דעת בעל בית

37 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: בהר , תשע"א · בעל-בית נומער: 43 · דאטום: 2011-05-09
http://www.balboos.com/content/2011/05/דעת-בעל-בית-32/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

זוכט ראט וועגן אינוועסטמענט

חשובער רעדאקטער.
איך בין א שטענדיגע ליינער פון בעל בית און איך ליין אלץ מיט גרויס אינטערעסע.
איך וואלט געוואלט פרעגן אויב איינער קען ראטן ווי עס לוינט זיך צו אינוועסטן, איך האב אוועקגעלייגט  א פופציג אלפים אין גמ”ח און איך ווייס נישט וואס צו טאן דערמיט.
איך ברויך נישט און האלט נישט ביים אינוועסטן אין קיין לייף אינשורענס, (איף האב א טערם לייף אינשורענס) איך וויל א נארמאלע געהעריגע אינוועסטמענט מיט שיינע רווחים, וואס איז מער ווייניגער זיכער.
די פראבלעם איז אויך אז עס איז שווער צו האבן אויף די אייגענע נאמען אלעס, אויב איינער קען עפעס מיעץ זיין וועל איך שטארק מכיר טובה זיין.
איך גלייב אז עס זענען דא אלטערנאטיוון חוץ לייף אינשורענס.
א דאנק פון פאראויס
י. י. ב.פ.

באקומען א טעקסט מעסעזש ווען מען באקומט א אימעיל

בנוגע די שאלה:
וויאזוי צו באקומען א טעקסט מעסעזש ווען מען באקומט א אימעיל.
א פשוטע עצה מען זאל לייגען די סעלפוין פאר די פארוועדינג אימעיל אדרעסס פונקט ווי מען קען מאכען אז א יעדע אימעיל זאל ווערן אויטאמאטיש געשיקט צו א אנדערע אימעיל אדרעסס קען מען דאס זעלבע טון מיט די סעלפוין.
ווייל די מציאות איז אז יעדע סעלפוין קען שיקען טעקסט צו אימעיל און צוריק באקומען פון אימעיל נאר מען דארף עס שיקען צו די אימעיל אדרעסס פון די סעלפוין נישט פלעין די נומבער ווי ביי געווענטליכע טעקסט.
די אימעיל אדרעסס איז יעדע קאמפאני אנדערש,
ביי ווערייזען אדער פעטש פלאס איז עס די סעל נומבער
@ vtext.com
און ביי ספרינט איז עס די סעל נומבער
@messaging.sprintpcs.com
יעצט דארף מען גיין צו די סעטונגס פון די אימעיל און אנשטעלן די סעלפוין אימעיל אדרעסס פאר די פארוועדונג אדרעסס און אזוי באקומט מען א טעקסט פון די אימעיל ווען עפעס קומט אריין.
די גרינגסטע וועג צי האבען די אימעיל אדרעסס פון די סעל איז צי שיקען א טעקסט מעסעדזש צי די אימעיל און מען קאפיעט די אדרעסס וואס קומט ארויף פון די אריינקומענדיגע מעסעדזש.
עיבער
מען דארף אכטונג געבן אויך אנצושטעלן די Leave a copy of your massages on the server וואס דאס מיינט אז די אי-מעילס זאלן נישט אינגאנצן ארויסגיין פונעם אקאונט.
א.מ. וומ”ס
לעצטענס ארבייט שוין נישט די מעטאד, ווייל גוגל שיקט קודם א קאנפערמעשן אימעיל צו די אקאונט צו וואו מען וויל פארווערדן, און אויפן טעלעפאן קען מען עס נישט קליקן.
שמעי’
עס ארבייט יא איך האב עס יעצט אויספראבירט
די וועריפיקעישאן קאוד קומט אן צו די סעל פאן און מען לייגט ארייין די קאוד נומבער.
זרח
אויב איר נוצט אוטלוק, גייט צו אפשענס/ מאביל.
שיף

טוישן די דיפאולט פאלדער ווען מען סעיווט א פייל אין ווינדאוס

קודם יש”כ פאר ענקער ארבעט.
כ’האב געוואלט פארשטעלן מיין שאלה ווען כ’וויל סעיווען א דאקומענט אין אפיס 07 און איך וועל דריקן Save As וועט ער ביי אסאך פראגראם’ס זיך עפענען ביי מיי דאקומענטס / לייבערי און כ’וועל דארפן מישן צו דעסקטאפ אין פין די דארט צו די פאלדער ווי איך זיך.
אנדערש ווי ביי רוב פראגרעמס ווי עס עפנט זיך ביי די דעקסטאפ אדער ביי די זעלבע פלאץ ווי מ’איז פריער ג’סעיווט.
ווייסט איינער וויאזוי מ’קען עס טוישן?
(-)


רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
הלכה שמועס: שיקן א אימעיל אדער פאקס צו א פלאץ ווי עס איז שוין שבת
 balboos.com/content/?p=1481
היציגע דעבאטע: נעמען פראגראמען, הייבן פרייזן
balboos.com/content/?p=1492


May 9, 2011 at 9:41 AM#2
דעת בעל בית

צו אנשטעלן די דיפאלט ווי צו סעוון אין אפיס 07
גיי צו עקסעל אפשענס, דורך דריקן אויף די אפיס אייקאן-באלי גאנץ אויבן אויף די לינקע זייט דערנאך דריקט אויך EXCEL AOPTIONS גאנץ אינטען אויף די רעכטע זייט פון די קעסטעל,
אין אפשענס, דריקט SAVE די פערטע פון אויבן, דערנאך וועט איר זעהן די דיפאלט סעוו אפשען צווישן אסאך אנדערע אפשענס, טייפ אריין די פאלדער נאמען,
למשל
C:\Documents and Settings\PIMPERNUTER\My Documents

אויבן די ווייסט נישט פינקטליך וואס צו טייפן, לאז די אנפאנג און טויש נאר די לעצטע פאלדער, למשל אנשטאט מיי דאקומענטס, טייפ אריין DESKTOP

די זעלבע איז ביי WORD ,

איך האב אבער באמערק זייער א מאדנע זאך, ביי ווארד איז דא די אפשען פון BROWSE אין ביי עקסעל נישט, פארוואס אין די וועלט, ווייס איך נישט

May 9, 2011 at 10:14 AM#3
דעת בעל בית

א דאנק מנחם, האסט מיר פארשפארט צו שרייבן א תשובה..

גם אני בחלומי האב געהאט די קשיא פארוואס אין EXCEL גיט ער נישט די אפשען פון BROWSE.

איך ווייס נישט אויב עס איז ערלויבט אראפצוברענגען אנדערע פארומ’ס דא, אבער פשוט אלס “אל תמנע טוב” וואלט איך רעקאמענדירט א פארום וואס קען העלפן אין מערערע שאלות, בעיקר בנוגע קאמפיוטערס און טעכנאלאגיע. באמת ווארט איך שוין אז “בעל הבית” זאל עפענען דעם צוקונפטיגן נייעם פארום אי”ה, דאן וועלן מיר צווישן זיך קענען ענטפערן שאלות און שערן טיפס און טריקס (איך האב א געוואלד און מסתמא מנחם אויך), אבער ביזן “היימישן קרעטשמע” דארף מען אויך א טרינק, וועל איך אנצייכענען דעם לינק. אויב זענען די בעלי-בתים פון בעל-הבית אומצופרידן, קענען זיי טון כאוות נפשם און אויסמעקן.

http://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=27

May 9, 2011 at 10:49 AM#4
דעת בעל בית

מנחם די האסט לכאורה XP ביי וויסטא עקזעסטירט נישט אזא זאך ווי Documents and Settings דארט איז עס C/users/pimpernuter/documents וכדומה און מען קען אויך אויסמעקן נאר די לעצטע

May 9, 2011 at 10:58 AM#5
דעת בעל בית

צוגעטראפן, זרח, איך האב ליב נבונים, מבין דבר מתוך דבר,
אויב אזוי, אפשר העלפסטו מיך פארשטיין דעם פרעגער’ס פראגע,

“טוישן די דיפאולט פאלדער ווען מען סעיווט א פייל אין ווינדאוס”

ער הייבט אן מיט ווינדאוס אין ענדיגט מיט אפיס 07. צו האט ער אויך ווינדאוס 07 אדער נאר אפיס 07 און
ווינדאוס XP אזוי ווי מיר?
צו אלע פרעגערס, עס איז זייער וויכטיג צו זיין זייער ספעסיפיק, אונז קען מיר דא פארברענגען גאנצעטע טעג נאר צו פארשטיין די פראגן……….

May 9, 2011 at 11:01 AM#6
דעת בעל בית

איך מיין אז די קעפל וואס עס שטייט וינדאויס איז א טעות פונעם “בעל בית” דער פרעגער רעדט נאר פון אפיס ודוק

May 9, 2011 at 11:04 AM#7
דעת בעל בית

אגב ביי אינטערנעט ווען מען סעיווט א פייל גייט עס אטאמאטיש צוריק צו די פלאץ ווי מען האט פאריגע מאל געסעיווט אויסער אז ממען שטעלט אן ווי עס זאל זיך סעיווען וואס דעמאלטס פרעגן זיי נישט פארדען ווי מען וויל עס סעיוון וואס איז אויך א שטיקל חסרון די בעסטע וואלט געווען אז מען קען אנשטעלן אז עס זאל ארויבקומען די סעיוו עז סקרין אבער עס זאל זיין אויסגעשטעלט צו איין ספעציפיק פלאז אויסער ווען מען ווי טוישן

May 9, 2011 at 11:04 AM#8
דעת בעל בית

פרעגער פרעגער, אויב ביזסטו נאך דא, פליעס, פליעס קום ארויף אויפן פאדיום און זיי מסביר וואס דא גייט פאר, איך האב יעצט איבערגליינט די פראגע אין געווארן מער צומישט, איר רעדט פון אפיס 07 און דערנאך פון אסאך פראגראמס יא אין אסאך נישט, ביטע שטעלט קלאר וואס דא גייט פאר,

May 9, 2011 at 11:06 AM#9
דעת בעל בית

זרח, ביי פ”פ קען מען אנשטען א דיפאלט, גיי צו טאלס, אפשענס, ג’ענערל, אנדערע בראוסערס ווייס איך נישט

May 9, 2011 at 11:11 AM#10
דעת בעל בית

ביי גוגל קען מען אויך אנשטעלן א דיפאלט אבער דעמאלטס קומט נישט ארויף די סעיוו עס סקרין דאס מיינט אז טאמער וויל איך אמאל טוישן דעמאלטס דארף איך קודם סעיוון און נאכדעם אהינגיין און עס ארויסשלעפן און ווי אויך קען איך נינשט טוישן די פייל נאמען פארן סעיוון
איך וואלט ווען געווען געוואלט אז עס זאל יא ארויסקומען די סעיוו עז סקרין אבער אנגעשטעלט אויף איין ספעציפישע פלאץ
ביי קראום איז עס Tools/ options/ under the hood איז דא א אפשען downloads

May 9, 2011 at 12:25 PM#11
דעת בעל בית

זרח, ביי גוגל קראום אונטערן דיפאלט גיט ער אן אפציע

Ask where to save each file before downloading

(הגם עס ארבעט נישט אלץ ביי מיר)

May 9, 2011 at 12:27 PM#12
דעת בעל בית

ווי דיעפאלט

May 9, 2011 at 12:36 PM#13
דעת בעל בית

אז מען רעדט שוין דערפון, וויל איך צולייגן נאך א נוצבארע טיפ – בלויז פאר ווינדאוס 7 – וואס רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון.

כדי צו קענען עפענען, אדער סעיוון צו, א פאלדער ווואס מען נוצט אפט (עס ארבעט אין גאנץ ווינדאוס, לאו דוקא אין ווארד), קען מען אנשטעלן דעם פאלדער אלס א “פעיוואריט”, און יעדעס מאל ווען מען דרוקט OPEN אדער SAVE און דער ווינדאו ערשיינט מיט די געווענליכע פאלדערס (לייברעריס, דעסקטאפ, וכדו’) וועט אויך דער פעיוואריט פאלדער ערשיינען צווישן זיי, און מיט איין קליק דערויף ביסטו דארט.! עס קען איינשפאָרן אסאך צייט און נערוועזקייט.

ווי אזוי טוט מען דאס? עפן א פייל למשל אין ווארד, דרוק SAVE AS, און אויף די לינקע זייט אויבן וועסטו זעהן איינע פון די זאכן אויף די ליסטע FAVORITES מיט א געלן שטערן-אייקאן דערנעבן. מיש אויף דעם פאלדער וואס דו ווילסט אים מאכן פאר א פעוואריט, דאן רייט-קליק דעם FAVORITES ווארט, און סעלעקט די אפציע Add current location to Favorites. פון היינט און ווייטער וועט דער פאלדער אלס ערשיינען ביי די פעיוואריטס!

מען קען מאכן וויפיל פעיוואריטס מען וויל. למשל איין פאלדער צו האלטן פריוואטע פיילס, א צווייטע פאר די ביזנעס פיילס, א דריטע פאר פיילס פון א סייד דזשאב למשל, א.א.וו. מען דארף עס נאר איינמאל אנשטעלן, און עס וועט אלץ ארויסקומען ווען דו ווילסט עפענען אדער סעיוון א פייל. איך האלט אז עס איז א מורא’ידגע USEFUL טיפ.

May 10, 2011 at 5:27 PM#14
דעת בעל בית

א גוטן י. י. פון ב.פ.

קודם כל וועל איך דיר קאמפלעמענטן פארן קלוגען און שווערען שריט וואס די האסט די קאפ אויפן פלאטץ אוועק צו לייגן געלט… עס איז זייער באטאמט צו נוצן די געלטער און ארומפארן אין די וועלט אוויקעשען, אזוי ווי בשבילי נברא העולם…. אבער עס איז אסאך א געשמאקער זאך צו זעהן די גמ”ח ביכל מיט די דאטום ווי עס העכערט זיך אוי איז דאס א גוט געפיל… געדענקט: שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאינה…..

איך וויל נישט איר זאלט ח”ו אפטייטשען אז איך וויל אייך איינטיילען וואס צו טוהן מיט אייער אנגעשפארטע געלט…אבער אז די פרעגסט וועל איך דיר זאגן וואס איך האלט לענ”ד…..קודם דאס האלטען אז עס זאל ליגן אין גמ”ח, דארפסטו פארשטיין אז די האסט נאר שאדן דערפון ווי באלד עס ליגט און עס פאלט יעדעס יאר דיין ווערט …
און נאך דעם דאס וואס דו שרייבסט וועגען אז: ” איך ברויך נישט און האלט נישט ביים אינוועסטן אין קיין לייף אינשורענס, איך וויל א נארמאלע געהעריגע אינוועסטמענט מיט שיינע רווחים, וואס איז מער ווייניגער זיכער.”

לאמיר דיר פרעגן וואס הייסט א נארמאלע אינוועסמענט מיט שיינע רווחים…..?
וויסן זאלסטו איך רעד פון מיין עקספיריונס פון מיר פריוואט. און פארשידענע פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטען בכלל…..
היינט און די שווערע צייטן איז זייער שווער צוזאגן אז עס איז דא א נארמאלע אינוועסמענט…. וואס הייסט ? אדרבא זאג מיר א גוטע געשעפט וואס איז שיינע רווחים (עס ווענדט זיך וואס עס מיינט ביי דיר שיינע רווחים) אין עס איז נישט א “ריסקי” געשעפט….
אדער ווי אסאך יודן אינוועסטען יעצט אין גאלד און אין זילבער צו אין מעטעל….. יא עס איז אמת מען קען מאכען הערליכע רווחים…אבער געב א קוק וואס פארא געמבעל דאס איז, מען פארלירט די נעקסטען טאג טריפעל וויפיל מען האט געמאכט…
דו מיזסט פארשטיין דו/אונז אלע האבן א גרויסען פראבלעם.. אז עס איז שווער צו האבן אויף די אייגענע נאמען אלעס, וואס ווי פארשטייט זיך איז דאס א שטער פאר אסאך שריט און אינוועסטען….
איך האב שוין אינוועסט אסאך ב”ה! אין באקומען גאר אסאך טייערע לעסענס תרתי משמע…. סיי געמאכט און סיי פארלוירען..
שוין געמאכט אינוועסמענטס מיט 50% איינגערעדטע אין זיכערע רווחים, אויפגעוויזען אויף פען און פעפער… און עס איז געבליבען אויפ’ן פעפער ווי א קמיע…. וואס ווי פארשטייט זיך אז דאס איז געווען מיט א שטר היתר היסקא מיט אלע תנאים און אמורים….
שוין געטוהן קלערענע רווחים געשעפטען… ווי אין אנליין ביזנעסער גארנישט איז נישט פארזיכערט ה’ נתן וה’ לקח… דו ביזסט נישט פארזיכערט מיט די געלונגענסטע טויגליכער אינגערמאן וואס זעהט אויס אן אחריות’דיגער און פארשטענדליכער, אז ער וועט האבן א סוקסעס…. ער מעג האבן גוטע פירדאקט’ס
. מען דארף סתם מזל און סייעתא דשמיא… עס זאל גיין גוט די קאמפעטישען איז היינט אזוי גרויס… די קענסט געבן די בעסטע פרייזן אבער דאס איז גאר קליינע רווחים.. פארשטייט זיך פרוטה ופרוטה מצטרפת אבער מיט שוויץ…. איין שלעכטער קאסטימער קען לאזן א שלעכטע פידבעק, און דאס גייט שוין אויסמאכען גאר אסאך…
איך בין נישט קיין לייף אינשוירענס אגאנט: אבער מיין רוהיגע אינוועסמענט איז נאך געווען מיין קאסטעם מעיד לייף אינשוירענס פאלאסי, וואס דאס קען מען היינט אויסשטעלן אויף גוטע רווחים, טאקע מיט קליינע רווחים ווי 5-6% , אבער מען קען דאס אויסשטעלן יעדער לפי היכולת.. און עס וואקסט זייער שיין און שנעל, עס ווערט גענוצט דורך אסאך יודן פאר א חתונה פאלאסי. צו פאר ריטייערטמענט פלענס… מען נעמט ארויס א שיין חלק בדרך הלואה,
לעולם ישליש אדם מעותיו… דאס איז זיכער אז מען זאל נישט אינוועסטען די גאנצע אנגעשפארטע געלטער.. נעם א דריטעל לייג אין פאלאסי, נאך אביסל בארג אדער אינוועסט מיט אביסעל פארשטענדליכע רווחים…אין די איבריגע לאז ליגן עד שיבוא…איך זאג דיר אז עס וועט דיך צוניץ קומען!

כך נראה לעניית דעתי….
אדרבה איך בין גרייט צו הערן וואס אנדערע זאגן!

May 10, 2011 at 6:06 PM#15
דעת בעל בית

נחמי
פיין געשריבן, למעשה האסטו נאר אויסגעשמועסט די מציאות, אן קיין סאליד עצה.
אבער די ישליש מעותיו איז טאקע זייער גערעכט.
נישט אז איך דארף געבן הסכמה אויף חז”ל, נאר עס איז זייער מסתבר אויך נישט צו לייגן אלעס אויף איין פלאץ.

אבער איך האלט נישט אז לייף אינשורענס איז די איינציגסטע סאלושן, פשוט דערפאר ווייל דו קענסט דאך גיין צו ווי לייף אינשורענס גייט דירעקט, דהיינו מיוטשעל פאנדס, פארוואס אראפצאלן אזויפיל געלט פאר די לייף אינשורענס פירמע און בראקערס?

May 10, 2011 at 6:13 PM#16
דעת בעל בית

די נעמסט אוועק די אפעטיט פון אינוועסטן אין ביזנעס. דערמאנסט מיך וואס כ’האב געזען אין ספרים סטאר ווי די אינגע בחורים קומען אריין און קויפן די גמ’ עוז והדר פארשטייט’זעך, זיי נעמען מהדורה מורחבת (ווער ס’ווייסט נישט, ווי מער מפרשים אלץ א שענערע נאמען) מיט א קובץ מפרשים, 1 עדזש עלטער באגענוגנט זיך שוין אן א קובץ זיי האבן פאקטיש פאריאר אריין געקוקט דערין נישט גענוג מאל, ס’נישט ווערט די ענוועסטמענט, די בחורים פון די גרויסע ישיבה קויפן שוין מהדורה רגילה און נאך עלטער נעמט מען שוין די בלויע גמ’, און די זיידע בחורים האלטן שוין ביי עין יעקב… בעיני ראיתי! כאפט אייך אריבער אין ישיבה און קוקט אויף אלע נייע גמרות. וואס איז פשט? יעדעס יאר געט מען אויף מער און מער האפענונג אויף די בר מצוה פלאן… אבער למעשה די גרויסע תלמידי חכמים האבן לויט ווי איך פארשטיי אויך געהאט די זעלבע ירידות מיט די איינציגע חילוק אז זיי האבן נישט אויפגעגעבן, וייטער פראבירט נאכעמאל און נאכעמאל, נאך מסכת אנגעהויבן און נישט מצליח געווען און נאך 1 און נאך 1 אן אויפהער, ביז זיי האבן צוריקגעקוקט ווי צווישן אלע ירודות האט זיך אנגעזאמלט א שיינע פאר בלעטער גמרא מיט א שיינע פאר סימנים אין שו”ע, כנלע”ד.
איז לכאור’ ביי ביזנעס די זעלבע נאך א דורך פאל און נאך 1 און נאך 1 און ערגעץ אינדערצווישן דערזעט מען זיך מיט אפאר דאלער אין טאש.

May 10, 2011 at 6:18 PM#17
דעת בעל בית

אוי וויי, בן בית דו ביזט אייזן, יענץ געלעכטער.

אבער דער רעדט נישט פון עפענען ביזנעסער אדער ריסקי אינוועסטמענטס, מען רעד סך הכל פון נארמאלע אינוועסטמענטס.

May 10, 2011 at 6:29 PM#18
דעת בעל בית

בן בית, דו מאכסט חוזק פון אונז?

א דיקע גמרא מיט א קובץ מפרשים איז א זיכערע אינוועסמענט וואס איז נישט שייך צו דערלייגן גארנישט, די שאלה איז נאר צו מען פארדינט מער אדער ווייניגער, משא”כ ביי געלט אינוועסמענט, קען מען דערלייגן אלעס וואס מען האט און וואס מען האט נישט.

וואספארא מין צושטעל איז דאס בכלל?

May 10, 2011 at 7:42 PM#19
דעת בעל בית

אמת ס’איז א גרויסע חילוק, אבער די פוינט איז אז מיט יאוש און אן דערלייגן איז נישט מעגלעך אנצוקומען אין ערגעץ, נישט אין תורה און נישט אין סחורה. לכו לחמו בלחמי. אודאי איז כל ערום יעשה בדעת, איך זאג נישט אז מ’זאל ענוועסטן געלט וואס מ’דארף פארן גראסערי, און כ’זאג נישט אז מ’זאל געטרויען מענטשן, איך זאג אז מיאוש זאל מען נישט ווערן.

May 11, 2011 at 11:22 AM#20
דעת בעל בית

איך פערזענליך האלט אינגאנצן נישט פון קין לייף אינשורענס
1) די ביסט זיך מחייב צו צאלן יעדע יאר כך וכך וואס וווער זאגט אז די וועסט עס קענען נאכקומען?
א אינוועסטמענט וואס איך האב יעצט למשל 30 צו 40 טויזענט דדאלר און איך ליג עס אריין און אן אינוועסטמענט איז איין זאך אבער זיך מחייב זיין פאר די נעקסטע ווייס איךוויפיל יאר צו צאלן 3000 דאלאר אדער מער איז נישט אזאך וואס איך האלט אז עס איז שכל דיג ובפרט אז ווי עלטער מען ווערט קומט דאך צו פרישע הוצאות ווי למשל קויפן א דירה וואס שלעפט אריין און גרויסע הוצאות חוץ דעם דאון פעימענט וואס לאמיר זאגן דאס האב איך אבער די מאפן, בראקער, אויסשטאפירן א דירה, וכו’ וכו’ און די וועסט נאך דארפן האבן עטליכע טויזענט דאלאר פאר די לייף אינשורענס.
אבער וווען די נעמסט די געלט און מען ביגלט עס אויס אינטערן מאטראץ קען טאקע זיין אז עס וואקסט נישט און די ווערט פאלט אבער למעשה האסטו געלט צו די האנט.
וויףיל מאל איז ביי מיר אליין אויסגעקומען אז איך האב נייטיג געדארפט האבן אפאר גרייצער און ווען איך האב ווען אין מיין לייף אינשורענס וואלט איך געדארפט בארגן געלט פאר דעם?
המשך יבא

May 11, 2011 at 11:52 AM#21
דעת בעל בית

צו וויסן ווי צו אינוועסטירן אויף’ן בעסטן און נארמאל’סטן אויפן צוריקצומאכן א נארמאלן ריווח, נישט צו ריסקי און נישט צו ווייניג, דארף’סטו מאכן אן אפוינטמענט ביי א אינדעפענדענט CFP, סערטיפייד פיינענשל פלענער, וואס האט נישט קיין שום נגיעות און ארבעט בלויז פאר דיר, ער וועט קענען אויסשטעלן פאר דיר די בעסטע פארטפאליא פאר די בעסטע רווחים אין די לאנג ראן,
יא קענסט נעמן עצות פון דעם יענעם, שאר, דער לייף אינשורענס עדזדשענט וועט זאגן דאס איז די בעסטע, מיט אלע ראיות, די זעלבע וועט זאגן דער סטאק בראוקער א.א.וו.

אבער פאר דעם ספעסיפיקן פרעגער פון די פראגע וויל איך זאגן, איך ווייס באמת נישט וואס סיי ווער אין דער וועלט קען דיר העלפן, פארוואס? ווייל פון די פראגע זעהט אויס אז די טראכטס נישט פון:
1) עפענען א ביזנעס
2) אינוועסטן אין סטאק מארקעט אדער אנדערע פיינענשאלס אויף די אייגענע נאמען
3) פארבארגן פאר פריוואטע אנזעצערס דורך היתר עיסקא
4) אינוועסטן אין קאמאדיטיס אויף די אייגענע נאמען
5) אריינלייגן אין א CD אקאונט אדער אן אינטערעסט ביערינג SAVINGS אקאונט אויך די אייגענע נאמען
אויב אזוי איז זייער שווער צו טרעפן אן עצה אויסער לאזן ליגן אין גמ”ח אדער אינטערן מאטראץ און צוקוקען ווי די ווערד פאלט טעגליך

May 11, 2011 at 11:54 AM#22
דעת בעל בית

מנחם האט געשריבן
2) אינוועסטן אין סטאק מארקעט אדער אנדערע פיינענשאלס אויף די אייגענע(?) נאמען ? וד”ל
איך פרעג נאר

May 11, 2011 at 3:14 PM#23
דעת בעל בית

זרח טייערע !
קודם ישר כח מנחם עס איז זייער גוט ארויסגעברענגט, אבער וואס איך שרייב וועגן לייף אינשורענס איז איינער וואס האט א שיינע סכום און גמ”ח ווי דער פרעגער שרייבט אז ער פופציג אלפים אוועגעלייגט און ער וויל וויסן וואס צו טוהן..
די נאמען וועל ער דאך נישט ניצען…
איז אויף דעם נאר דא לכאורה דו איין עצה. ער קען מאכען א שיינע קאסטום מעיד פאלעסי, וואס זאל ניצן פאר א חתונה פאלאסי, (פארשטייט זיך אליין ווי מנחם שרייבט אז מען דארף דאס דורך שמוסען מיט א פארשטענדליכער מענטש ווי א טאטע אדער פיינענשעל אדוויזער) ער צאלט איין פאר 5-7 יאר פינף טויזענט דאלער וואס דאס איז האלב וואס די האסט דאך יעצט שוין אוועקגעלייגט, און במשך די פינף יאר זעהסטו צו די קומסט אן מיט נאך אוועקצולייגן צו נישט, אדער א מענטש מיט קינדער קען דאך נעמען האלב פון די טעקס ריטעריון און איינצאלן, אנשטאטס צו פארן אוויקעישען, אויב יא איז אוודאי גוט און לייגטס און עס וואקסט, און אויב נישט קענסטו ביי רוב קאסטעם מעיד פאלאסיס עס פאפען… וואס דו פארלירסט עס נישט און די וועסט אליין הנאה האבן שפעטערע יארן פרייליכערהייט חתונה צו מאכען די קינדער….

וואס זאגסטו צו דעם מנחם און זרח….?

May 11, 2011 at 3:26 PM#24
דעת בעל בית

luzer mendel

ישליש מעותיו איז גאר א גוטע עצה פון חז”ל!

ווען איינער קומט און רעדט צו דיר פון אינוועסטען, און עס זעהט דיך אויס זייער א גוטן און זיכערען אינוועסמענט וואס די האלטס זיכער אז עס גייט דיר צוריק קומען כפל און אפשר מער, סא טראכסטו זיכער אריינצולייגען וואס מער ווייל דו גייסט עס זיכער ארויסנעמען אין א יאר צוויי….ניין?
לגבי וואס איך שרייב וועגען לייף אינשורענס, פשוט ווייל איך קען מיך נישט אויס מיט די מיוטשעל פאנדס ווי און און וואספארא פאנדס עס צו לייגן, וואס דאס ווייסט די אינשארענס קאמפעני’ס בעסער ווי מיר.. אין עס ווערט געראנטירט פון זיי…איז דאס א רויהגער וועג

תפשת מרובה לא תפשת…!

May 11, 2011 at 3:39 PM#25
דעת בעל בית

ביזט מודה אז דו ווייסט נאר פון לייף אינשורענס!
מיוטשעל פאנדס דארף מען נישט אליין, מען גייט אויף צו דו וואס ווייסן ווי אזוי, עס איז קעמען סענס, מען קען שניידן פוטער מיט א זעג, און האקן ניס מיט א גרויסן האמער, ס’וועט ארבעטן, אבער עס איז נישט געאייגנט און נישט פראקטיש און קאסט מער געלט.

לייף אינשורענס איז לייף אינשורענס, דעטס איט! דו צאלסט צו כאל ערליי פיס וואס גייט אראפ פאר די פירמע און פאר די אגענטן. עס איז נישט קיין סעווינגס, אפילו מען סעיווט זיך אויך. דאס איז א באנוס.

נאך א זאך, אויב האב איך 50 אלפים יעצט, פארוואס זאל איך נישט תיכף פארדינען רווחים אויף די גאנצע סכום? ביי לייף אינשורענס לייגט מען אריין צוביסליך, ס’גייט אראפ. מען לייגט צו, א גאנצע מעשה, עס איז פשוט אז דו פארדינסט ווייניגער ווי ווען דו אנוועסט דירעקט.

די איינציגסטע מעלה דערפון איז, אז עס איז גרינגער (אויך נישטאזוי פשוט) פאר מענטשן וואס קענען נישט האבן אויף די אייגענע נאמען.

May 11, 2011 at 4:05 PM#26
דעת בעל בית

luzer mendel
ישר כח פארן אויפמערקזאם מאכען.
אפשר שרייבסטו מיר ווער עס טוט אין מיוטשעל פאנדס, איך וואלט געוואלט עס דורך טוהן..
איז דאס אויך גערענטירט 100% ??
אין אוודאי צאלסטו צו אפאר פארצענט פאר דיין פארקויפער..?

אין לגבי לייף אינשוירענס איז אוודאי כולי עלמא מודה אז מען דארף האבן אינשורענס על כל צרה שלא תבוא…און דאס קען מען שוין גוט אויסרעכענען צום גוטן.
די פרעגער האט געוואלט וויסן א אינוועסמענט וואס עס איז זיכער, אין מען דארף נישט האבן קיין פראבלעמען מיט די נאמען.
דאס וואס דו שרייבסט וועגען אויב האב איך 50 אלפים יעצט, פארוואס זאל איך נישט תיכף פארדינען רווחים אויף די גאנצע סכום? ביי לייף אינשורענס לייגט מען אריין צוביסליך, ס’גייט אראפ. מען לייגט צו, א גאנצע מעשה, עס איז פשוט אז דו פארדינסט ווייניגער ווי ווען דו אנוועסט דירעקט…..איז וואס הייסט אינוועסטען דירעקט וואס איך זאל קענען זיין זיכער אריין צו לייגן מיין גאנצע געלט ווייל איך גיי עס צירוק מאכען… דאס איז זיכער אז עס איז נישט דא קיין פארזיכערטע 100% אינוועסמענט…!? סא הש”י טאמער לייגסטו אריין דו גאנצע אויפאיינמאל. און עס געשעהט וואס עס זאל ח”ו נישט געשהען….
אלץ דעם אויס זאגט אונז חז”ל לעולם ישליש אדם מעותיו.. בלייבטסטו כאטש מיט מער ווי האלב און די קענסט זיך רורן ווייטער…
BTW די מאמר חז”ל ווערט אסאך גענוצט און די אינוועסמענט וועלט דורך אלע שטאדירטע פאפעסערס.. א דריטל און זיכערער אינוועסמענטס און א דריטל און ריסקי אינוועסמענטס און א דריטל יהא מונח….

May 12, 2011 at 12:19 PM#27
דעת בעל בית

דאס וואס די זאגסט אז מען דארף עניוועי מאכן לייף אינשורענס על כל צרה שלא תבא איז דא דאך א ביליגערע און גרינגערע מהלך דאס איז טוירם לייף אינשורענס וואס די צאלסט אפאר “הונדרעט” דאלאר אנשטאט אפאר טויזענט דאלאר עס האט פארשידענע חסרונות בער די חלק פון זיין גרייט על כל צרה שלא תבא איז א טריק וואס די קאמפאני ניצט אריינצושלעפן מענטשן צו מאכן א געהעריגע לייף אינשורענס און זיי וועלן אייך קיינמאל נישט געהעריג אויסשמועסן די טוירם לייף אינשורענס ווייל די עידזשענטס מאכן די עיקר געלט פון די חלק אינוועסטמענט פון די לייף אינשורענס און נישט פון די חלק וואס עס גייט פאר די אינשורענס.
איך האב אמאל געהערט פון א קליגע איד וואס אן עידזשענט איז אים נאכגעלאפן אז ער זאל קויפן לייף אינשורענס ווייל עס איז גיטע אינוועסטמענט האט ער אים געענטפערט אז ער האט בעסערע אינוועסטמענטס ווי דאס, האט ער אים געזאגט אז מען דארף זיין גרייט על כל צרה שלא תבא וכו’ האט ער אים געזאגט איין מינוט, איך גי לעבן אדער איך גיי שטארבן? צו אינוועסטן האב איך עפעס אנדערש, און על כל צרה שלא תבא קען איך נעמען טוירם לייף אינשורענס!!!
הגם טוירם האט א חסרון אז נאך 30 יאר צום מערסטנס דארף מען אנהייבן פון פריש און דאס מיינט אז דעמאלטס גייט עס שוין קאסטן מער געלט, ווייל מען איז שוין עלטער, און וי מיין עידזשענט האט מיר מסביר געווען אז די גאנצע געלט גיייט און גארבידזש נאך 30 יאר, איז שתי תשובות בדבר
1) ווי דערמאנט אויבן מיין פוינט אז מען קויפט לייף אינשורענס צו זיין אינשורד על כל צרה שלא תבא איז לפי זה אז דאס איז די תכלית איז די געלט ” נישט ” געעגאנגען און גארבידזש נאר די געלט האט זיך אויסגעצאלט מען איז געווען אינשורד!!!
2) רוב מענטשן וואס קויפן די לייף אינשורענס איז מיטן חשבון אז אויב מאכט זיך- אויף אלע גוים געזאגט – איינער שטארבט אינגערהייט רח”ל דארף מען האבן חתונה צו מאכן די קינדער וכו’ און 30 יאר ארום וועלן אלע 30 יעריגע האבן חתונה געמאכט רוב אויב נישט אלע קינדער.
אוודאי איז איינער וואס האט אסאך איבעריג געלט און קען ביישטיין אז זיינע קינדער זאלן באקומען א גרויסע ירושה מה טוב ומה נאים אבער מען רעדט דא פון אידן וואס זענען מקיים דעם בזיעת אפיך תאכל לחם
תן לחכם ויחכם עוד

May 12, 2011 at 12:34 PM#28
דעת בעל בית

א דאנק אלע פאר די ענפערס, געווענליך ליין איך נישט דא קיין קאמענטס, איך קוק בלויז די אימעיל, ווייל איך האב נישט קיין צייט. איך בין דער שואל איבער אינוועסטמענטס.

נחמי, זרח ,מנחם, אלער מענדל, בן בית,

א דאנק אייך אלע, איך האף אז איך האב נישט אויסגעלאזט קיינעם.

די זאך איז אז איך פלאן צו נעמען אדער א טערם אדער איינשרייבן אין “ערבים”, ממילא די גאנצע שמועס וועגן אחריות פאר די משפחה איז נישט רעלעוואנט, אזוי ווי איר האט שוין אויסגעשמועסט דא אזוי שיין, זרח מיט אלעזר מענדל.

די פראגע איז ווי אזוי אינוועסט מען, אויף א זיכערע נארמאלע וועג, און מיט דעם האב איך געמיינט נישט קיין היתר עיסקא מיט מענטשן וואס ווילן אינוועסטן, דאס איז ווייט פון זיכער, און איך האב נישט קיין כח צו דעם, איך בין נישט בטבע קיין שפאקולאנט.

“זיכער” מיין איך, דאס וואס הייסט בדרך הטבע זיכער, אפשר גאלד, אפשר א געוויסע מיוטשעל פאנד אדער סטאק פארטפאליא, אזא מין זאך וואס הייסט מער ווייניגער גאנץ זיכער מיטן באשעפערס הילף פארשטייט זיך.

איך בין נאר גענצליך רוי אין די נושא (מיין טאטע און חברים ווייסן נישט גארנישט דערוועגן) ממילא וואלט איך געוואלט הערן מיינונגען און רעקאמאנדעשאנס דערוועגן.

א דאנק נאכאמאל צו אלע משיבים

May 12, 2011 at 1:00 PM#29
דעת בעל בית

גאלד און זילבער האלטן און איין ארויפגיין די שאלה איז צו מען האלט יעצט אויפן שפיץ בארג שוין אויפן וועג אראפ

May 12, 2011 at 1:18 PM#30
דעת בעל בית

געוואלדיג, י.י. מ’זעהט אז איר זענט א דורכגעטראכטער מענטש וואס זיכט נישט סתם צו שפרינגען, נאר זיכט א נארמאלען פארזיכערטן אינוועסטמענט ע”פ דרך הטבע,

ווי עס זעהט אויס האסטו אויף די מינוט גענוג געלט צום לעבן, דהיינו דיינע וועידזדשעס קאווערן דיין טאג טעגליך לעבן, פלאס סאם טאשן געלט, דארפסטו נאר זעהן צוויי זאכן, זיך אנגרייטן פאר שפעטערדיגע אויסגאבן, און זעהן די געלט זאל וואקסן, אויב אזוי האב איך פאר דיר צו זאגן די פארלגענדע,

אויב ארבעטסטו אין א קאמפאני וואס אפפערט א 401ׂKׁ פלען, מאך אן אפוינטמענט מיטן מענעדזשער פון די קאמפאני’ס אקאונט אין שמועס דורך דיינע בעסטע אפשענס, די מעלה איז אז ס’איז טעקס פרי, די חסרון איז אז די קענסט נישט ארויסנעמן די געלט פארן ריטייערן נאר מיט א פענעלטי, דאך קען זיך עס לוינען פאר געוויסע, (פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געמאכט פאר דיע וואס מאכן 5 אלפים א חודש פונעם פעטער, און ביי זיי איז “אייגענע נאמען” יהרג ואל יזכור, וד”ל)

נאך אלעם איז די בעסטע זאך זיך דורכצושמועסן מיט אזא איינעם ווי איך האב אויבן געשריבן, אזא איינער וועט די אויסשטעל אן “אינוועסטמענט פארטפאליא” בעיסט אויף דיינע באדערפענישן און פלענער. אביסל וועט גיין אין פלעצער וואס איז מער ליקוואד, אביסל אין פלעצער וואס איז מער סעקיורד, אביסל מער אין גראויאטה, וכהנה

May 12, 2011 at 2:22 PM#31
דעת בעל בית

גאלד און זילבער האלטן און איין ארומטאנצען דו לעצטע פאר וואכען.. יעדן מינוט איז עס א געמבל.
די שאלה איז צו מען האלט יעצט אויפן שפיץ בארג שוין אויפן וועג אראפ…?
גאלד איז היינט ארויף אין זילבער אראפ….!

May 12, 2011 at 3:34 PM#32
דעת בעל בית

מנחם
איך ארבעט פאר מיר, סאו דו גאנצע 401K איז לכאורה נישט פאר מיר.
איך ווייס נישט קיין סאך דערוועגן, אזויפיל ווייס איך אז עס א רעטייערמענט פלאן, וואס הייסט פריי פון טעקסעס? די רווחים? אדער גאר דו געלט וואס איך לייג אריין דארט ווערט גערעכענט ווי א עקספענס און איך דארף נישט צאלן דערויף קיין אינקאם טעקס? פארוואס טאקע? ווייל די גאווערמענט וויל אז מען זאל אפשפארן פאר רעטייערמענט?
בכל אופן, איך זיך א וועג פון אינוועסטמענטס צו חתונה מאכן די קינדער און פאר הוצאות וואס וועלן אינטערקומען נאך פארן רעטייערן.

איז טאקע נישט שייך צו אינוועסטן אן ניצן די נאמען? איך וועל דא זאגן מעגליך א אינטערעסאנטע איידיע, אבער אויב האלט מען די גאלד ביי זיך אין א סעיף, אדער דעפאזיט באקס אין באנק, דארף קיינער נישט מיטהאלטן פון די גאנצע מעשה.

May 12, 2011 at 3:57 PM#33
דעת בעל בית

י.י.
וואס הייסט קיינער זאל נישט מיטהאלטן דו גאנצע מעשה?
ווען די קויפסט עס איז עס אויף דיין נאמען און די באקומסט סוף יאר W2

May 12, 2011 at 4:04 PM#34
דעת בעל בית

401K איז די אינקאם וואס גייט אריין אין די אקאונט טעקס פרי, ווייל די גאווערנמענט וויל געבן אן אינסענטיוו צו שפארן געלט,
קויפן גאלד און האלטן ביז די פרייז גייט ארויף איז זייער א גוטע עצה ווען די וואלסט עס געטוען 10 יאר צוריק, (עס איז געשטיקן מיט אן עווריטש פון 18% פער יאר די לעצטע צען יאר)
אבער דארפסט עס נישט אליין האלטן אין דיין הויז, קויפסט עס ביי א קאמפאני און זיי טוען אלעס פאר דיר,
לגבי אלע ערליי אינוועסטמענטס, איז מיר זייער שווער צו פונקליך זיך אריינצולאזן אין די נושאים, ווייל איך בין נישט, און איך וויל נישט זיין, קיינעם’ס אדווייזער,

עס איז דא איין וויכטיגע זאך וואס דער עולם דארף פארשטיין,

די גאווערנמענט האט ריזיגע עקספענסעס, אסאך פון דיע איז פאר אלע מיני עדזדשענסיס וואס זיי האלטן אויף וואס זענען געמאכט צו האלטן אן אויג אויף די סאסייעטי אז ס’זאל נישט זיין איש את רעהו חיים בלעו,

יעצט, יעדער מענטש וואס ארבעט אדער קויפט עפעס איין צאלט טעקסעס, א חלק פון די געלט גייט פאר אויסהאלטן די עדזדשענסיס וואס געבן אכטונג קיינער זאל דיך נישט בא’גנב’ענען און אזוי אויך זאלסטו האבן ניצן דערפון,
וואס געשעהט א די עקזיסטירט נישט, קען דיך קיינער נישט העלפן,

למשל, ביזנעסער צאלן אוועק שווערע געלטער פאר אלע מיני מענדעטארי עמפלויאי אינשורענסעס, לייעביליטי אינשורענס, ווארקערס קאמפ. אינשורענס, אנעמפלוימענט אינשורענס, אלעס געמאכט אז על כל צרה שלא תבא זאלסטו האבן ניצן דערפון, אבער אז “די” ביזסט נישט דא, ווי אזוי קענסטו געהאלפן ווערן,

יעצט זאג די מיר, פארוואס אין דער וועלט זאל זיין אזא זאך ווי אינוועסטן נישט אויף דיין נאמען? צו וועם וועסטו לויפן אויב ס’וועט זיין א פראבלעם? עס איז שוין געשעהן אינעם עבר, און מ’האט גארנישט געקענט טוען,
די זעלבע איז מיט סיי וועלעכע זאך וואס די גאווערנמענט וויל דיך העלפן מיט זייערע געזעצן, אבער מ’לאט זיך נישט, מ’נעמט ארבעטערס וואס עקזיסטירן נישט, פאר ביליג, דערנאך, ח”ו ווען מ’דארף הילף, איז נישטא צו וועם צו רעדן,

נאך אלעם איז יא דא וועגן ווי אזוי צו עפענען אינדעפענדענט אינוועסטמענט קאמפאניס, וואס דורך דעם וועלן די אינוועסטמענטס זיין אויף די קאמפאני’ס נאמען, אבער דאס איז שוין מער קאמפליקעיטעט וואס דארף פראפעשענאל ראט.
זיי געזונט

May 12, 2011 at 4:06 PM#35
דעת בעל בית

נחמי’! חכמים הזהרו בדבריכם,
ווי אזוי זאגט שלמה המלך
…………………………. חכם יחשב

May 13, 2011 at 11:46 AM#36
דעת בעל בית

מנחם, במחילת כבודך!
אבער איך מיין אז דיין לעצטע סטעיטמענט Posted May 12, 2011 at 4:06 PM איז אביסל נישט….
יחשב..! יעדער מעג האבן א מיינונג אין אז די האלטס נישט דערפון, ליין עס נישט אדער זיי מסביר וואס דו האלטס…
אנטשילדונגס נאכאמאל..

May 13, 2011 at 12:16 PM#37
דעת בעל בית

ווי איך פארשטיי האט מנחם געמיינט די דאזיגע פאסט, איך פארשטיי אים זייער גוט

נחמי’

May 12, 2011 at 3:57 PM
י.י.
וואס הייסט קיינער זאל נישט מיטהאלטן דו גאנצע מעשה?
ווען די קויפסט עס איז עס אויף דיין נאמען און די באקומסט סוף יאר W2