דארף אייער ביזנעס אויך אן ערב פסח רייניגונג?

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: בהר , תשע"א · בעל-בית נומער: 43 · דאטום: 2011-05-09
http://www.balboos.com/content/2011/05/דארף-אייער-ביזנעס-אויך-אן-ערב-פסח-רייני/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דארף אייער ביזנעס אויך אן ערב פסח רייניגונג?

יעצט אז מיר האלטן שוין נאך פסח, און מען האט אביסעלע מער צייט, איז פונקט דער גוטער זמן צו רעדן וועגן די וויכטיגקייט פון  מאכן א ערב פסח רייניגונג אויך אין די ביזנעס.

ווען מען רוימט אויס דאס שטוב איין מאל א יאר, ווערט מען נישט נאר פטור פון חמץ. פילע זאכן זאמלען זיך צאם דורכאויס דער יאר און מען נעמט דעם געלעגנהייט ערב פסח דאס צו מסדר זיין. איר האט זיכער הויפנס פון צאמגעזאמלטע זאכן אין אייער אפיס אדער געשעפט וואס וואלטן נישט געדארפט זיין דארט און זיי נעמען נאר אוועק פון אייער הרחבת הדעת. דורך פטור ווערן פון וואס איר דארפט נישט, מאכט איר פלאץ אויף וואס איר דארפט יא. פאלגנד זענען עטליכע פלעצער פון וואו איר קענט אנהייבן מיט אייער רייניגונג אקציע:

סביבה
  • ‫ווערט פטור פון אלע פאפיר הויפנס: קוקט זיי אדורך, און ווארפט ארויס וואס איר דארפט נישט. מאכט זיכער אז איר ווערט פטור פון יעדעס פאפיר וואס פעלט נישט אויס.
  • ‫רוימט אויס אלטע פיילס: דאס ארבעט זיך גאר גוט אויס ווייל ווען איר קוקט אדורך די פיילס פון אלטע קליענטן, קענט איר זיך פארשאפן נייע קליענטן!
  • ווערט פטור פון אלס וואס מאכט אייער אפיס אנגעווארפן: זענען דא זאכן וואס איר מוזסט ארויסשיקן מיט די פאסט? זענען דא זאכן וואס איר ווילט אוועקגעבן? טוט דאס יעצט!
קשרים
  • ‫האט איר געוויסע קשרים וואס מאכן אייער לעבן אדער ביזנעס שווערער? לאזט זיי אפ און רוקט זיך ווייטערנישט אלעס וואס האט געארבעט פאר אייך מיט עטליכע יאר צוריק זענען נאך גוט פאר אייך היינט.
  • ‫שווערע געשפרעכן. זענען דא געוויסע אומאנגענעמע שמועסן וואס איר שטופט אפ? אפשר איז איינער אייך שולדיג געלט אדער א טובה? אפשר האבן זיי געטוהן עפעס וואס באדערט אייך? קיין חילוק וואס עס איז, יעצט איז דער צייט דאס צו אויפרוימען.
געוואוינהייטן
  • זענען דא זאכן וואס איר טוהט יא אדער נישט און איר וואלט דאס געוואלט טוישן? אפשר ווילט איר אנהייבן א נייעם לעבנס-שטייגער אדער צולייגן עפעס צו אייער טאג? אדער אפשר פארברענגט איר צופיל צייט מיט אומוויכטיגע זאכן און איר קומט נישט אן צו וואו איר ווילט אנקומען?

איר וועט נישט דווקא הנאה האבן צו טוהן די אויבערדערמאנטע רוימונגען, אבער איינמאל וואס איר טוהט זיי, וועט איר באמת שפירן גרייט פאר פסח- כאטש פון א ביזנעס שטאנדפונקט

May 9, 2011 at 3:06 PM#2
דארף אייער ביזנעס אויך אן ערב פסח רייניגונג?

Joel check this out, u’ii love it. its gr8

http://www.daveramsey.com/home/