ווארט פון רעדאקציע

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · דאטום: 2011-05-01
http://www.balboos.com/content/2011/05/1622/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווארט פון רעדאקציע

ב’ אמור תשע”א לפ”ק

דער ליבער יום טוב פסח איז פאראיבער ווי אן אויגן בליק, די ביסל אזוי ערווארטעטע מנוחה האט זיך נארוואס אנגעהויבן, קוים מצליח געווען אויסצוציען אביסל די פארמאטערטע גלידער, און אט טרעפט מען זיך שוין ווידער צוריק ביי די ארבעט, איש איש במלאכה אשר המה עושים.

מאנכע צווישן אונז ווערן אפגעווארט מיט הויפענעס פון מעסעזשעס, וואויס מעילס, בריוון אין באנק סטעיטמענטס וואס האבן זיך שוין אנגעהויבן צו זאמלען אין די פארנומענע ערב פסח טעג און באדייטענד פארגרעסערט במשך דעם יום טוב, עס איז וויכטיג נישט צו פארלירן די מוט און התחדשות אין אזא צייט, און רואיגערהייט -אבער די שנעלסטע וואס מעגליך- אויסגלייכן די בערג, און נישט לאזן זאמלען אויף שפעטער.

ווי ערווענט בעבר (זע דא) וועלן מיר ליבערשט נישט ערשיינען אין אזעלכע צייטן. די קומענדיגע בעל בית וועט אי”ה לאנדן ביי אייך אין אימעיל די קומענדיגע מאנטאג.

*

ביי דעם געלעגנהייט ווילן מיר אייך בעטן א קליינע באשטייערונג פון אייער זייט פאר די אויסגאבע וואס מיר שיקן אייך וועכענטליך שוין אן אנדערט האלבן יאר, גענצליך בחנם, א תוכנ’פולע אויסגאבע פון הויכן קאליבער אין צוויי פארמאטן. אזוי אויך האבן מיר געשאפן אין האלטן אויף א וועב זייטל מיט פריערדיגע ארטיקלען און א קאמענטארן סיסטעם, און צוליב די נאכאנאנדע פארלאנגען אויך א נייע פארום סיסטעם. אזוי אויך אינוועסטירן מיר כסדר געלט און כח צו פארבעסערן און פארשענערן די בעל בית מיט נייע געדאנקן און פראיעקטן, אלעס לשביעת רצון פונעם ציבור.

די רעדע איז נישט פון קיין געלט באשטייערונג, נאר א מינימאלע אנשטרענגונג פון אייער זייט. כדי מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין, איז קריטיש וויכטיג צו באדייטענד פארגרעסערן אונזער ליינער באזע. כדי צו העלפן פארשפרייטן די בעל בית אז עס זאל אנקומען צו ווי מער פאטענציעלע ליינער, ביטע שיקט אונז אימעיל אדרעסן פון פריינט און באקאנטע, אדער אפילו פרעמדע, מענער אדער פרויען, פון סיי וועלכע וואוינארט וועלכע רעדן און פארשטייען אידיש, און מיר וועלן זיי ארויפלייגן אויף די ליסטע פון סובסקרייבער.

איר קענט זיין זיכער אז אייערע באקאנטע וועלן הנאה האבן און אייך שטארק דאנקבאר זיין דערפאר. און אין איינוועגס וועט איר העלפן פארזיכערן בעזרת השם די עתיד פון אונזער-אייער אויסגאבע.

זעלבסט פארשטענדליך, אויב איינער וויל עס נישט מער באקומען קען מען זיך זייער גרינג אנסובסקרייבן, און די אדרעס ווערט תיכף אראפגענומען. אויף קיין שום פאל געבן מיר נישט ארויס קיין אימעיל אדרעס צו קיינעם.

אם את הדבר הזה תעשו, ויכלנו עמוד, בעזהי”ת.

א געזונטן זומער, ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.

די פארוואלטונג