סעלעקט אויטאמאטיש די אדרעס באר

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טיפס · דורך: ליינער · וואך: בהר , תשע"א · בעל-בית נומער: 43 · דאטום: 2011-05-09
http://www.balboos.com/content/2011/05/סעלעקט-אויטאמאטיש-די-אדרעס-באר/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סעלעקט אויטאמאטיש די אדרעס באר

ווען מען וויל אריינלייגן א נייע וועב אדרעס אין די בראוזער, ברויך מען קודם אפירנעמען די מייזל און קליקן אין די אדרעס באר כדי עס צו מאכן אקטיוו און הערשט דערנאך קען מען אנהייבן צו טייפן.

די פאלגענדע פלאג-אין פאר פייערפאקס לאזט אייך גלייך אנהייבן צו טייפן אין די אדרעס באר, אן דעם וואס מען זאל דארפן קודם קליקן דערין מיטן מייזל, נישט קיין נפק”מ ווי איר זענט אויף די סקרין, כל זמן איר זענט נישט אין קיין פלאץ ווי מען קען אריינלייגן טעקסט (דאן וועט עס טייפען די טעקסט דארט).

אויב וועט טעקסט זיין סעלעקטעד וועט עס אריינלייגן די טעקסט אין די אדרעס באר און צולייגן וואס איר טייפט בעפאר דעם, אויב ווילט איר בלויז אריינלייגן סעלעקטעד טעקסט, דריקט די ספעיס באר.

https://addons.mozilla.org/en-US/firefox/addon/simplify-awesome-bar

משה בראך ב.פ.

May 9, 2011 at 9:59 AM#2
סעלעקט אויטאמאטיש די אדרעס באר

יישר כח!

מענין לענין, אין רוב בראוזערס דארף מען נישט שרייבן בעפאר דעם אדרעס WWW און נאכדעם .COM. מען קען בלויז שרייבן דעם נאמען, למשל AMAZON און דערנאך דרוקט מען CTRL+ENTER און דער בראזוער לייגט שוין אריין דעם שטן מלפנינו ומאחרינו, כ’מיין דעם WWW און COM.

דאס ארבעט נאר אויב די ענדע פונעם אדרעס איז טאקע “דאט-קאם”. אויב איז עס אנדערש, ווי צב”ש .GOV אדער .NET וכדו’ ארבעט עס נישט.

May 12, 2011 at 5:21 PM#3
סעלעקט אויטאמאטיש די אדרעס באר

פיינע טיפ
WWW איז אבער איבעריג, עס פעלט נישט אויס, איך האב געהערט אמאל אז זיי האבן עס געפלאנט שוין אראפצונעמען אינגאנצן.