וואקאציע: פאלם ספרינגס

32 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: מצורע , תשע"א · בעל-בית נומער: 42 · דאטום: 2011-04-04
http://www.balboos.com/content/2011/04/וואקאציע-פאלם-ספרינגס/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וואקאציע: פאלם ספרינגס

שטאט פאלם ספרינגס, קאליפארניע
אכסניא ארויסגעדינגען פריוואטע דירה
בעסטע צייט געאייגנט דארט צו זיין ווינטער
וויפיל האט געקאסט די גאנצע וואקאציע $3,300

צופרידנהייט געגנט    גאר גוט
פרייז גאנץ גוט
טראנספארטאציע אנצוקומען אהין גאר גוט
אכילה שתיה לינה נישט צו גוט
ביהמ”ד און סביבה כמעשה

וועם איז געאייגנט מיטצונעמען ווייב און נאך א פאמיליע

כשר’ע עסן כשרע עסן איז זייער שווער, בעיקר דארף מען מיטברענגען איינגעפאקטע עסן אויף די גאנצע צייט וואס מען וויילט דארט, מילך און אזעלכע קלענערע פראדוקטן איז יא דא צובאקומען.
בית המדרש און סביבה עס איז פארהאן דארט א חב”ד שטובל מיט א פיינע מקוה, וואס איז למעשה א גאנץ ווינטער באזעצט מיט אלע ערליי חסידישע אידן וואס וויילן דארטן אויף וואקאציע.
וואקאציע סארט פאלם ספרינגס איז באזירט אויף א רואיגע וואקאציע. עס איז א מדברי’שע געגנט. די געגענט איז זייער א שטילע, הערליך, פריוואטע פראכטפולע ווילאס זיצן איבער די שטילע גאסן, אזש א שפאציר איבער די גאסן איז ווערד אלע געלטער.


אויב שפירט איר אז אנדערע קענען אויך הנאה האבן פון דאס פלאץ וואו איר האט זיך אויסגערוהט, זייט ביטע מזכה דעם ציבור, און פילט אריין אייער וואקאציע אינפארמאציע אינעם פאלגענדן לינק
http://goo.gl/kuFOv
און מיר וועלן דאס פארעפנטליכן איינציגווייז, יעדעס מאל אן אנדערע פלאץ.
(אויב קענט איר נישט טייפן אידיש אויף אייער קאמפיוטער, קענט איר דאס אויספילן אויך אין ענגליש).

 

April 6, 2011 at 2:39 PM#2
וואקאציע: פאלם ספרינגס

געוויסע ליינער וואלטן הנאה געהאט ווען איר לייגט צו אייגענע געכאפטע בילדער פון די געגענט ארים אדער גוגל בילדער אדער Street View

April 6, 2011 at 5:47 PM#3
וואקאציע: פאלם ספרינגס

פון וואו נעמט מען אזויפיל געלט??…. איבער 3 אלפים?….

April 6, 2011 at 6:09 PM#4
וואקאציע: פאלם ספרינגס

ר’ שמעלקע איך וואונדער מיך אז איר פרעגט די קשיא,
מ’האמיר דאך שוין אויסגעשמיעסט אז דער רייכער פעטער שיקט אריין חודש’ליך ה’ אלפים, נו, וואס איז דע קשיא?
פארדעם טאקע, די אמת’ע חשובע אידן וואס דער אויבערשטער האט זייער ליב, קענען טאקע זיך נישט דאס ערלויבן, זיי מיט זייערע ווייבער דארפן צוקוקען ווי דישווינדלערס לעבן א רייכן לעבן אויף זייער חשבון.
דאס איז טאקען דער נסיון הדור. די שכר וועט קומען אויף יענע וועלט.

April 6, 2011 at 6:12 PM#5
וואקאציע: פאלם ספרינגס

מנחם, איך וויל פארשטיין, אז דער פעטער וויל מיר געבן $5,000 א חודש, און איך נעם עס בין איך שוין א שווינדלער?

און אויסער דעם, פון וואו נעמסטו דאס, אז דער וואס איז געפארן איז פון די וואס לעבן אויף די רעגירונגס קאסט, איך מיין אז עס איז נישט פונקט אזוי…

April 6, 2011 at 7:22 PM#6
וואקאציע: פאלם ספרינגס

יא שמעלקא, איך בין דא אויפצודעקן דעם שלייער פון די פארשטינקענע אמעריקאנער סיסטעם וואס דער היימישער עולם האט זיך צוגעוואוינט, עדיקטעט צו, און ס’איז צרות.
על ראשוו ראשון.
יא אויב נעמסטו, ביסטו א שווינדלער. קענסט ענטפערן אז די מיזט שווינדלען. קוק אהער, אז די האסט פ.ס. קומט אויס אז די קויפסט אין גראסערי פאר פרייזן וואס די און דיין ארימער אידישער ברידער קען זיך נישט ערלויבן.
אז די האסט אכטער. צאלסטו רענט א פרייז וואס די און דיין ארימער אידישער ברידער קען זיך נישט ערלויבן. די קויפסט און צאלסט ווייל איינער א טורד פארטי שיקט דיר עס אריין. אבער דער וואז באקומט דאס נישט מיז ווייטער לעבן אין די סביבה אין מיז צאלן די טייערע פרייזן פון זיין אייגענע געלט וואס ער האט נישט. קומט אויס אז יענעמס הויט שינדט זיך חעבעדיגערהייט ווען ער קוקט צו אז איך שווערער ארבעטער האט הונדערט מאל ווייניגער געלט און לעבט ארים אלעס ווייל ינער שווינדעלט.
אויף די צווייטע קשיא וועל איך ענטפערן, איך ווייס דאס פון שטילע באהאלטענע ריסורשט וואס איך האלט אין איין מאכן אויף די לייפסטייל ביים היימישן ציבור. ס’קען זיין איך וועל אמאל ארויסקומען מיט די סטודיס אפענערהייט, אבער די קענסט זיך אומקוען ביזדערווייל אין דיין אייגענע פאמיליע, קוק ווער עס פארט אויף די טייערע פלעצער, קוק ווער עס רעדט אייביג פון די נייסטע סטיילס אין פון די וייערסטע ברענדס, א. א. וו.
באמת האס איך נישט קיין צייט, אבער איך מיז אויפקלערן דעם ציבור ווי ווייט מ’איז פארפארן דא, כ’האף אז עס וועט אביסל אויפטוען.

April 6, 2011 at 9:23 PM#7
וואקאציע: פאלם ספרינגס

מנחם, קום אראפ. דו ביזט צו היציג.

כ’ווייס נישט צו דו געדענקסט. אבער די ערשטע ערנסטע וויכוח וואס איז געועון דא אויפ’ן בעל הבית איז געווען ביי די אידיש/גויאישע קלינערס, וואס דו האסט דעמאלט געשפריצט פונקען פייער, בהגיגך תבער אש, צו פארטיידיגן דיין פאזיציע אז אלע אידן זענען שווינדלער, און מ’טאר ביי זיי דעריבער נישט קויפן, ווייל זיי טרעטן אויפ’ן וחי אחיך עמך.

בימים ההם, האב איך מיך געשטעלט כגבור בשער, און העפטיג פארטיידיגט אונזערע ברודער אחינו בשרינו, וועלכע האבן גארנישט געזינדיגט, חוץ וואס זיי האבן געשעפטן אויף ליע עוועניו אדער בעדפארד עוועניו.

ֿהאסטו דאך אבער פארפירט אז זיי באגנבענגען דעם ציבור, האב איך דעמאלט ערקלערט זייער פשוט: יש ויש. אוודאי איז דא אויסנאמען און איבעראל איז דא אויסנאמען. אבער ס’מיינט נישט אז מ’קען געבן א שמיר ארויף א סטיגמע אויף א גאנצער עדה קדושה, ‘שווינדלערס און פאראזיטן’. נישט ווייל ס’איז נישט שיין, נאר ווייל ס’פשוט נישט אמת.

אדרבה, גיב א קוק וויפיל היימישע און ערליכע געשפעטלייט ס’איז דא.

(אז מ’רעדט שוין פון אומפאראנטווארטליכע געשעפטס-לייט, וויל איך דא אין מיין אייגענעם נאמען אמשארפסטנס פארדאמען די פריש געעפנט ביוטי סאלאן אין הארץ פון וויליאמסבורג, וואס איז א מכשול ופגע וואס לאזט זיך נישט באשרייבן. די רשעים און חוטאים וואס עפענען דאס און זענען מכשיל אזויפיל אומשולדיגע בחורים און יונגעלייט, בלויז מיט’ן נאמען אליינס וד”ל, וועלן זיכער חרטה האבן און וועלן פון באשעפער געשטראפט ווערן מיט אלע מיני עונשים רח”ל, ותחזקנה ידיהם פון די עסקנים וועלכע פרובירן אפצושרייען די גזירה, ולה’ הישועה)

על כל פנים, בעק טו יו מנחם. איך הער וואס דו זאגסט אז ס’איז דא מענטשן וואס לאזן זיך וואוילגיין אויפ’ן פעטערס חשבון. זיי סאקן אויף אלע באקן וויפיל ס’גייט, און יעדן זונטאג גייען זיי צו פיפט עוועניו שאפן די טייערסטע סטיילס און פארן אויף רייסערישע וואקאציעס. אמת. איך קען נישט אזעלכע חברה, אבער ס’איז זיכער דא. און כ’האב פאר דיר גרויס נייעס אז די אלע שחורים וואס ראלן ארום מיט מאסיווע יוקאנס און פלוישן אויף די לעצטע ווערסיע אייפאונס, זע איך אויך רעגלמעסיג ביים פוד סטעמפ אפיס ווען כ’בין דארט.

אבער דאקעגן איז דא הונדערטער און טויזנטער משפחות, וואס מאכן קוים פרנסה מיט שוועריגקייטן, די געהויבענע אידן וועלכע הארעווען אויף עבודת ה’ בייטאג און ביינאכט, עבודת הפרך, און קוים מיט צרות וואס ס’קלעקט זיי אויפ’ן טאג טעגליכן רענט. זיי הרג’נען זיך און רייסן פון זיך שטיקער צו צאלן שכר לימוד פאר פינף זעקס קינדערלעך, איז וויאזוי קען מען אפילו אראפרייסן די מענטשן אז זיי נעמען זייער בארעכטיגטע הילף פון די רעגירונג, אתמהה?

דו מיינסט אז נאר פס געניסער פארן קיין פלארידע – כאטש ס’איז זיכער דא פון זיי אויך?

שוין צופיל מאריך געווען. כ’האף אז די געטסט מיין פוינט.

April 6, 2011 at 9:26 PM#8
וואקאציע: פאלם ספרינגס

כ’ליין איבער יעצט, און כ’זע אז כ’הער מיך היבש שארף. העי, קאם דאון אהרן יאסל… כ’מיין נישט גארנישט, נאר ארויסצוברענגען מיין פוינט…

April 7, 2011 at 8:45 AM#9
וואקאציע: פאלם ספרינגס

ווען איך האב ווען צייט וואלט איך געשריבן באריכות מסביר צו דעם ענין וואס איך האב אויבן געשריבן פארוואס ס’שאדט פאר די גאנצע סאסייעטי די ענין פון די רייעכער פעטער’ס מוציא’ס, וואס איז באמת זייער פשוט פאר דיע וואס פארשטייען אביסל צו מייקרא-עקאנאמיקס, אבער ווי געזאגט בין איך טרוד למעלה מראש אין די יעצטיגע צייט, וועט איר זיך מיזן אליין פלאגן צו פארשטיין דעם שטיקן פון שו”ת ‘תשובות מנחם’, ועוד חזון למועד.

April 7, 2011 at 10:18 AM#10
וואקאציע: פאלם ספרינגס

מנחם איך האלט 100% ווי דיר — אקעי, אפשר 99% — עס איז א בראך, מענטשן געוויינען זיך צו צו דעם סארט לייף-סטייל און איינמאל מען נעמט וויל מען שוין נישט סטאפן, מען וועט ליבערשט אפזאגן אסאך גוטע דזשאבס מיט א העכערן רעיז, און עס איז פארשטענדליך פארוואס.

מתתי’ האט דאס לעצטנס גוט ארויסגעברענגט. די גארווערמענט איז די בראך, נישט די מקבלים. סעקשאן 8 איז א בראך פאר אלע טענענטס וואס האבן דאס נישט (ווי למשל איך). א ריזיגע חלק פון מיינע הכנסות גייען פאר רענט. און אזוי אנדערע זאכן.

אבער איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג איבער די ספענדערס. עס האט נישט צו טון פון וואו דאס געלט קומט. דאס איז מער א נאטור פון א מענטש, אדער א “מנהג המקום”. מען שטעלט זיך צו צו “יענעם”, אדער מיינע שמחות אדער קליידונג, אויטא מוזן אויססקוקן פונקט ווי “ינענמ’ס”. נישט יעדער ליידט דערויף און נישט אין אלע מקומות איז דאס אזוי איינגעריסן.

April 7, 2011 at 10:24 AM#11
וואקאציע: פאלם ספרינגס

אוי וויי, ערשט יעצט זעה איך מיין בראך, דער פרעגער איז געווען לייב, נישט שמעלקא, אוי וויי, שמעלקא זיי מיר מוחל טויזענט מאל, און די לייב ווייס איך שוין לאנג וואס די האלסט, אקעי, ס’געווען באשערט איך זאל שרייבן וואס כ’האב געשריבן, ווואו ווואו, דאס איז געווען א געזינטן טעות.

April 7, 2011 at 10:46 AM#12
וואקאציע: פאלם ספרינגס

איך וויל באמת נישט אריינגיין אין קיין ויכוחים, נאר איין קורץ ווארט, דאס וואס די שרייבסט,

“אבער איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג איבער די ספענדערס. עס האט נישט צו טון פון וואו דאס געלט קומט. דאס איז מער א נאטור פון א מענטש, אדער א “מנהג המקום”. מען שטעלט זיך צו צו “יענעם”, אדער מיינע שמחות אדער קליידונג, אויטא מוזן אויססקוקן פונקט ווי “ינענמ’ס”. נישט יעדער ליידט דערויף און נישט אין אלע מקומות איז דאס אזוי איינגעריסן.”

טראכטס אריין, פון ווי איז באשאפן געווארן “מנהג המקום” ?
פון ווי האט זיך אנגעהויבן די ערשטע קערנדל פון וועלן זיין ווי יענעם?
פון ווי איז געקומען די געלט פון “יענעם” וועם די ווילסט נאכמאכן?
אלעס קומט פון די זעלבען שורש, פונעם רייכן פעטער,
אלע עלטערע קענען דיר פארציילן אז רענט פאר ס’איז געווען אכטער איז געווען א דריטל אדער פערטל ווי יעצט,
די זעלבע מיט עסן פרייזן,
די זעלבע ווען ס’איז געווען קלאזינג גרענטס, האבן די סעלערס געבעטן דריי מאל די פרייז,
די זעלבע אין אלע קאלעזדשעס, די ג”מ גיט, גייט ארויף די פרייז,
די זעלבע געשעט אויך ביי שכר לימוד, אויב וועט די ג”מ געבן, וועט נאר די פרייז ארויפגיין,
און וואס מיינט איר, מיט TAP גרענט וועט נישט זיין דאס? אז ג”מ גיט, גייט ארויף די פרייז.

April 7, 2011 at 12:55 PM#13
וואקאציע: פאלם ספרינגס

מנחם, קענסט נאכאמאל באדויערן דיין תשובה, ווייל ווען איך האב ווען מער צייט, וואלט איך אזוי צונומען דעם ‘תשובות מנחם’ אז עס וואלט גארנישט געבליבן דערפון….

יעצט אפאר נקודות, אחת לאחת.

ראשית, האב איך דיר געוואלט זאגן אז געז און פאסט מארקעס און טראנספארטאציע קאסטן זענען אויך ארויף עטליכע הונדערט פראצענט פון א פערציג יאר צוריק, אפי’ די שטאט באצאלט עס נישט….

צווייטנ’ס, האסט מיר בכלל נישט געענפערט פארוואס דו רופסט אן ‘שווינדלער’ס’ די אידן וואס נעמען געלט פון די רעגירונג, האסט ניטאמאל בארירט מיין שאלה, אויפן שפיץ פינגער.
יא, האסט דערמאנט מיין פראגע, אבער נישט געענפערט דערויף.
דאס אז די קאסטן פון לעבן גייען ארויף, וויבאלד די רעגירונג גיט פראגראמען, דאס מאכט נאכנישט די געניסער דערפון פאר שווינדלער.

איך קען אידן וואס קענען נישט איבערלעבן דעם טאג אנדערש, דו האסט אפשר געוואלט אז זיי זאלן טון אזוי ווי אין דער אלטער היים, ווי די ארימעלייט האבן געוואוינט אין צובראכענע איינגעפאלענע כאטקעס, און נישט געהאט קיין ברויט פאר די קינדער?
עס איז דא וואס נעמען עס מיט שווינדל, און זיי קענען זיך באגיין אן דעם, און זיי גייען אויף לוסט רייזעס, און זיי נעמען ארויס יענעם די אויגן, ריכטיג.
אבער דאס בארעכטיגט נישט קיין כלל, אזוי ווי אהרן יאסל האט געשריבן.

דער שווערער ארבעטער לעבט נישט ארים ווייל יענער שווינדלט, יענעם’ס שווינדלען מאכט אים נישט לעבן ארים, ער לעבט ארים ווייל ער דינגט ארויס א טייערע דירה, אנשטאט זיך צו ציען צ.ב. אויף לעיקוואד ווי דירות זענען דריטל די פרייז ווי וומס”ב, (אדער אפי’ מאנסי אדער אפסטעיט, וואס דארט איז אויך דא פראגראמען, און די רענט איז נישט אזוי הויך) און ער לעבט ארים ווייל ער מאכט ווייניג געלט, און די שטאט וויל אים נישט געבן.

און דער איד וואס איז נאך ארימער פון דעם ‘ארימער ארבעטער’ פון וועם דו רעדטס, פאר אים וויל די שטאט יא געבן, און ער טאר נישט נעמען, ווייל דאן ווערט ער א שווינדלער, און ער מאכט נאך שווערער פאר דעם ‘ארימען ארבעטער’…..

אנטשולדיגט מנחם, אבער דיינע ווערטער ברעכן דורך אלע פראפארצן פון נארמאל….

April 7, 2011 at 12:58 PM#14
וואקאציע: פאלם ספרינגס

און יא, שיעור פארגעסן, פון די נייע סטייל’ס רעדן די פרויען וואס האבן חבר’טעס, וואס זייערע מענער זענען פון די ‘שווערע ארבעטער’ וואס פארדינען אביסל שענער ווי זייערע אייגענע מענער, און זיי זענען מקנא זייערע חבר’טעס, און וועגן דעם דארפן זייערע מענער עס צושטעלן.

משא”כ ביי די ‘ארימע ארבעטער’ וועלן די פרויען נישט אזויפיל פארלאנגען, ווייל זיי זעען ווי זייער מאן ארבעט ווי אזא פערד, און זיי ווייסן אז אזא פארלאנג וועט אים מאכן פאר א גרעסערע פערד, וואס דאס זוכן זיי זיך נישט אלעמאל (עס איז דא אויסנאמען, און גראדע אסאך, אבער איך שרייב דאס נאר לשיטתך)

April 7, 2011 at 6:57 PM#15
וואקאציע: פאלם ספרינגס

אזוי ווי לייב און אהרן יאסל זאגן,
די פראגראמען זענען נישט קיין מציאה, אבער אויב איז עס יא דא, און מען דארף דערצו צוקומען (70 פראצענט מענטשן מיט 4 קינדער און העכער זענען אין דעם כלל) איז נישט דא קיין שום סיבה נישט צו נעמען.
אדרבא, ליידן פון די סייד עפעקטס און ניטאמאל הנאה האבן דערפון? דאס הייסט געעגעסן פארשטינקענע פיש און פון שטאט ארויסגעווארפן.

דאס וואס דו זאגסט אז נאר די מענטשן פארן אויף וואקאציע איז (אנטשולדיג מיר) ריין פאנטאזיע, אני הגבר, איך האב פראגראמען, און איך בין נאך אין מיין לעבן נישט געפארן וואקאציע, חאטש סהדי במרומים אז איך מיט די בני בית קענען עס ווען באמת נוצן, פשוט ווייל איך ספענד נישט קיין געלט וואס איך האב נישט.

עטליכע מענטשן אין מיין משפחה פארן יערליך אויף פלארידע סתם פאר די פאן, און קיינער פון זיי האט נישט קיין פראגראמען און לעבן אין שוואוילטאג.

April 8, 2011 at 9:21 AM#16
וואקאציע: פאלם ספרינגס

מורי ורבותי, עס איז צרות, די פסח הוצאות איז שרעקליך, עס הרג’ט אוועק יעדן טראפ מענטשליקייט און רואיגקייט וואס מ’וואלט מיר געדארפט האבן אין אזא צייט, אנשטאט צוצגיין צום יו”ט מיט א פרייליכן געמיט און זיך גרייטן צום והגדת לבנך מיט א דערהויבענקייט, דארף מען זיין ביזי צו קאווערן די ארויפגעשרויפטע פרייזן פאר אלעס וואס מ’דארף צום יו”ט,
עס איז א שעם, אז אין אזא צייט ווי יעדער איז ביזי צו טיילן קמחא דפסחא פאר מלמדים אין מגי”ש און סתם צייט שטיפערס, פארגעסט מען פון די אמת’ע ארימעלייט, די וואס ארבעטן א גאנצן טאג פאר זייער ברויט, און פלאגן זיך צו לעבן פון זייער אייגן געלט, דיע דארפן צאלן פול פרייז גראסערי, פול פרייז פלייש, פול פרייז פיש, פול פרייז קליידונג, פול פרייז שיך, פול פרייז מצות, פול פרייז וויין, פול פרייז שכר לימוד,
שעם אן יו פארדרייטע סיסטעם.
קען זיין איך וועל חרטה האבן אויף דעם פאוסט, אבער יעצט אויף די מינוט איז דאס מיינע געפילן.

April 8, 2011 at 10:19 AM#17
וואקאציע: פאלם ספרינגס

מנחם טייערער, איבער הוצאות הפסח וואונדערט מיר אביסל, איך זעה אויך אין די צייטונגען אז די עסקנים פארלאנגען פון די געשעפטן נישט ארויפצושרויפן פרייזן אויף פסח, איך וואנדער מיר דאס זעלבע.

פסח קאסט אסאך געלט פשוט ווייל עס קאסט. מצות, וויין, מרור און חרוסת, כרפס און חזרת, הגדות און קערות און בעכערס; נייע מלבושים פון קאפ ביז פוס און שיך פאר די גאנצע משפחה מיט קינדערלעך, פאר שבת און וואכן און זומער אין די קעמפ/קאנטרי; קאר וואש (ווער עס איז זיך נוהג), אויסצאלן די שכר לימוד, אנדערע קלינינג הילף ווי גוי’טעס וכדו’, נייע טעפ, עסצייג פאר ווער עס דארף, נייע טלית/תפלין בייטלעך, אפאר דאללער פארן רב פאר מכירת חמץ, “פאן סקול” פאר די קלענערע, קלינערס פאר די מלבושים און טלית, נייע שטריימל לאלו הנוהגים (…),שמות, אפיקומן, חוה”מ טריפס, און נאך און נאך…

אבער עס קאסט “נישט” מער געלט ווייל עס איז דא “ארויפגעשרויפטע” פרייזן. פונקט קאפויער. רוב געשעפטן קען מען יעצט האבן סעילס, אנגעהויבן פון די שטריימלעך, ביז הארדווער סטארס, ספרים געשעפטן וואס גיבן א אראפ א שיינעם פראצענט פאר נייע ציצית און טליתים וכדו’, און גראסעריס העכערן נישט געווענליך קיין פרייזן אויף די געווענליכע אייטעמס, נאר אויף די פסח’דיגע קוקיס וכדו’ וואס קאסט זיי אויך אסאך און קאסט אויך אסאך פאר די בעקערייען און מאניופעקטשורערס צו פראדוצירן. פון וואו נעמט זיך דער געדאנק אז געשעפטן הייבן פרייזן?

און בכלל, רוב מענטשן מוזן אנקומען צו איינס אדער 2 הלוואות ערב פסח, וואס מען קען אדער אנגרייטן פון פריער אדער צעביסלעך באצאלן, די גמ”ח’ן זענען איבערגעפולט ערב יו”ט, אבער פאר רוב געשעפטסלייט איז דאס דער “פיעק” סעזאן פונעם יאר וואס דא נעמט מען ארויס גענוג אויף צו האלטן אפן דעם געשעפט אויפן איבריעגן חלק פון יאר ווען עס איז אסאך שטילער, און מיר דארפן פילן א זכי’ צו געבן צו לייזן אונזערע ברודער וואס ארבעטן שווער און זענען מפקיר זייער ערב פסח פאר אונזער באקוועמליכקייט און פאלן אריין צום סדר אויסגעמוטשעט און אויסגעמאטערט, ס’איז פונקט אזוי “קמחא דפסחא” צו שטיצן די געשעפטסלייט בדרך כבוד, ווי צו געבן $100 פאר א קמחא דפסחא קאסע פאר עניי עירך אדער עניי א”י.

און חוץ מזה מנחם, איז דא א ווארט פון ר’ ישראל סאלאנטער ז”ל דוכט זיך, מען שטארבט נישט פון הונגער נאר פון בושה, די אלע וואס “ארבעטן א גאנצן טאג און לעבן פון זייער אייגן געלט” (כלשונך) און כלומר’שט מען פארגעסט פון זיי, זיי קענען אויך נעמען מצות פאר ביליגער, און נעמען פון די זעלבע פראדוקטן וואס מען שטעלט צו פאר די “צייט שטופערס” (ג”כ כלשונך), אבער זיי “שעמען זיך”! זיי “ווילן נישט”! וביודעי ובמכירי קאמינא, איך קען פערזענליך מענטשן וואס האבן א “באלבאטישן” נאמען אין גאס, אבער פלאגן זיך באמת אדורכצושטופן דעם טאג, און ווען איך אפפער זיי צו נעמען ווערן זיי ממש באליידיגט, “איך וויל נישט נהנה זיין פון צדקה” וכדו’, און איך פארשטיי זיי פון איין זייט, אבער נאכדעם קומען וויינען אז “מען פארגעסט פון זיי” איז נישט אינגאנצן גערעכט.

איך בין אויך נישט אינשטימיג מיט די ווערטער “עס איז צרות”, עס איז פשוט א פאקט פונעם לעבן. אבער צו די איבריגע חלק פון דיינע ווערטער בין איך יא מודה וואס דו שרייבסט די פסח הוצאות איז שרעקליך, עס הרג’ט אוועק יעדן טראפ מענטשליקייט און רואיגקייט וואס מ’וואלט מיר געדארפט האבן אין אזא צייט, אנשטאט צוצוגיין צום יו”ט מיט א פרייליכן געמיט און זיך גרייטן צום והגדת לבנך מיט א דערהויבענקייט, דארף מען זיין ביזי צו קאווערן די ארויפגעשרויפטע פרייזן פאר אלעס וואס מ’דארף צום יו”ט.

April 8, 2011 at 12:30 PM#18
וואקאציע: פאלם ספרינגס

שמעלקא איך בין מיט דיר
איך ווינדער מיר אייביג אויף די געבעטן נישט צו העכערן קיין פרייזן, ווער העכערט? איך ווייס נישט דערפון.
נאר וואס דען, פרייזן זענען הויך א גאנץ יאר אויך. און יעצט פאר פסח איז א קוואנטיטעט פראבלעם נישט קוואליטעט, די כמות איז זייער אסאך, די פרייזן זענען ווי געווענליך – הויך.

וואס קען מען טון דערצו? ביי מיר האב איך איינגעפירט אז נייע מלבושים און חפצים קויפט מען אויף פסח נאר אויב עס איז א הכרח, אייגענטליך א גאנץ יאר קויפט מען נאר אויב עס איז א הכרח, ממילא פאלט נישט אלעס ארויף אויף איין מאל. איך האב נישט כמעט מער הוצאות ווי סתם א יום טוב, חוץ מצות.

אז מען רעד שוין יא וועגן שרויפן פרייזן, דו איינציגסטע וואס שרויפן פרייזן זענען די מצה בעקערייען, איז 24 דאלער א נארמאלע פרייז? איך מיין אז נישט, נאר איך בין נישט זיכער, רעד איך נישט.

April 8, 2011 at 12:32 PM#19
וואקאציע: פאלם ספרינגס

שמעלקא, איך אגרי מיט דיר הונדערט פראצענט.

ס’איז צרות, אבער נישט צוליב די ארויפגעשרויפטע פרייזן.

יא, צו זיין א איד קומט מיט משונה’דיגע עקספענסעס. און גלייב מיר מנחם, אז דו וועסט נעמען אביסל שטאטישע הילף צו וואס דו ביזט רואיג בארעכטיגט, וואלסטו פיל גרינגער אריינגעברענגט דעם יום טוב. לאל.

April 8, 2011 at 12:47 PM#20
וואקאציע: פאלם ספרינגס

סארי פארן נישט דא זיין די וואך, געווען ביזי איבערן קאפ.

אהרן יאסל טייערער, איך בין נישט קיין וויליאמסבורגער איינוואוינער, וואס גייט פאר מיט די ביוטי סאלאן וואס די האסט אזוי זאפטיג פארשאלטן? וואס איז די פראבלעם? וואס איז די נאמען (איך בין שוין פארהייראט) וואס די טענה’סט אז עס איז מכשיל בחורים?

בפשטות אויב זעט מען נישט אריין פון די גאס, וואס איז די פראבלעם?

April 8, 2011 at 4:09 PM#21
וואקאציע: פאלם ספרינגס

אהרן יוסל אפערט מנחם צו נעמען שטאטישע הילף…………. אוי That’s a good one יו מעד מיי דעי!!!!

April 10, 2011 at 11:34 AM#22
וואקאציע: פאלם ספרינגס

מנחם, דו שרייבסט:
“עס איז א שעם, אז אין אזא צייט ווי יעדער איז ביזי צו טיילן קמחא דפסחא פאר מלמדים אין מגי”ש און סתם צייט שטיפערס, פארגעסט מען פון די אמת’ע ארימעלייט”
קודם וויל איך וויסן פארוואס מלמדים און מגי”ש, זענען ביי דיר אין איין קאטעגאריע מיט “סתם צייט שטיפער’ס”?
איך ווייס נישט צו דו האסט שוין אמאל פרובירט צו זיין א מלמד אדער א מגי”ש, אבער איך האב שוין יא, עס איז א ביטער שווערע ארבעט, און עס מוטשעט פונקט אזוי אפ ווי סיי וועלכע אנדערע ארבעט, און אויסער דעם זענען זיי די וואס די געטרויעסט זיי מיט דעם חינוך פון דיינע קינדער, און זיי לערנען מיט אים תורת ה’, און זיי טוען דאס פאר א געהאלט וואס קלעקט קוים פאר דאס נויטיגסטע (נאך שטאטישע פראגראמען), און נאך א זאך, “א מלמד האט נישט קיין וואקאציע”, גראדע לעצטענס איז שוין איינגעפירט צו געבן פאר די מלמדים צוויי ביז פיר וואכן יעדן זומער, אבער געווענליך, ארבעטן מלמדים “יעדן איינציגן טאג פון יאר וואס איז מעגליך”, זעקס טעג א וואך, און ניין און פערציג וואכן א יאר, און די פאר טעג וואס עס איז נישטא קיין חדר, איז דאך ווי יעדער איינער ווייסט, אזעלכע פארנומענע טעג, אז עס ממש אוממעגליך פאר די מלמדים צו קענען באווייזן צו גיין אין חדר אויך.
איך וואלט געפאדערט פון דיר אביסל מער רעספעקט פאר אונזערע כלי קודש, עס איז שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס דו רעדסט אזוי ברייט אויף זייער חשבון.

צווייטנ’ס, פארוואס זענען ביי דיר “סתם ארימעלייט” נישט פאררעכנט פאר ארימעלייט, און פארוואס אידן וואס ארבעטן נישט אזוי שווער ווי דו, זענען נישט בארעכטיגט צו צדקה? זיי זענען בארעכטיגט צו הילף, צו ווייל זיי קענען נישט ארבעטן, אדער ווייל א גאנץ יאר קענען זיי זיך אן עצה געבן, און פאר פסח קענען זיי נישט אדורכשטופן אן הילף. קיינער איז נישט מחויב צו גיין ארבעטן שווער, אויב “מוז מען נישט”, און דו ביזט אליינס מעיד, אז ווען עס קומט א שווערע תקופה איז עס פארן ארבעטער פונקט אזוי שווער.

דריטנס, אזוי ווי שמעלקא און אהרן יאסל טענה’ן: דו דארפסט הילף? דו קענסט נישט אדורכשטופן?

“נעם הילף”

דו קענסט מן הסתם (לויט ווי דו לייגסט עס אראפ) באקומען שטאטישע פראגראמען (אזוי ווי אלע אנדערע שווינדלער’ס…. דו ביזט נישט מחויב צו ליידן ווייל דו ביזט א חשוב’ער ארבעטער וועם דער אייבערשטער האט ליב). און פאר פסח, איז דא צענדליגע צדקה קאסעס, וואס וועלן דיר געבן מיט ביידע הענט, אלץ וואס מען געט פאר די מלמדים מגי”ש און פאר סתם ארימעלייט.

נאר וואס דען, אז מען וויל נישט נעמען קען מען נישט האבן קיין טענות אויף די וואס נעמען יא.

דיסקלעימער: איך לעב נישט אויף קיין שטאטישע פראגראמען ב”ה (אויסער מעדיקעיד)

April 10, 2011 at 2:27 PM#23
וואקאציע: פאלם ספרינגס

לייב, געוואלדיג!

מנחם, מיר פארלאנגען אן ענטפער!

April 10, 2011 at 2:48 PM#24
וואקאציע: פאלם ספרינגס

ר’ לייב. דריי פערטל פון דיין ענטפער באציעט זיך נישט צי מיין שאלה. איך האב געזאגט אז ס’איז א שעם אז מ’פארגעסט פון די אנדערע טייל. דעט’ס אלל.
צוזאמגעשטעלט? עס איז די רייע פון מענטשן וואס באקומען. עס איז נישט צוזאמגעשטעלט ווייל זיי זענען בכלליות איינס. מיין שרייבן איז געבעיסט אויף די כללים פון שרייבן, נישט אויף די מח אויפכאפערס וואס לייענען קרום.

April 10, 2011 at 3:07 PM#25
וואקאציע: פאלם ספרינגס

אנטשולדיגט פאר דעם מיספארשטענדעניש, עפעס האט דיין אויסדריק זיך געהערט ווי דו וואלטסט געוואלט זאגן, “די מלמדים צייט שטופער, און די מגי”ש צייט שטופער, און סתם צייט שטופער”, זעט אויס איך האב עס נישט ריכטיג פארשטאנען.

און בנוגע דיין שאלה, קוק וואס שמעלקא האט געשריבן ד”ה “און חוץ מזה” און קוק וואס איך האב געשריבן ד”ה “דריטנס”, איך מיין אז דיין שאלה איז פארענפערט כמין חומר.
ווי דער עולם דא פארשטייט ווארטסטו אפשר אז דיין בעל הבית, אדער דיין רב, אדער איך ווייס נישט ווער זאל מאכן א ספעציעלע קמחא דפסחא קאמפיין, פאר ארבעטער’ס, וואס ארבעטן און זיי לעבן אויף א פעיראלל.
אויב איז עס טאקע אזוי, דאן ביטע זיי מסביר, וויאזוי מען וועט אוועקשטעלן דעם קאמפיין, ווער זאל מאכן א קאמפיין צו געבן געלט פאר וועמען?
א כולל גיט פאר די כולל אינגעלייט, און א חדר / ישיבה גיט פאר די מלמדים און מגי”ש, און סתם ארגאניזאציעס גיבן פאר סתם ארימעלייט, און פאר ווער עס מעלדט זיך אז זיי קענען נישט דעקן די צרכי החג, וואס אויב דו גייסט אריין אין די קאטעגאריע איז קיינעם נישט אינטערסאנט צו דו ארבעטסט שווער צו נישט, און מען וועט דיר העלפן.

—————-

בכלל מנחם זיי נישט ברוגז, דו האסט אין זיך עפעס א געוויסע אנגעגעסנקייט, אויף די “רייכע קלאס” בירגער וואס לעבן אויפן חשבון פון דעם “ארימען ארבעטער”.

און מיטן אויסדריק רייכע קלאס מיין איך נישט “רייך” אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, איך מיין די אלע וואס פירן א לעבנס שטייגער וואס איז מער פון וואס דו קענסט זיך ערלויבן, און איך מיין אויך די אלע פאר וועמען דו דארפסט באצאלן געלט (פאר סערוויס וואס דו באקומסט פון זיי, אדער פאר זאכן וואס דו קויפסט ביי זיי)

עס זעט מיר אויס, ווי דו שפירסט אז דו וואלטסט געמעגט מאכן מער געלט און לעבן אביסל ברייטער לויט ווי שווער דו ארבעטסט, און אז די אלע וואס זיי מאכן מער געלט אן ארבעטן אזוי שווער, זענען סתם אויסרייסער’ס וואס רייסן אויס דעם ארימאן, און צוליב דעם האלטסטו נישט אויס, ווען דו זעסט ווי איינער וואס ארבעט נישט א פערטל וואס דו באקומט אויף א גאלדענעם טאץ פון פעטער שמואל.

אבער מנחם מען דארף קענען פארגינען אנדערע, אויב דו האלטסט אז דאס איז נישט דער ריכטיגער וועג, דאן טו וויאזוי דו פארשטייסט פאר ריכטיג, אבער זיי נישט די גאנצע צייט פארנומען ארונטערצורייסן יענעם.

אנטשולדיגט פארן צושמירן אין פובליק, אבער דו מוזט זיך אביסל בארוהיגן פון די רויבערישע געשעפטסלייט, און די שווינדלערישע פראגראמען נעמער’ס, און די שנארערישע וואקאציע גייער’ס, און די צייט שטופער’ס וואס נעמען קמחא דפסחא, און די אנדערע וואס נעמען דיר צו דיין געלט.
ביטע קום אראפ… בארוהיג זיך אביסל.

April 10, 2011 at 3:50 PM#26
וואקאציע: פאלם ספרינגס

ניחמתני לייב ניחמתני,
אויף די וואך מערצעשעם, וויל איך יעדן וואונטן זייטס געזינט, איך וועל מערצעשעם זיין זייער ביזי, איך גלייב נישט איך וועל דא שרייבן, אויסער אין גאר אויסנאמליכע פעלער, דעמאלטס וועט עס זיין זייער בקיצור, זייטס מער אלע געזונט,

April 12, 2011 at 9:28 AM#27
וואקאציע: פאלם ספרינגס

No Balboos this week?

April 12, 2011 at 9:53 AM#28
וואקאציע: פאלם ספרינגס

i also wonder

April 12, 2011 at 6:49 PM#29
וואקאציע: פאלם ספרינגס

איך וואנדער זיך אויכעט.. זעהט אויס נישט נאר די לייענערס זענען פארנומען אין די טעג…

May 2, 2011 at 10:37 AM#30
וואקאציע: פאלם ספרינגס

שלום עליכם אלע לייענער. גוט זיך ווידערצוזעהן נאך פסח.

אבער וואס טוט זיך מיטן באלעבאס? פארוואס ערשיינט עס ווידער נישט די וואך? אודה ולא אבוש – איך בענק זיך!

מען בעהט די חשוב’ע “רעדאקציע” זאל ביטע מודיע זיין די פלענער…. יישר כחכם!

May 2, 2011 at 5:57 PM#31
וואקאציע: פאלם ספרינגס

היינט האב איך נישט קיין צייט, איך בין צו ביזי מיט בין לאדינ’ן, אבער מארגן וואלט איך שוין געוואלט זען א נייע בעל בית.
אגב, כאב געהערט זאגן אז טראמפ שרייט ער וויל זען זיין געבורט סערטיפיקאט…