נייע לי עוועניו
8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
נייע לי עוועניו
וויפיל ביזנעסער עס האבן זיך שוין געעפנט אין ניי וויליאמסבורג הערט מען פון אונטער די רוקן אזא מינע פון ביטול: נע, דאס קומט נישט צו צו די “לי -ראדני” געגנט…
אויב איז דאס געווען ביז יעצט די כלל, האט זיך דאס אין די לעצטע צוויי דריי וואכן געגעבן א דריי איבער, ווען ביים גרעניץ צווישן ניי און אלט, נעמליך אויף וואלבאוט סטריט צווישן בעדפארד און לי, איז פלוצים ארויסגעוואקסן געשעפטן ווי שוועמל נאך א רעגן, טראנספארמירנדיג די גאנצע גאס פאר א שטיק לי עוועניו ווי קיינמאל בעפאר. דעם יעצטיגן זונטאג איז געווען שווער דארט אדורכצוגיין, מעגליך נאך שווערער ווי לי עוועניו זעלבסט.
דאס איז אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע געשעפטן וועלכע זענען שוין דארט, GB מלבושים צענטער, S&W אפלייענסעס, און ביי די אנדערע זייט מאורות ספרים געשעפט, און “פוט פרינץ” שיך געשעפט, ועוד.
אצינד האט זיך עס אנגעהויבן מיטן פריש אריבערגעצויגענע פראכטפולן אפיס פונעם בארימטן דאקטאר אין וויליאמסבורג דר. זעגעלבוים, און פון דארט איז עס אריבער פון געשעפט נאך געשעפט, אז עס איז שוין שווער מיטצוהאלטן, דעם זונטאג האט זיך ווייטער געעפנט א פרישע קינדער קליידער געשעפט.
די פאראלעל צו “קריעטיוויטעט”? זעט די בילדער.
===========
און וואו קען מען זיך נישט וואוסענדיג מאכן פונעם הייליגן יום טוב פסח המשמש ובא… א פרישע פראדוקט פון טוב טעם…
נייע לי עוועניו
דא אנליין זעט מען נישט די פרישע פראדוקט פון טוב טעם…
איך האלט אז אזא פראדוקט קען זיך גוט פארקויפן אינעם היינטיגן גאס. אבער צו זיין אמת’דיג איך קען מיך נישט פארשטעלן ווער פון מיינע באקאנטע עס וועלן עס קויפן… לכאורה רעד מען פון אן אנדערע סארט מענטש.
נייע לי עוועניו
במחילה מכבודך הער פוקס, אבער וואס איז קריעטיוו מיט די ניייע געשעפטע-שטראססע אין וויליאמסבורג, די גאסן לעמפ? די גלעזרנע פענסטער? אדער איז גאר דר. זעגעלבוים אויפגעקומען מיט א נייעם געדאנק צו באהאנדלן אויערן ווייטאג פאר פיצלעך? ל’הער פוקס’ הפתרונים.
נייע לי עוועניו
ערב מיכל, איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט. עס איז שיין, הערליך דיזיינט, נייע אויפקומענדיגע הערליכע געשעפטן. מיט וואס נאך דארף זיך עס ספעציעליזירן צו ווערן קריעטיוו?
נייע לי עוועניו
אקוראט דאס האב איך געפרעגט; וואס איז שיין, הערליך דעזיינט, נייע אויפקומענדע העלריכע געשעפטן, די וואלאובאוט גאס צווישן בעדפארד און לי?
נייע לי עוועניו
איך ווייס נישט אויב עס איז קריעטיוו, אבער זיי האבן אלע אזא מאדערענע “לוק” זעט אויס אז די וויליזש אין ניי וויליאמסבורג פארלאנגט עס.
נייע לי עוועניו
מן הסתם איז עס געווען אן עמטליכע פארלאנג פון די “ווילעדזש”…
אפשר איז געווען פעטיציעס פון די איינוואוינער אויך…
די געשעפטס לייט קלערן אז אזוי וועלן מענטשן ענדערש אריינקומען איינקויפן, וועגן דעם האבן זיי עס אזוי געמאכט. גארנישט מער
נייע לי עוועניו
עס איז פשוט אן קיין פשטלעך די בלאק טאר מען נישט ארויפבויען ( די שטאקעדיגע דירות האט דושינסקו וועגן דעם נישט אראפגעווארפן) ממילא האט מען געמאכט געשעפטן דארט!