נייעס

107 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: בהר , תשע"א · בעל-בית נומער: 43 · דאטום: 2011-05-09
http://www.balboos.com/content/2011/05/נייעס-16/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

היימישע אויסגאבע אין הייס וואסער צוליב העצע פון אידישע בלאג

א היימישע צייטונג וואס ערשיינט אין ניו יארק אין די אידישע שפראך, האט געדריקט פארגאנגענע וואך א בילד פון די פרעזידענט מיט זיין קאבינעט בשעת די אקציע אויף בין לאדין, וויבאלד אויף די בילד איז אויך געווען אנוועזנד די סעקרעטארשע אוו סטעיט, מרת קלינטאן, האט די צייטונג עס אויסגעמעקט, אזוי ווי עס איז די זעלבסט פארשטענדליכע סטאנדארט אלע יארן ביי ערליכע אויסגאבעס נישט צו דריקן קיין בילדער פון נשים אין אויסגאבעס וואס ווערן געליינט
דורך מענער.

ליידער איז עס אריינגעפאלן אין מויל פון א געמיינע אידישע בלאג, די אפגעטרינענע געמיינע נפשות האבן שוין א שמוציגע רעקארד פון כסדר העצן אויף אידן ווען אימער א איד פארפלאנטערט זיך מיטן געזעץ, עס ווערט ליידער מקוים היינטיגע צייטן די תוכחה “ורדו בכם שנאיכם: בשעה שאעמיד עליכם מכם ובכם, הם מחפשים אחר המטמוניות שלכם“.

פון דארט איז עס געווארן אויפגעכאפט -מן הסתם צוליב די מאסיווע מידיע אינטערעסע אין די היסטארישע בין לאדין געשעניש- דורך צענדליגע ריזיגע צייטונגען און נייעס ארגענעזאציעס דאהי און אויסלאנד, וואס האבן עס אויסגעטייטשט א טייל מיט וואונדער און א טייל מיט אפשיי.

א מאדערנע ראביי א מה יפה’ניק, האט זיך צוגעשטעלט צום וואגן און געגעבן סטעיטמענטס פאר די פרעסע אז אויסמעקן א פערזאן פון א בילד איז אקעגן די אידישע פרינציפאל פון “גניבת דעת”…

עס האט נישט צוגעהאלפן די פאקט אז די ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן די בילד מיט דעם תנאי אז עס טאר נישט ווערן מאדעפיצירט  אויף קיין שום אופן. וואס לויט דעם האט דאס בילד נישט געטארט געענדערט ווערן פון
דעם ארגינעלן אינהאלט.

אין א שמועס מיט א לעגאלע עקספערט אויף קאפירייט ענינים, האט ער אנגעוויזן אז עס וועט לכאורה נישט זיין קיין לעגאלע פראבלעמען וויבאלד די איינציגסטע וואס קענען עס פארסירן איז די ווייסע הויז, וואס זיי האלטן די קאפירייט אויפן בילד. און עס איז זייער נישט מסתבר אז די ווייסע הויז וועט זיין אינטערעסירט אריינצוגעבן א קלאגע דערוועגן. עס איז טאקע נישט קיין בעטעמ’טע עסק, אבער ב”ה נישט מער פון דעם.

וואס מיר דארפען יא ארויסנעמען דערפון

  1. ליידער איז שוין היינט נישטא אזא באגריף ווי “עס בלייבט צווישן אונז” אפילו ווען עס פאסירט אין די אייגענע ד’ אמות.
  2. די אינטערנעט איז זייער א אפענע פלאץ, א זאך וואס מען שרייבט סיי ווי, ווי נישטיג און ווערטלאז די זייטל זאל נישט אויסקוקען, איז נאר א קליק אוועק פון סיי וועלכע רעפארטער, אנטיסעמיט און רעגירונג אינסטאנצן.
  3. אויב מען נוצט א בילד פון די אינטערנעט פאר סיי וועלכע סיבה זאל מען מאכן זיכער אז מען האט די לעגאלע רעכטן דערצו, און אז מען פאלגט אויס די תנאים פון די לייסענס.

Lastpass ווארענט וועגן א פאטענציעלע זיכערהייטס איינברוך, מוטיגט צו טוישן פעסווארד

לעסט-פעסס האט די פארגאנגענע וואך געווארענט אין זייער בלאג, אז עס איז באמערקט געווארן פארדעכטיגטע טרעפיק אויף איינע פון די סערווערס ווי עס איז ווערט געהאלטן געהיימע דאטא פון קליענטן. די סערווערס זענען תיכף געווארן אפגעזונדערט, און לעסט-פעסס האט אונטערגענומען א אויספארשונג דערוועגן, עס איז נאך דערווייל נישט אנטפלעקט געווארן קיין מסקנות.

לעסט-פעסס מוטיגט שטארק אלע זייערע באנוצער צו טוישן די הויפט פעסווארד ווי שנעלער. א אקט וואס קלינגט איראניש פון א פירמע וואס איר מאטא איז “די לעצטע פעססוארד וואס איר וועט דארפן”…

לעסט-פעסס איז א אויסגעצייכענטע אנליין פעסווארד מענעזשער סערוויס, וואס איז אין די פארגאנגענהייט רעקאמאנדירט געווארן דורך א ליינער אין די “עצה טובה” קאלום. און וווערט ברייט באנוצט אין די וועלט.

עקספערטן זענען זייער צופרידן פון די וועג ווי אזוי לעסט פעסס האנדעלט די סיטיואציע, און שטרייכן אונטער אז הגם עס איז טאקע רעקאמאנדירט צו טוישן די פעסווארד, איז עס בלויז צו זיין עקסטער פארזיכטיג, ווייל לויט אלע ווארשיינליכקייטן, אפילו אויב עס זאל טאקע האבן געווען אן אטאקע, און עס איז באמת געלונגען פאר די העקערס צו לקח’נען דאטא, איז די דאטא “ענקריפּטעד”, און קען נעמען יארען אויפצוברעכן בלויז איין לאנגע קאמפליצירטע פעסווארד.

די פאסירונג שטרייכט נאכאמאל אונטער די וויכטיגקייט פון האבן לאנגע און קאמפליצירטע פעססוארדס, און זיי טוישן אפט אויב מען האלט סענסיטיווע אינפארמאציע אנליין.

לעסט-פעסס האט אויך געמאלדן אז זיי נעמען אן עטליכע פארבעסערונגען וואס וועט פארמיידן אזעלכע סארט אטאקעס אין די צוקונפט, אויך הייבן זיי יעצט אן צו נוצען א שטערקערע 256 ביט ענקריפציע אלגאריטם. וואס מאכט די דאטא -פון א מאטאמאטישע שטאנדפונקט- ממש אוממעגליך צו העקן.

אדאבי קריעטיוו סוויט אפדעיט צו  ווערסיע 5.5

ווערט נישט צו פרייליך, עס איז מן הסתם נישט אינטערעסאנט פאר אייך. עס איז נישטא קיין נייע אפדעיטס פאר פאטאשאפ, איליוסטרעטאר און פייערווארקס. און די אפדעיטס פאר אינדעזיין זענען בלויז נוגע פאר אי-בוקס, דיגיטאלע אויסגאבעס און עפפס. וואס האט זיך יא געטוישט? בעיקר מער קאמפעטיביליטי פאר נייערע טעכנאלאגיעס אין מאביל דעווייסעס, אזוי אויך מער סופארט פאר CSS3 און HTML5 אין דרימוויווער.

אינטערעסאנט איז, אז די מינימאלע אפדעיט איז נישט פריי פאר CS5 באנוצער, נאר אויב מען האט עס געקויפט לעצטענס. עס איז א נארישקייט און שטייפקייט פון אדאבי וואס ווייכט נישט אפ פון זיך לאזן באצאלן פעטע פרייזן ביי יעדע געלעגנהייט, א דאנק די פאקט אז זי פארמאגט בכלל נישט קיין קאמפעטישאן אויף רוב פון אירע פראדוקטן.

אין אנדערע אדאבי נייעס, אדאבי האט לעצטענס באשטעטיגט אז די קומענדיגע ווערסיע פון קריעטיוו סוויט (6?) וועט נישט זיין צו באקומען פאר יארע 12′.

ענדליך: גוגל וואויס אויף ספרינט נעטווארק אין קראפט

ווי געמאלדן אין די פארגאנגענהייט, האבן גוגל מיט ספרינט געמאכט א דיל צו צושטעלן גוגל וואויס פאר אלע ספרינט קליענטן, די פארגאנגענע וואך איז עס אריין אין קראפט און איז שוין יעצט אוועליבעל פאר אלע ספרינט קליענטן.

מען האט די ברירה אדער צו ניצן די ביז יעצטיגע ספרינט נומער אויף גוגל וואויס, אדער די גוגל וואויס נומער אויף ספרינט. גוגל וואויס געט די מעגליכקייט צו נוצן איין צענטראלע נומער וואס וועט קלונגען אויף אלע אייערע  ליינס, לויט ווי מען שטעלט עס אן, און בעיקר אסאך פארגעשריטענע וואויסמעיל אפציעס. מען וועט אבער נישט קענען מאכן קיין טעלעפאן קאלס מיט גוגל וואויס דורך VOIP כדי צו אויסמיידן פון צאלן ספרינט פאר די מינוטן נאציאנאל, אבער מען וועט יא קענען מאכן ביליגע אינטערנאציאנאלע קאלס. עס איז נישט קלאר פארוואס עס לוינט זיך פאר ספרינט.

 

פאר מער אינפארמאציע און צו אקטיוויזירן

http://www.google.com/googlevoice/sprint

 

 

 

May 9, 2011 at 9:11 AM#2
נייעס

וועגן די ערשטע נייעס מיט די הילערי בילד, עס איז ממש דעפרעסינג צו ליינען די קאמענטס אויף די אלע צייטונג ארטיקלען, מען האט דאך אונז אזוי ביטער פיינט. נישט צום גלייבן.

May 9, 2011 at 9:24 AM#3
נייעס

אוי רבונו של עולם, ס’איז דאך ממש א שרעק! דאס איז שוין די ‘פרייע דעמאקראטישע’ אמעריקע, ווי מ’פרעטענדירט צו געבן רעספעקט ענד זשאסטיס פאר אלל.

רבונו של עולם טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער,
האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק משיח און לייז אונז אויס פון גלות.

May 9, 2011 at 9:30 AM#4
נייעס

איך האלט אז די אלע אידישע שרייבער/העצער האבן א הלכה ווי א מסור.
ווייסט איינער צו די זשערוסעלם פאוסט איז א רעליגיעזע צייטונג? זיי האבן עס בעיקר צושפרייט

May 9, 2011 at 9:49 AM#5
נייעס

עס איז נאר א דערמאנונג נאכאמאל פון אויבן אז ווי ווייט אינז זיץ’מער צוזאמען און מ’מאכט ביזנעס צוזאמען און מ’מיינט אז מ’זעמיר שוין גוטע פריינט, ניין. זיי האבן אינז ווייטער פיינט, און דאס איז פון הימל אזוי אויסגעשטעלט ווייל מ’וויל אונז דערמאנען אז מ’זעמיר אין גלות, וויפיל זיי טרייען צו שמייכלען אין זיך מאכן א ליבליכן פנים, ווועט אלס נאכאמאל ארויסקומען די שנאה אויפן אויבערפלאך

May 9, 2011 at 10:37 AM#6
נייעס

זיי זענען געווען די ערשטע עס צו מעלדן
ווי אויך די דעילי מעיל האט געשריבן זייער מאוס און געשריבן אז זיי דארפן אראפלאזן די קאפ פאר בושה און איבערבעטן אלע פרויען און די וועלט

May 9, 2011 at 11:03 AM#7
נייעס

נישט אמת. די ערשטע צו אפירקומען דערמיט איז געווען די טריפה’נע אנטיסעמיטישע בלאג failedMesiah. נאך זיי האט דער זשערוסעלעם פאוסט צעשמירט, און פון דארט איז עס געגאנגען און ברענט ווי א פייער. מ’האלט שוין ביי אכט טויזנט זייטלעך וואס האבן די נייעס.

איצט האט די פאפולערע און פרעסטיזשפולע פאקס ניוס דאס באריכטעט.

http://www.foxnews.com/politics/2011/05/09/hassidic-newspaper-edits-clinton-iconic-situation-room-photo/

May 9, 2011 at 12:15 PM#8
נייעס

איך פארשטיי נישט פארוואס פאקס מאכט זיך משוגע מיט אזעלכע נייעס דאס איז די איינציגסטע מעין סטריעם מידיע עס צו מעלדן

May 9, 2011 at 12:53 PM#9
נייעס

קריטיש!

די ניו יארק דעילי ניוס איז יעצט ארויפגעטאנצן אויף די נייעס, און זיי האבן געמאכט אן אנקעטע דערוועגן, וואס די ליינער האלטן זענען געווען די מאטיוון פון די רעדאקטארן צו פאטאשאפן דעם בילד.

מ’בעט יעדן קריטיש וויכטיג צו מאכן א קידוש ה’, ארויפצוגיין און וואוטן אז דאס איז צוליב אונזער הייליגע רעליגיעזע אנשויאינגען נישט צו לייגן קיין בילדער אין אלגעמיין פון קיין פרויען צוליב אונזערע רעליגיעזע לעבנסשטייגער.

http://www.nydailynews.com/ny_local/2011/05/09/2011-05-09_brooklyn_hasidic_paper_der_tzitung_cuts_sec_of_state_hillary_clinton_out_of_bin_.html?r=news/national

May 9, 2011 at 1:17 PM#10
נייעס

ביזדערווייל איז דא דארט אסאך וואוטס וואס האלטן אז עס איז גיט
אבער די קאממענטס איז שרעקעדיג צו ליינען עס קוקט אויס ווי דער שפיגל תש”ד

May 9, 2011 at 2:09 PM#11
נייעס

וואס האלט די עולם האבן זיי געמאכט א טעות מיטן פארעפנטליכן די בילד אדער נישט?
לאזט הערן אייער מיינונג

May 9, 2011 at 2:23 PM#12
נייעס

שרעקעדיג צו לייענען. איך האף אז משיח קומט שוין,

איינער א חסי’דישע האט זיך געלאזט הערן דארט אויף דעילי-ניוס. האט ער גערעדט צום זאך?

May 9, 2011 at 2:29 PM#13
נייעס

איך וואלט נישט געקלערט איין רגע, אז דא איז דא א מקום לחשוש.

אזוי ווי די ארויסגעבער פון דעם צייטונג האבן נישט געטראכט אז עס קען זיין א פראבלעם.

איך וואונדער זיך נאר, צו מען קען נישט ערלעדיגן ביי קלינטאן אז זי זאל עפענטליך געבן א סטעיטמענט, אז זי האט אנטשולדיגט דעם צייטונג פארן טון אזא זאך, און אז זי פארשטייט אז זיי האבן עס געטון צוליב רעליגיעזע אורזאכן.

May 9, 2011 at 2:32 PM#14
נייעס

למעשה איז ארויסגעקומען א גרויסע חילול השם וועגן דעם
אבער זיי האבן דאך נישט געדארפט וויסן אז דאס גייט פאבליצירט ווערן

May 9, 2011 at 2:36 PM#15
נייעס

איך ווייס נישט צו מען קען עס רופן א חילול השם.

דאס אז די גוים שעלטן, און די שונאי ישראל גיסן האס, מיינט נאכנישט אז דאס האט געמאכט א חילול השם.

א חילול השם מיינט אז אידן פירן זיך נישט אויף אזוי ווי א איד דארף זיך אויפצופירן, מען קען נישט זאגן אויף א זאך וואס מען איז מחויב ע”פ תורה צו טון, אז עס האט געמאכט א חילול השם (אפשר וואלטן זיי לגמיר נישט געדארפט לייגן דעם בילד)

May 9, 2011 at 2:37 PM#16
נייעס

זיי שרייבן אז אידן ענען קעגן דעם אז פרויען זאלן זייין און פאוער דאס איז א זאך וואס א גוי קען נישט פארשטיין און דאס ברענגט זיי אזוי ארויס פון די כלים

May 9, 2011 at 2:40 PM#17
נייעס

דאס הייסט אויך נישט קיין חילול השם.

כמעט אלע גוים האבן אלעמאל פיינט געהאט דעם איד צוזאמען מיט זיין תורה, קיום התורה והמצות הייסט נישט קיין חילול השם, און דאס וואס די גוים האלטן אנדערש ווי די תורה, און זיי וואלטן געוואלט אז אידן זאלן אויך נישט זיין אזוי “פאנאטיש” דאס מיינט אויך נישט אז אידן וואס האלטן די תורה על כל פרטיה מאכן א חילול השם.

May 9, 2011 at 2:54 PM#18
נייעס

ס’איז א ברענענדיגע חובת השעה איינער זאל ארויפקומען מיט א שיינעם פרעס רעליס און קלאסיש ערקלערן פאר די דומע גוי’אישע קעפ וועלכע קענען נישט אדער ווילן נישט פארשטיין וואס דא גייט פאר.

מ’ברויך זיי ערקלערן אז מיר האבן גארנישט קעגן פרויען. אדרבה א אידישע מאמע איז ביי אונז א מלכה, א קעניגן. פרייטאג צו נאכטס בעפאר קידוש, זינגט מען א ספעציעלן זמר פארפאסט ארויסצוהייבן די לויב פון די אשת חיל מי ימצא. מיר זענען באפוילן צו רעספעקטירן א מאמע. בזכות נשים צדקניות נגאלו.
און אזוי ווייטער און ווייטער.

נאר וואדען? מיר האלטן אן זייער א הויכן מאראלישן סטאנדארט, און די צייטונג – אלס ערליכע ארטאדאקסישע פובליקאציע וואס האלט זיך צו שטארקע פרינציפן – דרוקט נישט קיין בילדער פון קיין פרויען, וואס מיר זענען באפוילן אויפ’ן לאו פון לא תתורו אחרי לבבכם, און נישט קוקן אויף קיין פרעמדע פרויען, נישט קיין אינטערשיד צי זיי זענען אנגעטון בצניעות צי נישט.

די צייטונג וואלט דעם בילד נישט געדארפט דרוקן. סתם אזוי איז עס א גויאיש בילד, און יעדער וואס האט צוטריט צו די אינטערנעט האט באלד געזען די זשאוק אז מ’האט געפאטאשאפט דארט אין גרויסן.

לא עת הארך. אבער מ’מוז דאס קלארשטעלן פאר’ן פובליקום.

May 9, 2011 at 2:56 PM#19
נייעס

איך קלער יעצט א סברא, אז אפשר האבן זיי סתם געדארפט אויסשניידן א חלק פונם בילד, אזוי ווי מען פלעגט טון פאר פאטאשאפ, אפשר אזוי וואלט עס לייכטער אדורך, און עס וואלט נאך געווען געזעצליך אויך.

פאטאשאפן א בילד, איז שוין א אנדערע מעשה.

May 9, 2011 at 2:56 PM#20
נייעס

וואס וועט זיין למעשה ?

May 9, 2011 at 2:58 PM#21
נייעס

די עיקר פראבלעם דא איז אז צוויי אזויגערופענע ראבייס האבן באשלאסן צו געבן סטעטמענטס, ביידע גרויסע אטענשאן זיכערס וואס מאכן זיכער צו זיין אין די פרעסע יעדן צווייטן טאג,
א פאסירונג אן קיין סטעיטמענטס איז נישט אינטערעסאנט צו באריכטן, מיט געבן סטעטמענס האבן זיי אנגעדרייט דעם גאנצן סוטאמאכע דא, אזוי קענען די גויאישע צייטונגען קאכן א קאשע, לדעתי זענען זיי די שולדיגע,
אויב יענער האט ווען געדארפט טוען אנדערשט אין ס’איז געשען א מיסטעיק, לאז עס פאר יענעם צו פאריכטן, מיש דיך נישט אריין, תבא אמו ותקנח, די שטיי אין דער זייט

May 9, 2011 at 2:59 PM#22
נייעס

אהרן יאסל, איינער האט שוין געשריבן דאס. גיב א קוק דארט.

May 9, 2011 at 3:04 PM#23
נייעס

אהרן יאסל טייערע ! איך פארשטיי נישט קלאר. די פראבלעם איז אז מען האט אויסגעשניטען די בילד פון מר. קלינטען, אדער די עצם פאטאשאפן א בילד??

אין עס איז אויך געווען נאך א פרוי אויפן בילד שטייענדיג ביי די טיר, ווער איז דאס?

May 9, 2011 at 3:06 PM#24
נייעס

איך בין איינשטימיג מיט מנחם,
אזוי אויך מיט אהרן יאסל, אז מ’זאל מאכן א גאר קלארן שיינעם פרעס רעליס צו ערקלערן די סיטשועשאן, אבער דער וואס דארף עס טוען איז “די צייטונג”, אנדערע זאלן שטיין אין דער זייט

May 9, 2011 at 3:10 PM#25
נייעס

נחמי’, דא איז דא צוויי פראבלעמן,
1) אויסשניידן, וואס איז א קאפירייט אישו, וואס די ווייט האוז האט קלאר געזאגט אז זיי לאזן נישט טוען, וואס אויב זאל דאס זיין א קליינע קאמפעני, ווואלטן זיי שוין געלאפן סוען,

2) און ארויסנעמן פרויען, וואס איז א העצערישע אישו, נאר דע קליינע מיסיס וואס קיינער קען נישט גייט קיינעם נישט אן, דעם גרויסן מיסיס וואס יעדער קען, מאכט מען אן אישו

May 9, 2011 at 3:13 PM#26
נייעס

שקויעך מנחם, איך האב דאס געוואלט זאגן.

ס’ליגט א פליכט אויף די צייטונג ארויסצוגעבן א שיינעם קלארן סטעיטמענט און איידל ערקלערן די אישו.

זיי זאלן עס נישט טון אליינס, נאר צום ערשט איבעררעדן מיט עקספערטן אין די דעֹליקאטע מידיא הינזיכטן, אז ס’זאל חלילה נישט ברענגען דאס פארקערטע און נאך מער אויפפלאמען דאס פייער, און דאס זעלבע זיך באראטן מיט לעגאלע מומחים, צו זיכער מאכן אז אלעס איז אויסגעהאלטן פון לעגאלן אספעקט, און ערשט דערנאך עס פארעפנטליכן.

נתן, כ’הער וואס דו פרעגסט. כ’קען נישט פונקטליך אנצייגן וואס די עולה איז, אבער בשעת ווען כ’האב עס געזען האב איך געגעבן א קלער צו מיר: א נארישקייט. העכסטנס האט ער געדארפט אביסל בלוירן די פנימ’ער.

גיב’זשע א קוק. דער איד און בלאט האבן דאס נישט געלייגט.

May 9, 2011 at 3:13 PM#27
נייעס

יעצט, נאכדעם וואס עס איז שוין ערשינען אין די פרעסע, איז בכלל נישט קיין חכמה צו זאגן אז “די צייטונג” וואלט דאס נישט געדארפט דרוקן. – אין אמת’ן געשמועסט, קיינער וואלט זיך נישט געראכטן אז פרעמדע אויגן וועלן דאס זען, און דאס וועט פאסירן, און ממילא איז נישט שייך צו באשולדיגן די צייטונג פאר דעם.
בנוגע וויאזוי צו רעאגירן, גלייב איך, אז דער רעדאקטאר ר’ אברהם פריעדמאן נ”י וואס איז אויסגעקאכט אין די פאליטישע און זשורנאליסטישע וועלט, איז גענוג ערפארן און קלוג צו וויסן וויאזוי צו רעאגירן. העמיר אלזא צואווארטן ביז מיטוואך און זען. ימים ידברו.

May 9, 2011 at 3:15 PM#28
נייעס

איך מיין אז די עיקר פראבלעם האט נישט מיט קלינטין, די זאך איז אז מען טאר נישט פאטאשאפן א בילד אדער טוישען א דאקימענט וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך די ווייסע הויז!

איך האף אז די ווייסע הויז האט וויכטיגערע זאכן וואס יעצט צו זיין פארנומען…

May 9, 2011 at 3:24 PM#29
נייעס

אהרן יוסל
גיט ארויסגעברענגט

May 9, 2011 at 3:25 PM#30
נייעס

נתן,
לכאורה די ערשטע פראבלעם פון קאפי רייט, האלטסו די ווייסע הויז האט נישט קיין בעסערע דאגות יעצט וואס צוטהון?

ועל השנית די ארויסנעמען די פרוי, קען מען נישט מסביר זיין אז דאס האט מיט אונזער הלכה?
פארוואס טאקע האט אויסגעפעלט אזוי שיין אויסצומעקן די פרוי מיט איר בענקל, עס וואלט נישט גענוג געווען צו מאכען אביסעל ציווישט ?

May 9, 2011 at 3:27 PM#31
נייעס

נחמי’, מיין פוינט.

May 9, 2011 at 3:33 PM#32
נייעס

א דאנק פאר דאנק קאמפלימענט

May 9, 2011 at 3:34 PM#33
נייעס

איך גלויב אז אפילו בלויז אביסל “ווישן” איר פנים וואלט פונקט אזוי געקענט מאכן אזא איבערקערעניש. די טענות זענען די זעלבע. אינטערעסאנט אויף וואס זיי כאפן זיך אלץ נישט אן..

אהרן יאסל, האסטו איבערגעקוקט וואס איינער האט אריינגעשריבן אויפן ארטיקל אין דעילי-ניוס? אדער סיי ווער? איך מיין אז יענער האט ארויסגעברענגט דעם פוינט זייער גוט.

May 9, 2011 at 3:40 PM#34
נייעס

דער צייטונג האט נישט געמוזט חלמ’ן אז די אנטיסעמיטן וועלן געוואר ווערן דערפון
פין די אנדערע זייט זעהט מען אז דער א”ג יודישער וועבזייטל וואס איז געווען דער ראשון לטומאה קען גאר ליינען יודיש, אין איז גאר א ליינער פין יודישע צייטונגען

May 9, 2011 at 3:43 PM#35
נייעס

מיין פילטער לאזט נישט אריין צו די דעילי ניוז לינק
וויאזוי קען איך אפגעבן מיין שטומע?

May 9, 2011 at 4:04 PM#36
נייעס

די צייטונג פארעפענטליכט א פרעס רעליס אין קלאר שטעלונג

Der Tzeitung released the following statement today in response to the furor that has erupted regarding the altered photo:

The White House released a picture showing the President following ”live” the events in the apprehension of Osama Bin Laden, last week Sunday. Also present in the Situation Room were various high-ranking government and military officials. Our photo editor realized the significance of this historic moment, and published the picture, but in his haste he did not read the ”fine print” that accompanied the picture, forbidding any changes. We should not have published the altered picture, and we have conveyed our regrets and apologies to the White House and to the State Department.

The allegations that religious Jews denigrate women or do not respect women in public office, is a malicious slander and libel. The current Secretary of State, the Honorable Hillary R. Clinton, was a Senator representing New York State with great distinction 8 years. She won overwhelming majorities in the Orthodox Jewish communities in her initial campaign in ’00, and when she was re-elected in ’06, because the religious community appreciated her unique capabilities and compassion to all communities. The Jewish religion does not allow for discrimination based on gender, race, etc.

We respect all government officials. We even have special prayers for the welfare of our Government and the government leaders, and there is no mention of gender in such prayers.

All Government employees are sworn into office, promising adherence to the Constitution, and our Constitution attests to our greatness as a nation that is a light beacon to the entire world. The First Amendment to the Constitution guarantees freedom of religion. That has precedence even to our cherished freedom of the press! In accord with our religious beliefs, we do not publish photos of women, which in no way relegates them to a lower status. Publishing a newspaper is a big responsibility, and our policies are guided by a Rabbinical Board. Because of laws of modesty, we are not allowed to publish pictures of women, and we regret if this gives an impression of disparaging to women, which is certainly never our intention. We apologize if this was seen as offensive.

We are proud Americans of the Jewish faith, and there is no conflict in that, and we will with the help of the Almighty continue as law-abiding citizens, in this great country of our’s, until the ultimate redemption.

May 9, 2011 at 4:07 PM#37
נייעס

קען איינער ביטע נאכברענגן וואס עס שטייט אין די צייטונגען?

May 9, 2011 at 4:12 PM#38
נייעס

אהרן יאסל איך מיין אז עס איז זייער פיין געשריבען!

ווי האט דאס די צייטונג אריינגעלייגט??

May 9, 2011 at 4:18 PM#40
נייעס

איבערגעטייטש אין יודיש

דער טזעיטונג באפרייט די פאלגענדע ויסזאָגונג הייַנט אין ענטפער צו דער פוראָר וואָס האט יראַפּטיד וועגן די אָלטערד פאָטאָ:

די ווייסע הויז באפרייט אַ בילד ווייזונג דער פרעזידענט אזא “לעבן” די געשעענישן אין די מוירע פון ​​אָסאַמאַ בין לאַדען, לעצטע וואָך זונטאג. אויך פאָרשטעלן אין די לאגע צימער זענען געווען פאַרשידן הויך-ראַנקינג רעגירונג און מיליטער באאמטע. אונדזער פאָטאָ רעדאַקטאָר ריאַלייזד דעם באַטייַט פון דעם היסטארישן מאָמענט, און ארויס די בילד, אָבער אין זייַן יאָגעניש ער האט ניט לייענען די “פייַן דרוקן” וואָס באגלייט די בילד, פאָבידינג קיין שינויים. מיר זאָל ניט האָבן אַרויסגעגעבן די אָלטערד בילד, און מיר האָבן קאַנווייד אונדזער ריגרעץ און אַפּאַלאַדזשיז צו דעם ווייַסן הויז און צו דער שטאט דעפּאַרטמענט.

די אַלאַגיישאַנז אַז פרום יידן דענאַגרייט פרויען אָדער טאָן ניט אָנערקענען פרויען אין עפנטלעך אָפיס, איז אַ מאַלישאַס רעכילעס און רעכילעס. די Current סעקרעטאַרי פון שטאט, די האָנאָראַבלע היללאַרי אַר קלינטאן, איז געווען אַ סענאַטאָר רעפּריזענינג ניו יאָרק סטעיט מיט גרויס דיסטינגקשאַן 8 יאר. זי וואַן אָוווערוועלמינג מאַדזשאָריטיז אין די ארטאדאקס ייִדיש קהילות אין איר ערשט קאַמפּיין אין ’00, און ווען זי איז שייַעך-עלעקטעד אין ’06, מחמת די רעליגיעז רעקאמענדירטע אַפּרישיייטיד איר יינציק קייפּאַבילאַטיז און ראַכמאָנעס צו אַלע קהילות. די ייִדיש רעליגיע טוט ניט לאָזן פֿאַר דיסקרימינאַציע באזירט אויף דזשענדער, געיעג, עטק

מיר אָנערקענען אַלע רעגירונג באאמטע. מיר אַפֿילו האָבן ספעציעלע תפילות פֿאַר דער שלום פון אונדזער רעגירונג און די רעגירונג פירער, און דאָרט איז ניט דערמאָנען פון דזשענדער אין אַזאַ תפילות.

אַלע רעגירונג עמפּלוייז זענען סוואָרן אין אָפיס, פּראַמאַסינג יבערגעגעבנקייַט צו די קאָנסטיטוטיאָן, און אונדזער קאָנסטיטוטיאָן אַטעס צו אונדזער גרויסקייט ווי אַ פאָלק וואָס איז אַ ליכט ביקאַן צו דער גאנצער וועלט. די ערשטע אַמענדמענט צו די קאָנסטיטוטיאָן געראַנטיז פֿרייַהייט פון רעליגיע. וואס האט פאָרהאַנט אַפֿילו צו אונדזער טשערישט פֿרייַהייט פון דער פּרעסע! אין צוטיילן מיט אונדזער פרום ביליפס, מיר טאָן ניט אַרויסגעבן פאָטאָס פון פרויען, וואָס אין קיין וועג רעלעגאַטעס זיי צו אַ נידעריקער סטאַטוס. ארויסגעבן א צייַטונג איז אַ גרויס פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, און אונדזער פּאַלאַסיז זענען גיידיד דורך אַ ראַביניקאַל באָרד. ווייַל פון געזעצן פון צניעות, מיר זענען ניט דערלויבט צו דרוקן בילדער פון פרויען, און מיר באַדויערן אויב דאָס גיט אַ רושם פון דיספּערידזשינג צו פרויען, וואָס איז זיכער קיינמאָל אונדזער כוונה. מיר אַנטשולדיקן אויב דאָס איז געזען ווי אַפענסיוו.

מיר זענען שטאָלץ אמעריקאנער פון די ייִדיש אמונה, און עס איז קיין קאָנפֿליקט אין וואָס, און מיר וועלן מיט דער הילף פון דער אלמעכטיקער פאָרזעצן ווי געזעץ-אַביידינג בירגער, אין דעם גרויס לאַנד פון אונדזער ס, ביז די לעצט גאולה

May 9, 2011 at 4:30 PM#41
נייעס

ווער ס’קען א גיטע ענגליש ווערט געבעטן צו געבן א בעסערע טראנסילאציע!

May 9, 2011 at 4:44 PM#42
נייעס

פון איי וועלט!
עס איז ממש היינט פון די העכסטע נייעס ביי די גרעסטע נייעס סטאנציע’ס. אונטערסאנט ווי עס איז די צווייט העכסטע נייעס ביי פאקס נויז און די דריטע נייעס ביי סי.ען.ען. אזוי אויך אלע אנדערע לינק’ס וואס איך האב אויבן געברענגט, אנגעפאגען ביים לאקאלן ניו יארק פאוסט און גענדיגט ביי דזשערוסעלעם פאוסט און די אויסטראליער נייעס באריכט.

די עיקר פראבלעם – חוץ די מאדנעקייט ביי די גיום – איז אז דאס קען מעגליך זיין א געהעריגע פאברעכען ווייל דאס ווייסע הויז ביים פארענפענטליכן דעם בילד (אזוי אויך אלע זייערע בילדער) שרייבן זיי קלאר אז מ’טאר דערמיט נישט ארומפאשטקענען פאר סיי וועלעכע סיבה:

This official White House photograph is being made available only for publication by news organizations and/or for personal use printing by the subject(s) of the photograph. The photograph may not be manipulated in any way and may not be used in commercial or political materials, advertisements, emails, products, promotions that in any way suggests approval or endorsement of the President, the First Family, or the White House.

די ווייסע הויז האט היינט געזאגט אז “מיר וועלן נישט קאמענטירן דערוועגן”.

May 9, 2011 at 4:52 PM#43
נייעס

אויב וויל זיך די ווייסע הויז נעמען איבער איינעמ’ס ביינער, וועלן זיי זיך קודם נעמען איבער די וואס האבן פארדרייט דעם בילד כאילו פרעזידענט אבאמא שפילט א געים בשעת מעשה!

We’re not going to comment” on this matter, a White House senior official told CNN

ברוך השם!!!

May 9, 2011 at 4:56 PM#44
נייעס

אין וואשינגטאן פאוסט (לינק אויבן) שרייבט איינער אז איינמאל א בילד איז געפאבלישט האט קיינער – אפילו נישט די ווייסע הויז – קיין שום רעכטן אויפן בילד.

May 9, 2011 at 4:59 PM#45
נייעס

שמעלקא, נאך נישט געהאט די געלעגנהייט צו קוקן און אויפזיכן. דו קענסט עס אפשר קאפיען און פעיסטן דא?

קען איינער ברענגען א פראפעסיאנאלע אידישע איבערזעצונג פון די צייטונג’ס רעליעס? ס’קוקט אויס פיין.

May 9, 2011 at 5:08 PM#46
נייעס

פון איי וועלט!

NEWS REPORT
1281 49th Street
Brooklyn, NY 11219
718-851-6607
Fax: 718-854-5282
mail@ditzeitung.com

May 9, ’11

STATEMENT FROM NEWS REPORT (DI TZEITUNG)
REGARDING THE WHITE HOUSE PICTURE
The White House released a picture showing the President following “live” events of the apprehension of Osama Bin Laden, last week Sunday. Also present in the Situation Room were various high-ranking government and military officials including Secretary of State, the honorable Hillary Rodham Clinton and another female participant.

Our photo editor realizing the significance of this historic moment, published the picture, but in his haste, did not read the “fine print” that accompanied the picture, forbidding any changes and published a picture omitting the female participants in the room.
Because we wanted to honor the President and our armed forces for the historic significance of the moment, we opted to publish the photo, but without the women included, as is our long standing editorial policy.

Our editorial policies are guided by a Rabbinical Board and because of laws of modesty, does not allow for the publishing of photos of women.

The readership of the Tzeitung believe that women should be appreciated for who they are and what they do, not for what they look like, and the Jewish laws of modesty are an expression of respect for women, not the opposite.

The allegations by some, that Orthodox Judaism denigrates women or do not respect women in public office,is a malicious slander and libel. The Jewish religion does not allow for discrimination based or gender, race, etc.

The current Secretary of State, the Honorable Hillary R. Clinton, was for eight years, a Senator representing New York State with great distinction. She won overwhelming majorities in the Orthodox Jewish communities in her initial campaign in ’00, and when she was re-elected in ’06 it was because the religious community, among others, appreciated her unique capabilities, talents and compassion for all.

We respect all government officials. We even have special prayers for the welfare of our Government and the government leaders.

In retrospect, we apologize for any misunderstanding that this might have caused. We should not have published the altered picture, and we have conveyed our regrets and apologies to the White House and to the State Department

May 9, 2011 at 5:17 PM#47
נייעס

ביים היימישען עולם ווערט יעצט די צייטונג מער פאפולער?

May 9, 2011 at 5:18 PM#48
נייעס

דא מאך איך א איבערזעצונג, בערך, לפי עניית דעתי, ולפי קט שכלי, בעערך, באזירט אויפן אויבנדערמאנטע אידישע ארטיקל:

“די צייטונג” איז מפרסם (מוסר מודעה) די פאלגענדע סטעיטמענט, אין ענטפער צו די סומאטוכע וואס האט אויסגעפלאצט איבער די געטוישטע בילד:

די ווייסע הויז האט מפרסם געווען א בילד, צייגנדיג “לעבעדיג” דעם פרעזידענט באטראכטנדיג די געשעענישן פון אָסאַמאַ בין לאדען, פארגאנגענע וואָך זונטאג. אזוי אויך איז פארגעשטעלט געווארן אין דעם צימער פאַרשידן הויך-ראַנקיגע רעגירונג און מיליטער באאמטע. אונזער בילד- רעדאקטאר האט רעאליזירט דעם באדייט פון דעם היסטארישן מאמענט, און האט אריינגעשטעלט דעם בילד אין אונזער צייטונג. אין זיין יאגעניש ער האט נישט עספיעט אדורך צו ליינען די “פיין-פרינט” (ד.ה. די קליינע ווערטער הונטערן בילד) וואס באגלייט די בילד, וואס טוט פארבאטן סיי-וועלכע שינויים. מיר וואלטן נישט געדארפט אַרויסגעבן די געטוישטע בילד, און מיר האָבן אויסגעדרוקט אונזערע אנטשולדיגונג און חרטה-געפילן צו דעם ווייסן הויז און צו דער סטעיט-דעפּאַרטמענט.

די פאלשע טענה אַז פרומע אידן טוען דעגראדירן (האלטן נידריג) פרויען, אדער טוען נישט רעספעקטירן פרויען אין פאבליק אפיס (דינענדיג די רעגינרונג), איז א שרעקליכע באשמיצונג און הוצאת שם רע. די סעקרעטערי אויף סטעיט, די חשוב’ע מרת הילערי קלינטאן, איז געווען אַ סענאַטאָר פארטרעטנדיג ניו יאָרק סטעיט מיט גרויס עהרע און כבוד 8 יאר. זי האט געווינען א גרויסע רוב פון די וואלן אין די ארטאדאקסישע אידישע קהילות אין איר ערשטע קאַמפּיין אין 00′, און אזוי אויך ווען זי האט צום צווייטן מאל געווינען אין 06′, מחמת די רעליגיעזע קאמיוניטי האט רעספעקטירט און אנערקענט אירע ספעציעלע טאלאנטן און קענטעניסן, און רחמנות (?) צו אלע קהלות. די אידישע רעליגיע ערלויבט נישט קיין דיסקרימינאַציע באזירט אויף ווייב/מאן, אדער ראסע, וכדומה.

מיר אנערקענען און רעספעקטירן אַלע רעגירונג באאמטע. מיר האבן אפילו ספעציעלע תפלות פאר דער שלום און וואוילזיין פון אונזער רעגירונג און זייערע פירער, און עס ווערט נישט דערמאנט סיי וועלכע רמז פון “גענדער” (ד.ה. מאן/ווייב).

אלע רעגירונג איינגעשטעלטע ווערן אריינגעשוואוירן אין אפיס, פארזיכערנדיג איבערגעגעבנקייט צו די קאנסטיטוציע, און אונזער קאנסטיטוציע איז עדות (?) צו די געוואלדיגקייט פון אונזער פאלק וואס איז א מורה-דרך און א לייכט-טורעם צו דער גאנצער וועלט. די ערשטע אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע גאראנטירט פרייהייט פון רעליגיע. וואס האט אפילו געהאלפן צו אונדזער אויסערגעווענליכע פרייהייט פון דער פּרעסע!

אין איינקלאנג מיט אונזער רעליגיע/גלויבן, טארן מיר נישט פארעפנטליכן בילדער פון פרויען, וואס אין קיין שום וועג מיינט דאס זיי צו דערנידערן אַ נידעריגערע סטאטוס. ארויסגעבן א צייטונג איז א גרויסע אחריות, און אונזערע פאלאסיס ווערן געפירט דורך א באורד פון רבנים. צוליב די געזעצן פון צניעות, זענען מיר נישט ערלויבט צו דרוקן בילדער פון פרויען, און מיר טוען באדויערן אויב דאס גיט א רושם פון זלזול אדער השפלה צו פרויען, וואָס איז זיכער קיינמאל נישט אונזער כוונה. מיר טוען זיך אַנטשולדיגן אויב דאס איז געזען געווארן ווי א זלזול.

מיר זענען שטאלצע אמעריקאנער פון די אידישע גלויבן, און עס איז נישט קיין שום קאנפליקט דערין, און מיר וועלן מיט דער הילף פונעם אלמעכטיגן באשעפער פארזעצן ווי געזעץ-איינהאלטנדע בירגער, אין דעם געוואלדיגן לאנד, ביז די גאולה שלימה.

May 9, 2011 at 5:18 PM#49
נייעס

וואס זעהסטו מער אויף איי וועלט’ס פרעס רעליס?

May 9, 2011 at 5:25 PM#50
נייעס

ישר כח שמעלקא!
ווי איז דאס ערשינען????

May 9, 2011 at 5:30 PM#51
נייעס

שכוח שמעלקא פארן זיך נעמען די מי און איבערזעצן
סופער דשאב!

די פרעס רעליס האט די וואשינגטאן פאוסט געדריקט, זאגענדיג אז זיי האבן עס באקומען אין אימעיל פון די צייטונג.

May 9, 2011 at 5:31 PM#52
נייעס

גאסט,
יוסעלע איז גערעכט, ער האט שוין אראפגעברענגט די פרעס רעליס אויבן, דיין ווערסיע פון אייוועלט איז גארנישט מוסיף.

May 9, 2011 at 5:36 PM#53
נייעס

יוסעלע טייערע!
גערעכט איז גערעכט!
איך האב נאר געוואלט נאכברענגען די ארטיקעל מיט די ארגינעלע אויסשטעל
מיט אנטשילדוגס !

May 9, 2011 at 5:47 PM#54
נייעס

שמעלקא’לא זיסער א גרויסן ישר כח
א שאד ס’מיר נישט בייגעפאלען – איך וואלט געקענט באקומען די אלע שכויע’ס
אלעס איז באשערט

פאר די וואס ווילן וויסן – מיין איבערטייטש קומט פין גוגעל טרענזעלאציע

May 9, 2011 at 5:48 PM#55
נייעס

גאסט איך בין דיר מוחל
נעקסט טיים זאג וואס די ווילסט

May 9, 2011 at 5:51 PM#56
נייעס

וואס האלט דער עולם
וועט פאסען פאר די אנדערע היימישע צייטונגען ווי דער איד, דער בלאט צו בארריכטן די גרויסע נייעס איבער די צייטונג סוטומאכע?

May 9, 2011 at 5:53 PM#57
נייעס

איך זעה איינער ניצט דא מיין נאמען, אין שרייבט קאמענטס די זעלבע צייט ווי מיר
ווי קען איך עס אפשטעלן?
למשל די מעסעזש פין 5:48 קומט נישט פין מיר

May 9, 2011 at 5:54 PM#58
נייעס

אבער די ביסט מיר אויך מוחל…יא?

May 9, 2011 at 6:05 PM#59
נייעס

לוזער מענדל, ביטע לייג א לינק פון די וואשינגטאן פאוסט.

May 9, 2011 at 6:47 PM#62
נייעס

זייער שיין געשריבן יוחנן,
זייער א גוטע סך הכל געמאכט,

איך וואלט צוגעלייגט א פערדע נקודה

“שאץ נישט אונטער פון וואס די מידיע קען אלץ מאכן א נייעס”

May 10, 2011 at 12:09 PM#63
נייעס

ווערט נאך היינט עפעס געשריבן דערוועגן אין די צייטונגען?

May 10, 2011 at 12:29 PM#64
נייעס

קודם זע איך אז די מידיע שרייבט שוין נישט אז די אידן האבן נישט ליעב פרויען וואס זענען אין אפיס זיי שרייבן נאר אז אידן לייגן נישט קיין פיקטשערס פון פרויען

May 10, 2011 at 12:57 PM#65
נייעס

שמעלקא, דו האסט נאך ערגעץ געזען רעדן דערפון היינט? וויאזוי האבן די גויאישע קעפ אויפגענומען די אויפריכטיגע רייד פון די צייטונג רעדאקציע?

די שמוציגע פארפולטע דעילי ניוס, האט עס זייער מיאוס אראפגעלייגט. און ווידעראמאל זענען די צוויי פארשאלטענע ‘ראבייס’ פארנומען מיט’ן שיסן סטעיטמענטס אפצופרעגן די פרעס רעליעס, און דערמיט ווייטער צינדן און פארגרעסערן דעם פייער און שנאת ישראל. עפרא לפומיהם!

May 10, 2011 at 1:02 PM#66
נייעס

די וואשינגטאן פאסט גראדע לייגט עס נישט אראפ אזוי שלעכט ווי די דעילי ניוס
ווי אויך פאקס און די קאמענטירער דארט זענען אויך נישט אזוי העסליך ווי די פון די דעילי ניוס (וואס אגב איז עס אינטערעסאנט ווייל די דעילי ניוס איז א דעמאקרטישע צייטונג וואס זענען מכלומרשט מער גענויגט צו אידן ווי די קאנסערוועטיוו פאקס

May 10, 2011 at 1:05 PM#67
נייעס

שלמה טאקע אזוי. און לערנטס ענק שוין אויס אז די דעמאקראטן האבן נישט מער ליב אידן ווי רעפובליקאנער. נאר פונקט פארקערט. כך נראה בעיני.

May 10, 2011 at 1:08 PM#68
נייעס

די קאנזערוואטיוון פארשטייען צו פרינציפן און צו רעליגיעזע ווערדן, און דעמאקראטן און ליבעראלן, ווילן דאס עוקר מן השורש זיין.

א ליבעראל ווען ער באגעגנט זיך מיט אזא פאל, וועט עס אים אנצונדן זיין אינווייניגסטע הפקרות, און אויפברויזן, אז היתכן מען פרובירט זיך צו האלטן צו א געוויסע סטאנדארט, פרינציפ, וכדו’

May 10, 2011 at 1:22 PM#69
נייעס

שמעלקא, קולע אל השערה.

דאס צארנט זיי אויף. די נידריגע בהמ’ישע אינסטיקטן צינדן זיך אן ווען נאר ס’דאכט זיך זיי אז איינער קלערט פון ‘מזלזל’ זיין אין זייערע אוממאראלישע פריצות’דיגע און הפקירות’דיגע אויפפירונג, א שטייגער ווי דער דור המבול.

די קאנסערוואטיוון, דאקעגן, מעגליך אז זיי האבן אויך נישט ליב דעם איד, אבער ער פארשטייט די רעליגיעזע ווירדן, די מענטשליכע ווירדן, אז ס’איז דא עפעס וואס האלט צוריק, אא”וו.

May 10, 2011 at 1:23 PM#70
נייעס

אבער און אלגעמיין הייסט עס אז די ליבעראלע זענען מער סימפאטיש מיט די אידן

May 10, 2011 at 1:25 PM#71
נייעס

נישט ריכטיג, די ליבעראלן הייסן אז זיי געבן גרינגער געלט און פראגראמען, און עס הייסט אז זיי זענען לייכטער ווען עס קומט צו שטראפן וכדו’.

אבער אז זיי זאלן האבן עפעס מער אהבת ישראל, אינגאנצן נישט, זיי האבן נאר ליב דעם פרייען איד, ווייל ער האלט אויך פון זייער הפקרות, דעם ערליכן איד האבן זיי פיינט ווי א שפין. (און די קאנזערוואטיוון געווענליך פארקערט)

און די אלע זאכן האבן שייכות איינע מיטן צווייטן, עס גייט געקניפט און געבונדן, ואכמ”ל.

May 10, 2011 at 1:40 PM#72
נייעס

עס דארף ווערן ארויסגאברענגט אז די ערשטע אס צו שרייבן איז געווען דער נעבעכדיגער חבדניק הערשל מיג.
זייער אהבת ישראל גייט מאר אזור ווייט גיז אס קומו נישא צו פרומע איזו
זכור את אשר לך עמלק
א צוויטער איז א פאפנער אוסיף טוויטער וולאס האלו און איין אריופליייגן קול קורטס מיט למנות פון פרומקייט און דער פעילד מעסייע בלאק ווערט געפיטערט פון די פארשאלטאנע סעלף העיטערס
זכור את אשר עשה לך עמלק

May 10, 2011 at 2:18 PM#73
נייעס

איך מיין אז די ערשטע איז געווען
the jewish week
אכטונג!!!
פאר איר גייט ארויף אויף זייער סייט
מיין אנטי וויירוס לאזט מיך נישט ארויפגיין אויף זייער סייט זיי זאגן אז עס איז אינפעקטעט

May 10, 2011 at 2:22 PM#74
נייעס

פעילד מעסיא איז געווען די ערשטע.

May 10, 2011 at 3:07 PM#75
נייעס

ניין
דער נעבכדיגער הערשל ציג איז געווען דער ערשטער
והרשע הזה ראה ולא לקח מוסר
ער פארשפרייט ווייטער שנאה אויף יעדן איד, ליטוואק און חסיד.
כל זמן ער איז נישט קיין חבדניק איז דמו מותר.

איי ער זעט דאך שוין וואס קען געשען, ער זאגט דאך אז ער האט נישט געמיינט דאס זאל פאסירן, ער זאגט נאר אזוי.

May 10, 2011 at 3:15 PM#76
נייעס

דערנאך פעילד מעסייע, דערנאך זשערוסעלם פאוסט דערנאך זשואיש וויק מיט זייער העצערישע סטעיטמענטס.
דער נעבעכדיגער הערשל ציג האט פשוט נישט זוכב געווען צו באקומען קרעדיט.
דאס הייסט חטאנו ולא שוה לנו.
אויף יענע וועלט וועט ער באקומען זיין גאנצע שטראף, און אויף די וועלט בלייבט ער דער אפגעריסענער חוזק און נאר, און ניטאמאל באקומט ער קרעדיט פאר זיין “סקופ”.
וויאזוי קען מען זיך אפרעדן אויף די גויים’ס שנאה ווען די שנאה פון די אידן איז פילפאכיג מער אין טיפער
קשה כשאול קנאה.
חז”ל זאגן שוין אז גדולה שנאת עם הארץ לתלמוד חכם משנאת עכו”ם לישראל

May 10, 2011 at 3:28 PM#77
נייעס

דער אויבערשטער זאל העלפן די אלע וואס האבן געהאט א טייל דערין, זאלן מיר נאך זוכה זיין צו זען ווי זיי ווערן דערפאר באשטראפט.
לייב, וואס איז דער לשון אויף המחלל שם שמים בגלוי?

May 10, 2011 at 3:29 PM#78
נייעס

ליידן מיר נישט גענוג פון שנאת ישראל? דארפן קומען אייגענע באאוילן דעם פייער? ורדו בכם שונאיכם מבכם ובכם. ס’איז קלאר זיי האבן א דין פון רודפים.

May 10, 2011 at 3:38 PM#79
נייעס

עס איז דא נאך א חולה נפש, ער פראקלימירט פראוד אז ער איז א פאפאנער, ער לייגט ארויף אויף טוויטער קול קוראת געגן פריצותדיגע דאסטערס, און מאכט לצנות פון וויליאמסבורג און פון די פרומע. ער שילדערט וויאזוי ער רעגט אויף די פרומע און טראגט יא מיט די עירוב וכו.
פעילד מעסייע ווערט געפיטערט פון אים און איז מעתיק זיינע פיקטשערס און דאקומענטן. וואס קומט אן ווייטער צו די אלגעמיינע גאס.
פעילד מעסייע איז אן אנטוישטער חבדניק וואס האט א חשבון מיטן ליבאבוטשער רבין. אבער די ניו יארק טיימס שרייבט שוןי פון אים שוןי לאנג צוריק, ער איז זייער פאפולער אין די אלגעמיינע גאס, ווייל ער געט ארויס אינסייד סודות, אבער ער דרייט זיך נישט אין די היימישע געגענטן, ער וואוינט ניטאמאל אין ניו יארק, ער ווערט געפיטערט פון די באמעס, שולי המחנה, וואס אויזער טשיילד מאלעסטעשן עקזיסטירט ביי זיי נישט קיין שום עבירה.
דער אפגעריסענער חולה נפשדיגער פאפאנער איז דאך אזוי קראנק און אזוי רשעתדיג אז עס איז נישט דא אדאס ווארט פאר אים.

May 10, 2011 at 3:43 PM#80
נייעס

וואס עפעס פרעגסטו מיר?

איך געדענקט נישט קיין לשון אויף המחלל שם שמים בגלוי, אבער אויף המחלל שם שמים בסתר שטייט אז נפרעין ממנו בגלוי, בפשטות איז א ק”ו בן בנו של ק”ו אז א מחלל שם שמים בגלוי, איז נפרעין ממנו בגלוי.

May 10, 2011 at 3:45 PM#81
נייעס

דברי כאש. עס איז דא וואס פירן זיך אין אזא פאל צו שרייבן “א.ג. פאפאנער”

צו וואס באשמירן א גאנצע קהלה מיט איינעם’ס שמוץ, אפשר איז ער אויך אזא פאפא’נער אזוי ווי יענער ‘פעילד’ איז א ליובאוויטשער

May 10, 2011 at 3:59 PM#82
נייעס

ווייל ער פראקלאמירט עס זייער פראוד.
פעילד מעסייע זאגט קלאר אז ער איז א געוועזענער ליובאוויטשער, און יעצט גלייבט ער שוין נישט אין אידישקייט.
הערשל ציג זאגט פראודלי אז ער איז א חבדניק.

איך בין נישט צו באהאלטן קיין פאקטן, איך האב חלילה נישט געזאגט אז גאנץ פאפא איז אזוי, חס ושלום חס ושלום, עס איז א שיינע קהלה בישראל אזוי ווי יעדע אנדערע, און איך בין זיכער אז א גרויס חלק חבדניקעס וועלן נישט איינשטימען מיט אלעס וואס הירשל ציג שרייבט,

איך זאג נאר וואס זיי זאגן אליין.

May 10, 2011 at 4:10 PM#83
נייעס

אין אמת’ן איז אלעס א חלק פון א קאמף מיט פרומקייט וואס גייט אן אונטער אונזער נאז, און אז מיר וועלן זיך נישט באצייטענס אויפוועקן, וועלן מיר זיך זען אין אזא זומפף וואס וועט זיין אוממעגליך זיך ארויסצוזען (השם ירחם)

איך האב אסאך רעיונות אויף דעם, נאר איך האב נישט געהאט קיינמאל די געלעגנהייט אלעס ארויסצושרייבן, קען זיין איך דארף ווען זיך מער מצמצם זיין און שרייבן על הסדר א לענגערע ארטיקל.

א גרויס חלק דערין האבן עטליכע “היימישע חסידישע” זינגערס, וואז האלטן און איין העצן, מיט זייערע ניגונים, מיט זייערע אויפטריטן אויף זאב ברענער און אנדערע סטאנציעס, און מיט סטעיטמענטס צו די מאדערענע פרעסע.

א חלק פון אזוי גערופענע עסקנים, וואס מיינען אז מען קען נישט אנדערש אויפטון פאר שיילד מאלעסטערס און אינערליכע פראבלעמן נאר מיטן גיין צו די פרעסע און צו די מאדערענע.

א חלק זענען בלאגס, נייעס זייטלעך וואס בויען זיך פארמעגנס און פרעסטיזש אויף אונזער בלוט, ווייל מיטן אויפדעקן אזוי גערופענע קאנטראווערסיעס בויען זיי זיך גרעסער.

א חלק קומט ווען איין חסידות לויפט צו די פרעסע צו האקן זייערע בר פלוגתות.

איך זאג אייך ס’איז צרות… מען ברויך זיך ערענסט אויפוועקן און א שאקל טון, נישט ווי לייב וויל אז מען זאל זאגו אז ארלעס איז גוט, און שלאפן ווייטער, הלוואי וואלט עס נישט געווען אזוי ערענסט ווי איך זאג דא.

May 10, 2011 at 4:28 PM#84
נייעס

איך האב נישט געזאגט אז אלעס איז גוט, איך האב נאר אזויפיל געזאגט, אז דארפסט נישט רופן אן אויסווארף און מחלל שם שמים, אויפן נאמען פון א קהלה, און אויב רופט ער זיך מיט דעם נאמען שרייבט מען אז ער איז אן “אזויגערופענע וכו’ (פיל אריין דעם נאמען)”.

ווען איינער טוט עפעס דארף נישט דער קרייז אויף וועלכע ער פאררופט זיך האבן דעם שמוץ אויף זיך, און דארף עס נאכנישט זיין קיין ראי’ אדער פירכא אויף דעם גאנצן קרייז.

May 10, 2011 at 4:43 PM#85
נייעס

רבותי, איך נעם די חוצפה צו זאגן אז מיר פארקריכן שוין צו ווייט, עס קוקט שוין אויס ווי עפעס אן אנדערע “היימישע” וועב-זייטל… דאס איז א ביזנעס אויסגאבע און לאמיר זיך ביטע האלטן אין די ראמען.

לאמיר נישט באשמוצן קיינעם (אפילו די וואס פארדינען זיך עס ערליך), און דיסקוטירן בלויז ביזנעס אישו’ס.

May 10, 2011 at 5:24 PM#86
נייעס

מיר האבן ביז היינט נאך קיינמאל ב”ה נישט געברויכט צו מעקן קאמענטארן.

מיר בעטן אנצוהאלטן דעם סטאנדארט, די נייעס איז בעיקר געברענגט געווארן אלץ די פראקטישע הדרכה וואס איז אזוי קריטיש וויכטיג אז מען זאל דערפון ארויסנעמען.

May 10, 2011 at 6:07 PM#87
נייעס

איך שטים איין מיט שמעלקא און דער הויכגעשעצטער אדמיניסטראטאר.

מיר האבן ב”ה באוויזן ביז היינט זיך צו האלטן צו א גאר הויכן און קלאסישן סטאנדארט, לאמיר עס נישט ספוילן מיט נארישקייטן. ס’איז דא גענוג ערטער פאר די זאכן.

May 10, 2011 at 6:11 PM#88
נייעס

גראדע בין איך זייער נתפעל פון דברי כאש’ן, ער ברענג ארויס זייער אינטערעסאנטע טעאריעס, קען זיין אז עס אביסל קאנטרעווערסיאל, אבער זאגט בהחלט גוטע נקודות, זע נאר נישט חלילה מזלזל צו זיין און אנדערע און בלייב דא מיט אונז.

May 11, 2011 at 12:54 AM#89
נייעס

נו נו, קען זיין איר זענט גערעכט, איך בין צוגעוואוינט צו אנדערע פלעצער.
איך וועל פרובירן נזהר צו זיין מיט נעמען פון קהלות.
אז מען רעד שוין מוז איך קאמפלמענטירן די פלאץ דא, באמת זייער פראפעסיאנאל און תוכנדיג.

נחזור לעניננו, מען דארף מטכס עצה זיין וויאזוי מען געט זיך א עצה מיט די אלע חברה ממחננו וואס פארמעסטן זיך אויף ריינע אידישקייט. בלויז פאר דעם אז איר הערט נישט אעדן אין די צייטונגן מיינט נישט אז די פראבלעם עקזיסטירט נישט, ווען איר וועט עס זען באשריבן וועט שוין זיין צו שפעט.

גלייבט מיר נישט, זייט זיך מעמיק אין מיין פריערדיגע תגובות. וועט איר זען אז איך האב רעכט.

May 11, 2011 at 12:58 AM#90
נייעס

קיינער זאגט נישט אז איר זענט נישט גערעכט

איר זענט גערעכט, דער פראבלעם עקזיסטירט און מען באהאנדלט עס נישט אזוי ווי מען דארף, אזוי ווי נאך פילע פראבלעמען וואס פלאגן היינט דאס יהדות החרדית.

אבער ביטע פארמאכט דעם נושא דא, דער עולם דא בעט אייך זייער שטארק אז דא איז נישט דער פלאץ פאר די סארט נושאים, פאר דעם איז דא אנדערע פלעצער, אזוי ווי מען האט שוין געשריבן.

יישר כח למפרע

May 11, 2011 at 8:44 AM#91
נייעס

צוריק צו ביזנעס,
די סיבה פארוואס די גוים כאפן זיך צו צו אזא שטיקן נייעס איז פשוט ווייל ביי זיי מיינט א צייטונג באריכטן קאנטראווערסיעס, אזוי ציעט עס ליינער, און אסאך ליינער מיינט אדווערטייזמענטס, ( אויב איר ווייסט גייט עס היינט אז מ’קען באקומען ריפארטס פון די מאס טרעפיק אויף וועבסייט, און לויט דעם באשליסן אדווערטייזערס ווי צו אדווערטייזן, ווי שוין אמאל אויסגעשמיעסט דא) אדווערטייזמענט ברענגט געלט וואס דאס איז דער עיקר. מיט דעם וועט איר פארשטיין פארוואס מ’זעהט זיי אסאך מאל זיך משוגע מאכן מיט די גרעסטע שטותים און הבלים אלעס פאר די סיבה און ציל,

יעצט למעשה

אין פאליטיקס ווייסט מען אז פאבליסיטי איז אלס גוט, אפילו נעגעטיוו פאבליסיטי,
למעשה קען “די צייטונג” יעצט נעמען עדווענטעטש פון די גאנצע סוטאמאכע, ביי טייל וועט עס אויפוועקן דעם זכרון אז אזא צייטונג עקזיסטירט בכלל, טייל וועלן עס לויפן קויפן די וואך אין די מאסן, איך האף אז זיי דרוקן גענוג שטיק, זיי קענען אויסניצן די געלעגענהייט זיך צוריק ארויפצוריקן אויפן אויבענאן,

May 11, 2011 at 9:51 AM#92
נייעס

איך אגרי מיט מנחם, “די צייטונג” האט זיך לעצטנס שיין ארויפגעארבעט, מיט מער קאלירטע בילדער און אפטיילונגען, און האט שטענדיג געהאט א רייכע תוכן, ערנסט, צו דער זאך, מיט אייניגע רעספעקט פאר אלע אידישע קינדער (היימישע).

איך וויל נאר צולייגן א נקודה, מען זעהט אז די גוי’אישע מידיא טוט זיך פאסמאקעווען מיט יעדע אינצידענט וואס איז נוגע היימישע אידן. עפעס שטעכט זיי געפערליך, ווארשיינליך בעיקר אז צווישן אונז איז ב”ה נישט פארהאן קיין פארברעכן און מאראלישע נידריגקייטן, און ווען מען טרעפט שוין אמאל א יוצא מן הכלל, בפרט ענינים וועלכע הצניעות יפה להם, קומען זיי ארויס פון די מייזן לעכער און מאכן א טומל און א געפילדער צו ווייזן, קוקט נאר, די אידעלעך זענען גארניקס בעסער! און מיט דעם קלאפן זיי זיך אין בויך “שישו מעי שישו”. א לימוד פאר אונז איז צו זיין מער נזהר אין אלעם וואס מיר טוען, ששגגת תלמוד עולה זדון, וחכמים הזהרו בדבריכם. אויב וועלן מיר זיך עפעס אפלערנען, קען עס זיין א ירידה לצורך עליה.

און פיינעלי, נישט פארגעסן אז הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל, מיר זענען נאך אלץ א שה א’ בין שבעים זאבים וועלכע ווילן אונז פארציקן; מיר דארפן טון אונזערס פון אונזער זייט זיי נישט אויפצורייצן און געבן סיבות פארוואס צו בייסן, און די איבריגע דארפן מיר לאזן אויף אונזער טאטן אין הימל. שומר ישרא’ שמור שארית ישרא’.

May 11, 2011 at 11:13 AM#93
נייעס

למעשה א נארלאלע גוי קוקט עס לכאורה ארויף און פארשטייט עס עס איז נישט אזא שווערע זאך פאר א אגוי צו פארשטיין די פראבלעם איז נאר געווען אז די “אידישע” האבן קודם געשריבן אז אידן האבן נינשט ליעס ווען פרויען זענען און פאוער אבער למעשה נעכטן האבן זיי שוין אלע געשריבן וועגן מיר לייגן נישט קיין פיקטשערס פון פרויען.

May 11, 2011 at 1:18 PM#94
נייעס

די צייטונג האט עס היינט ארויפגעלייגט אלץ זיין הויפט נייעס.

May 11, 2011 at 1:34 PM#95
נייעס

דא זע איך אז דער פארדארבענער אינג (לשונו של אלבערט) פאזמאקעוועט זיך שוין ווייטער.
דאס האט ער געשריבן יעצט

Heretic Lowlife” For “Global Storm” Over Censored Picture

Di Tzitung ‘apologized’ for its bad judgement after my post on the photo manipulation went viral. Here is what the new issue of Di Tzitung says about me.

According to a Brooklyn-based Yiddish-speaking source, this is the translation of Di Tzitung’s headline and subhead for the lead story in this week’s edition dated Friday

Global storm over modified White House photo
Unbelievable incitement when “a fardorbener yung” [“a rotten heretic lowlife”] publishes the photo that omitted Secretary of ​​State Clinton

It doesn’t seem that Di Tzitung’s editor and publisher has taken his own apology to heart.

דאס שרייבט איינער פון זיינע קאמענטירער

omg! please forward this the the media! Der Tzeuitung didn’t learn from their errors!!!!this will be too funny when the media strikes at them again!

נעבעך די פארדארבענע באמעס מיינען אז די מידיע האט נישט בעסער וואס צו טון נאר שפילן א קאץ און מויז שפיל מיט די צייטונג, לויט זייער פארדארבענע גיסטע. זיי פארשטייען נישט אז איינמאל עס איז דורך איז עס געענדיגט, קיינעם אינטערעסירט עס שוין נישט.

May 11, 2011 at 2:33 PM#96
נייעס

יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.

May 11, 2011 at 2:41 PM#97
נייעס

א טעות פון אים ווען ער איז אויף די ספאט לייט דארף ער ווען זיין מער געוארנט
חכמים הזהרו בדבריכם

May 11, 2011 at 3:02 PM#98
נייעס

כאב קודם אויך געקלערט אז ער דארף ווען מער אבאכט געבן, למעשה איז דאך אלבערט נישט קיין נאר.
מן הסתם פארשטייט ער אז איינמאל די זאך איז אפגעלאפן אפאר טאג, האט עס עקספייערט, און קיינעם אינטערעסירט עס נישט מער.
ממילא זאל ער טאקע שרייבן וואס ער האלט פאר ריכטיג, די חברה פילן זיך געטראפן עד דכדוכה של נפש ווען זיי זעען אז זיי זענען אפגעפרעגט ביי אונז, זיי פילן דאך ביי זיך סיי ווי ווי א שמאטע, ווען זיי זעען אז מיר לאכן פון זיי אין די פויסטן שפירן זיי זיך מיט די ערד צוגלייך.
מיר פארענטפערן זיך נישט! מיר זענען שטאלץ מיט די תורה און פרומקייט! מיט אונזער(לויט ענק) צוריקגעבליבנקייט!
יצא עיניכם!

May 11, 2011 at 3:13 PM#99
נייעס

לוזער מענדל די זאגסט זייער גוט, דו דערמאנסט מיר א ווארט וואס איך האב געהערט פון מיין רבי’ן ר’ יצחק מוואדריזש זאל געזונט זיין.

ביי אברהם אבינו זאגט די גמרא אשרי האיש.. ובמושב לצים לא ישב.. זה אברהם.. וואס איז נישט געזיצן אין פלשתים ווייל זיי זענען לצים. אויב אזוי וויאזוי האט יצחק געקענט וואוינען לאנגע יארן צווישן די פלישתים, וואס זענען לצים? ובמושב לצים לא ישב?

האט ער געזאגט (דאכט זיך אז מקורו בספה”ק) אז אברהם אבינו דער געוואלדיגער חכם ונבון, איז טאקע געווען דער גרויסער חוקר וואס האט פארשטאנען כלום יש בירה בלא מנהיג… און דערנאך האט ער פארשפרייט די אמונה… מסביר געווען.. און טאקע געשאפן א געוואלד מיט גרים…. דער מידת החסד… אלעס מיט א איידלקייט און הסברה… אבער מיט א לץ איז דאך נישט שייך מסביר צו זיין… זייער קליינע שכל פארשטייט סיי ווי נישט.. לצנות האט ער נישט געקענט באזיגן.

משא”כ יצחק האט אליינס געהאט א כח הליצנות… צחוק עשה לי אלוקים.. ער האט געהאט די מידת הגבירה.. ער האט מעיז פנים געווען די לצים און זיי געלאכט אין פנים.. ממילא האט ער געקענט דארט זיין.

לעניננו, נאר מיט לצנות! מיט עזות! דאס נעמט ארויס די חברה פון גלייכגעוויכט.

May 11, 2011 at 4:45 PM#100
נייעס

דער צייטונג מאכט זייער א שיינע זשאב, ביזנעס גערעדט גלייב איך אבער שווער אז עס וועט אים ברענגען מער ביזנעס.

דעיס וואס מנחם און שמעלקא טענהן אז פובליסיטי איז גוט, מיין איך איז נאר ביי די גויים, ביי אונז ארבעטן זאכן אנדערש.

May 11, 2011 at 4:55 PM#101
נייעס

פון אלע וואס האבן געגעבן סטעיטמענטס האט הייקינד גערעדט די בעסטע, און שי קלארסטע.
זייער שיין פאר איינעם וואס איז בעצם מאדערן און ליינט מן הסתם די זשואיש פרעס וואס לייגט יא פיקטשערס פון פרויען.

May 11, 2011 at 4:56 PM#102
נייעס

ווי קען מען זען הייקינד?

May 11, 2011 at 5:39 PM#104
נייעס

שכוח שיינפעלד
ער רעדט טאקע פיין.
דברי כאש
ער זאגט דאך זייער גוט דיין רבי, באמת זייער א שיין און אמתדיג ווארט.
ויגבה לבו בדרכי השם.

May 12, 2011 at 2:14 PM#105
נייעס

“דער איד” האט געמאלדן די נייעס. זיי שרייבן אז “מו”ה ר’ אברהם פריעדמאן הי”ו, ‘די צייטונג’ רעדאקטאר, האט געזאגט צו ‘דער איד’: “ווער עס האט גערעדט צו מיר, האט אונז פארשטאנען”.

May 12, 2011 at 3:18 PM#106
נייעס

שמעלקא, איך האב עס געזען, עס שטייט דארט אז ווער פון די “מידיע” וואס האט געהערט וואס איך בין מסביר האט פארשטאנען.
אין מיינע אויגן איז עס א מאדנע סטעיטמענט, ווייל די רעפארטערס “פארשטייען” נישט, זיי פרעגן דיר שאלות, דו ענפערסט, און זיי שאקלען צו מיטן קאפ, עס מיינט נישט גארנישט צו זיי האלטן האסט גערעד צו די זאך אדער נישט, עס איז נישט זייער זשאב און עס איז נישט קיין נפק”מ וואס זיי האלטן.

May 12, 2011 at 3:56 PM#107
נייעס

נישט אינגאנצן אזוי, ר’ אלעזר מענדל. די איידיע פון אויסמעקן נשים איז גענצליך פרעמד און אומפארשטענדליך פאר די גוי’אישע וועלט וואס טוען דאס טאג-טעגליך, אבער נאכן אויסהערן יענעמ’ס צד, אזוי ווי א נארמאלער מענטש פירט זיך (אל תדין וכו’) – קען מען פארשטיין וואס איז געליגן יענעם אין קאפ ווען ער האט עס געטון, און ער קוקט דאס אן נארמאלער.

אין אנדערע נייעס (איך ווייס עס נישט וואו צו מעלדן, מיר האבן נאך נישט קיין פארום, ממילא שרייב איך עס דא ביי נייעס), וואס מאכט מיר אלס וואונדערן וויאזוי מענטשן טרעפן אויס נייע איידיעס וואס איז נאך קיינעם בעפאר נישט בייגעפאלן – האט א קאמפאני – וואס רופט זיך “רילעי ריידס” – אויסגעטראכט א אינטערעסאנטע המצאה וואס וועט ברענגען ביזנעס סיי פאר זיי און אזוי אויך פאר אנדערע מענטשן.

“וואוינט איר אין די סיטי, און איר האט א קאר?” פרעגן זיי, “עס זענען פאראן גאר גרויסע טשענסעס אז דו נוצט נישט דיין קאר נאר בלויז צופרי און ביינאכט, אדער גאר בלויז אין די “וויקענד”, און דעם איבריגן חלק פון טאג קלאצט עס אפ, וואס איז ממש א שאד אז איר צאלט פאר די צייט וואס עס ווערט נישט גענוצט”.

די קאמפאני וויל מאכן א ענליכע ביזנעס ווי “זיפ-קאר”, אבער נישט מיט אייגענע אויטאס, נאר פון אנדערע קאר-אייגענטומער. איר זאלט ארויסדינגען אייער אויטא בלויז אין די צייטן ווען איר דארפט דאס ממילא נישט, און מאכן געלט אין די צייט וואס איר פארדינגט דאס פאר אנדערע!!

איך ווייס, איר האט הונדערט-און-איינס קשיות, פאר וועמען? קען איך יענעם טראסטן? וואס איז מיט אינשורענס? און נאך פילע קשיות… אבער נישט געזארגט, די קאמפאני ווייסט דערפון און האט שוין “קעיר גענומען” בעפארן פארעפנטליכן זייערע פלענער.

זעהט מער אינפארמאציע דא:

http://www.thecarconnection.com/marty-blog/1059806_relayrides-puts-you-in-the-rental-car-business

(איך טראכט אזוי ביי מיר שטילערהייט, אפשר קויף איך א קאר נאר בלויז פאר דעם, איך וועל מאכן מער געלט ווי די פעימענטס וואס קאסט מיר אפ א חודש… שא.. זאגט נישט אויס פאר קיינעם……….. איסור השגת גבול..)