יום טוב פסח זמן חרותינו איז פאראיבער פאר אונז בעלי בתים, מען האט אונז געגעבן א חול המועד וואס איז אסור במלאכה, קיין ברירה האבן מיר נישט געהאט און זיך געמוזט באקענען פונדערנאנט מיט אנדערע אספעקטן פונעם לעבן וואס מיר קענען נישט אזוי גוט זען אגאנץ יאר.
מיר האבן זיך באגעגנט אין בית המדרש מיט לומדי תורה, אינדערהיים האבן מיר זיך מער באקענט מיט די קינדער און געהאט מער רואיגערע צייט זיך אפצוגעבן מיט זיי, מיר האבן זיך באגעגנט מיט פארשידענע זאכן ארויס פון די רוישיגע פארנומענע כוואליעס פון אגאנץ יאר.
א ריכטיגע זמן חרותינו.
איז אבער מעגליך אז די “רואיגקייט” איז ארויפגעצווינגען געווארן אויף אונז? קען מען אנרופן די זמן חרותינו “א געצווינגענע חירות”?
דער איד וואס זיצט אין תפיסה האט אויך פיל ווייניגער דאגות פון די איבריגע וועלט, דאס הייסט אן ארויפגעצווינגענע רואיגקייט וואס ער וואלט גערן מוחל געווען.
איז דער יום טוב פסח אויך געווען פאר אונז אויף אזא מדריגה?
דער וועב-קעם קאמערע העכער אייער סקרין צייגט מיר אז אייער געזיכט קוקט אן דעם ארטיקל מיט צוויי אפענע אויגן… איר פארשטייט נישט, הא?
עס איז נישט אזוי גרינג צו פארשטיין, אבער ווען איר וואלט באטראכט פון דער נאנט וויאזוי מיר ביזנעסלייט רעאגירן צום “נאך פסח”, מיט וואספארא אפעטיט מען כאפט זיך ארויף אויף די “יאגעניש און פלאגעניש”, אויפן בלעקבערי און אייפאון, ווי א שטיקל חמץ מוצאי פסח, וואלט אייך אויך שווער געווען די קשיא.
מה כל השמחה? אויב איז עס זמן חרותינו פארוואס דארפן מיר דאס נישט אגאנץ יאר?
פארוואס זעט מען די זעלבע אינגעלייט וואס אין די פסח טעג האבן זיי אנגעהויבן שחרית מיט א רואיגקייט ביי “לעולם יהא אדם”, נישט אויסגעלאזט גארנישט, און נישט מער ווי א וואך צוויי דערויף האבן זיי שוין נישט קיין צייט צו אטעמען צופרי, לאזן אויס גאנצעטע שטיקער, טעקסטן און דרייען זיך פארסאפעט, ווי כאילו “אזא” לעבן איז דאס ריכטיגע, און די פסח’דיגע לעבן איז “דזשאסט פאר א טשעינדזש”
ווי גוט האב איך אמאל געהערט די סיבה פון אנהייבן דאס דאווענען פון פארנט (וואס ווערט אויסגעלאזט ביים זיך יאגן) מיט “לעולם יהא אדם”, קודם זיי א מענטש! זיי רואיג! זאג אלעס וואס מען דארף זאגן, לאז נישט אויס די קרבנות פון פארנט. מאך נישט די גאנצע טאג פאר א שטיק יאגעניש.
לאמיר זיך נישט נער’ן, לב יודע מרת נפשו, און עס איז נישט אמת אז “עס איז נישטא קיין ברירה”… מיר קענען אינוועסטירן אביסל מער מח וויאזוי אויסצושטעלן דעם טאג אז מען זאל אויפשטיין אביסל פריער, זיך לייגן שלאפן אביסל פריער, וואס פארלאנגט באמת נישט צופיל אנשטרענגונג. ומי מעכב? חוסר המחשבה. די סיטואציע איז דאס וואס איז משפיע אויפן גאנצן ארום. אז מען ארבעט שווער אגאנצן טאג וועט דער מח נישט זיך אפשטעלן פון זיך אליינס פארלאנגען אביסל רואיגקייט, ביז עס קומען די הערליכע ימים טובים געציילטע טעג אין יאר וואס פארלאנגען עס בעל כרחך.
לאמיר מיטנעמען די חירות אויף א גאנץ יאר, אונזער לעבן איז נישט געשטעלט געווארן לכתחלה אלץ א “פארנומענע” וואס מען זאל נישט האבן קיין צייט און קיין קאפ צו קיין ציוויליזאציע און נארמאלקייט. אז מען ארבעט שווער, מען איז מקיים ערליך די “בזיעת אפיך תאכל לחם” איז דאס נישט קיין היתר אויף ארויסגיין פון די מענטשליכע לעבנסשטייגער.
לאמיר ארבייטן די שעות וואס מיר זענען אין ארבעט, און דאס איבריגע לאמיר זיין נארמאלע מענטשן, ערליכע אידן, מיט צייט צופרי און ביינאכט פאר די מענטשליכע און רוחניות’דיגע פליכטן כלפי די בני בית, אנדערע מענטשן, און כלפי דעם רבוש”ע.