייער צוניץ, משום אל תמנע טוב מבעליו, וועל איך דאס מיטטיילן מיט אייך.
ווען די ווילסט שיקן אן EXCEL דאקומענט פאר אן אטטעטשמענט, גייט די גאנצע ווארקבוק מיט, אויב ווילסטו שיקן נאר איין שיט, מיזסטו עס קאפיען און פעיסטן און א נייע ווארקבוק און דאס שיקן.
אבער עס דא א וועג צו שיקן נאר איין שיעט, עס איז נישט א גאנצע נחמה, ווייל ס’בלייבט נישט אן עקסעל שיט, ס’ווערט א טעבל, אבער אויב דארף מען נישט די פארמולאס, איז עס פונקט גוט,
בליקט דא,
http://www.journalofaccountancy.com/Issues/2011/Apr/SingleWorksheet.htm
*
איר ווילט אויסלעשן די רינגער פונעם פאון ווייל איר ווילט ארבעטן אומגעשטערט אדער זיך אראפלייגן שלאפן און קיינער זאל אייך נישט אויפוועקן, אבער איינס אדער צוויי קאלס וואס איז מורא’דיג וויכטיג ווילט איר יא ס’זאל קלונגען, עס איז דא אן עפפ פאר דעם, SemiSilent איר קענט אנשטעלן ווער פון די קאנטאקטס ס’זאל יא קלינגען אפילו ווען די פאון איז אויף סיילענט, פארשטייט זיך, דעם עפפ אליין קענט איר אנשטעלן פאר אן אדער אףף ווען איר ווילט.
מנחם


רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
שמועס: מיינונגען איבער בראוזערס און נאך
balboos.com/content/?p=1307
ארויסדרייען פון זשורי דינסט, לערנען ענגליש
balboos.com/content/?p=1379

April 4, 2011 at 10:06 AM#2
דעת בעל בית

regarding the question to get a text alert by email, in gmail there is a option to fwd emails, in the fwd address box you put in your cell number with carrier email, example: 7181234567@messaging.sprintpcs.com and make sure to select keep in inbox

April 4, 2011 at 11:39 AM#3
דעת בעל בית

יואל גראדע ווייס איך פון דעם אבער די עצה ארבייט נישט ביי קיין עטעטשמענטס

April 4, 2011 at 11:41 AM#4
דעת בעל בית

און וואס געשעט ביי א עטעטשמענט?

April 4, 2011 at 11:43 AM#5
דעת בעל בית

ביי די וועי – וואס גייט פאר היינט? מנחם, לייב, מיכל, אהרן יאסל, שמעלקע, אויפשטיין!!!!!!!!!!!!!!!

April 4, 2011 at 11:47 AM#6
דעת בעל בית

ביי א עטעטשמענט באקומט מען צוריק א אימעיל אז מען קען עס נישט פארווערדן אבער אויפן טעלעפאן באקומט מען נישט גארנישט

April 4, 2011 at 12:05 PM#7
דעת בעל בית

Forwarding in Gmail doesn’t work anymore for phones, while lately you need to confirm the email address you want it to be forward to, and you can’t reply to Gmail from your phone which is now your email address

Maybe you try to contact your wireless carrier they should do it for you from their system

April 4, 2011 at 12:28 PM#8
דעת בעל בית

עס ארבייט יא איך האב עס יעצט אויספראבירט
די וועריפיקעישאן קאוד קומט אן צו די סעל פאן און מען לייגט ארייין די קאוד נומבער

April 4, 2011 at 1:05 PM#9
דעת בעל בית

ר’ זרח בארואיגט אייך, איך שלאף שוין גארנישט, יאך בין אויפגעשטאנען היינט ווי יעדן טאג 5:00 . נאר אזוי איך בין זייער ביזי אויף די מינוט, און ביי די וועי איך וועל זיין זייער ביזי ביז פסח, רעדט איך גארנישט אריין אויף די מונוט.
גראדע ווען כ’האב געסירטשט אנליין איבער אימעיל נאטיפיקעישאן’ס ביי טעקסט איז ארויפגעקומען א שיינע פאר קאמפאניס, אבער כ’האב נישט יעצט די צייט דערצו.’לייגט אריין אין גוגעל
Email notification by sms
און זעה וואס איר קענט ארויסנעמן

April 4, 2011 at 1:09 PM#10
דעת בעל בית

אוי וויי מנחם איך האף אז נאך פסח ביסטו דא צוריק פול פארס
און ביי די וועי איך האב געזען שבת אזאך וואס די וועסט הנאה האבן,
און ספר נפלאים מעשיך פון ר’ פרץ לעפקאוויטש ברענגט ער אראפ א בריוו פון ר’ מאירל פרימישלאנער ווי ער וואונטשט אן פאר א איד אז ער זאל טרעפן א פרנסה וועגן “טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכחת עון” עיין שם ותמצא נחת

April 4, 2011 at 1:39 PM#11
דעת בעל בית

if you are using Outlook, go to options/mobile

April 4, 2011 at 1:40 PM#12
דעת בעל בית

שכח ר’ זרח פאר די געוואלדיגע חיזוק פון דעם א.ד. ספר, הגם איך דארף עס נישט אזוי ווייט פאר מיר ווי פאר די אנדערע דאהי וואס ווילן שוואך מאכן מיין אמונה אין דעם ענין.
אזוי ווי איך האב נישט דעם ספר וואלט איך אפרישיעטעט אויב איך קען אויף עני וועג באקומען א קאפי דערפון
אויף די מינוט ווייס איך נישט ווי אזוי, נאר איין וועג, מיין אימעיל אדרעסס איז
askmenachem@gmail.com

April 4, 2011 at 1:55 PM#13
דעת בעל בית

כצ”ל.
ואתך הסליחה.

April 4, 2011 at 1:57 PM#14
דעת בעל בית

אוי זרח, וואס וועקסטו מיר אויף, עס איז נאך אזוי פרי, און עס איז רעגענדיג, עס איז אזוי געשמאק אונטער די דאכענע…!

וויצן אין א זייט – איך בין אויך ב”ה פארנומען, און נישט אלץ איז דא וואס צו שרייבן. עס איז איבעראל העקטיק בעפאר פסח, אבער אז כ’וועל האבן א הערה וועל איך אי”ה מקיים זיין דעם “אל תמנע טוב מבעליו”.

April 4, 2011 at 2:48 PM#15
דעת בעל בית

עס קוקט אויס אז נאר איך בין נישט ביזי פאר פסח

April 4, 2011 at 3:01 PM#16
דעת בעל בית

מיר זענען שוין אויך היינט אויפגעווען, און געפסק’נט שאלות פין זייגער פינף, כ’מיין, סוף כל סוף אפילו אזא באגאבטער ביזנעסמאן ווי עס איז אונזער מנחם, נויטיגט זיך אויך אין א מורה הוראה… בכל אופן זענען מיר זייער פארנומען אויף די מינוט, און ווי עס קוקט אויס העט עס שוין זוי בלייבן ביז נאך פסח. מיר דארפן איצטערט קלויבן ווייץ, מאכן קאפיס פין די מכירת חמץ צעטלעך, פארשאפן קאנטאקט מיט א פאטענציעלער חמץ קונה משאינם בני ברית, ואון וי נישט ווי ברויך מען נאך אינ’ם אנגעצויגענעם סדר היום אמאל אקצעפטירן א טיפ פין א תומך, איז אלזא, זענעמער ביזי בעז”ה.

April 4, 2011 at 5:00 PM#17
דעת בעל בית

איך טו זיך אידענטיפיצירן מיט שמעלקא’ס ענטפער, זרח נעם דאס אן כאילו איך וואלט דאס אויך געשריבן.

April 4, 2011 at 5:33 PM#18
דעת בעל בית

מ.נ. לגבי עיטיטשמענטס איז נישטא קיין כלל, איך ניץ שוין די סערוויס אפאר יאר אמאל קומט עס יא אן צום סעל אמאל נישט, אבער מער ווייניגער איז עס מיר ניצבאר.

April 5, 2011 at 12:07 AM#19
דעת בעל בית

בס”ד
בנוגע די שאלה:
וויאזוי צו באקומען א טעקסט מעסעזש ווען מען באקומט א אימעיל.
א פשוטע עצה מען זאל לייגען די סעלפוין פאר די פארוועדינג אימעיל אדרעסס פונקט ווי מען קען מאכען אז א יעדע אימעיל זאל ווערן אויטאמאטיש געשיקט צו א אנדערע אימעיל אדרעסס קען מען דאס זעלבע טון מיט די סעלפוין.
ווייל די מציאות איז אז יעדע סעלפוין קען שיקען טעקסט צו אימעיל און צוריק באקומען פון אימעיל נאר מען דארף עס שיקען צו די אימעיל אדרעסס פון די סעלפוין נישט פלעין די נומבער ווי ביי געווענטליכע טעקסט.
די אימעיל אדרעסס איז יעדע קאמפאני אנדערש,
ביי ווערייזען אדער פעטש פלאס איז עס די סעל נומבער
@ vtext.com
און ביי ספרינט איז עס די סעל נומבער
@messaging.sprintpcs.com
יעצט דארף מען גיין צו די סעטונגס פון די אימעיל און אנשטעלן די סעלפוין אימעיל אדרעסס פאר די פארוועדונג אדרעסס און אזוי באקומט מען א טעקסט פון די אימעיל ווען עפעס קומט אריין.
די גרינגסטע וועג צי האבען די אימעיל אדרעסס פון די סעל איז צי שיקען א טעקסט מעסעדזש צי די אימעיל און מען קאפיעט די אדרעסס וואס קומט ארויף פון די אריינקומענדיגע מעסעדזש.

April 5, 2011 at 12:09 AM#20
דעת בעל בית

אנטשילדיגט נישט באמערקט אז דער עולם האט עס שוין געשריבען פריער די עצה
וועגן די פארוועדונג אימעיל ווייל אינעם PDF איז עס נישט געשטאנען
ואתכם הסליחה

April 5, 2011 at 10:09 AM#21
דעת בעל בית

מחול לך

April 6, 2011 at 1:36 AM#22
דעת בעל בית

מנחם: אז די רעדטס פין אריינלאגן רימאוטלי פארוואס זאלסטו נישט דערמאנען אלע (אין לדעתי די בעסטע) קודם די פשוטע רימאוט דעסקטאפ וואס קומט מיט יעדע ווינדאוס קאמפיוטער, נאכדעם איז דא Teamviewer. גאר א געשמאקע פראגראם, אויב דער עולם ווייסט נישט דערפין אין מ’איז אינטערסירט קען איך אביסל אויסרעכענען די מעלות דערפין,
איין געוואלדיגע זאך איז זיי האבן א פרי אפפליקעישאן פאר’ן פאון (נישט בב) אה אין נאך א זאך, זיי האבן אויף די פרייע ווערסיע פייל טרענספער

(כ’האף די קאמענט געהערט טאקע דא אז נישט שיק מיר א לינק ווי מ’רעדט דערפין, שכוח)

April 6, 2011 at 10:17 AM#23
דעת בעל בית

און וואס זאגסטו צו מעש? האסט שוין פראבירט?