קליפ באורד מענעזשער

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: שלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 44 · דאטום: 2011-06
http://www.balboos.com/content/2011/06/קליפ-באורד-מענעזשער/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
קליפ באורד מענעזשער
וואס איז א קליפבארד מענעזשער? אייגענטליך וואס איז דאס בכלל א קליפבארד אז עס זאל אויספעלן א מענעזשער דערפאר?
דער אמת איז, אויב איר נוצט א קאמפיוטער נוצט איר מן הסתם די קליפבארד יעדן טאג, אן אייער וויסן!

ווען איר שניידט (cut) אדער קאפירט (copy) טעקסט, א בילד, אדער א פייל, ווערט עס מאמענטאל אוועקגעלייגט אין די קליפבארד, וואס איר קענט דערנאך אריינקלעבן (paste) ווי איר ווילט. עס איז טאקע זייער נוצליך, אבער אויך זייער פשוט. און אט דאס ווערט אנגערופען בלשונם “קליפבארד”.

איז דאך פיין און וואויל, וואס דארף מען מער פון דעם? וועט איר פרעגן, איר נוצט עס שוין יארן עס איז אריינגעבויט אין די אפערעטינג סיסטעם און עס ארבעט א מחי’, צו וואס זיך זוכען נייע קאפ ווייטאג?

פאוואלינקע, קודם כל, יעדע זאך קען זיין בעסער, צווייטענס עס האט שוין איינמאל גרויסע באגרעניצונגען, צו קענט איר האלטן מער ווי איין זאך אויף אמאל? און וואס טוט זיך אויב איר מעקט בטעות אויס די טעקסט אדער בילד וואס ליגט אין די קליפבארד (צב”ש איר קאפירט א נייע זאך פאר איר האט “געפעיסט” די אלטע), וועט איר עס שוין קיינמאל נישט זען מער, עס איז פארפאלן ווי אין תהום. ווער רעד אויב איר פארמאכט די קאמפיוטער ווערט די אינהאלט פונעם קליפבארד אויסגעמעקט פון מעמארי און פארלוירן לנצח…

דא קומט אריין די “קליפבארד מענעזשער” אין בילד. דאס זענען אזאלכע ספעציעלע פראגראמען וואס נעמען איבער די קליפבארד סיסטעם אינגאנצן, און צוגאב צו נאך ספעציעלע נוצליכע פיטשערס, יעדע איינע לפי דרכו. וואס אויב איר ארבעט אסאך ארום מיט טעקסט, וועט איר נישט פארשטיין ווי אזוי איר האט געקענט לעבן אן דעם.

עס זענען דא צענדליגע פון די קליינע פראגראמען, וואס טוען מער ווייניגער די זעלבע זאך, אבער איטליכע פארמאגטא אירע באזונדערע מעלות און מעגליכקייטן. הצד השוה שבהן אז אלע געבן די מעגליכקייט צוריקצוגיין און נוצן פריערדיגע שטיקלעך טעקסט וואס זענען געווען אין די קליפבארד.

א טייל געבן די מעגליכקייט צו קאפירן טעקסט מיט די פארמאט (צב”ש באלד, נישט בלויז נאקעטע טעקסט) עס איז דא וואס לייגן אויך אוועק בילדער (ווינדאוס האט די מעגליכקייט צו קאפירן רויע בילדער, חוץ פון פיילס), און אנדערע וועלן אויף האלטן פיילס וואס זענען קאפירט געווארן. אויך האבן מאנכע די מעגליקייט צו עקספארטן אדער אימפארטן די גאנצע קליפבארד היסטאריע. אויך האבן א טייל א “סיערטש” מעגליכקייט צו זוכן אין די היסטאריע. (עס איז גאנץ אינטערעסאנט איבערצוקוקען די היסטאריע פון א צייט צוריק)

עס איז שווער צו געבן א רעקאמענדאציע, ווייל איך נוץ בלויז איין פראגראם, ממילא ווייס איך נישט צו עס איז דא בעסערע פון דעם. עס פארמאגט אלע פיטשערס וואס מיר האבן אויבן אויסגערעכנט און נאך אסאך אנדערע, עס הייסט “דיטא” Ditto, עס איז “אפען סאורס” און פאפולער און איז אויך רעקאמאנדירט דורך עטליכע מומחים. אבער די אויסזען איז זייער פשוט, בעסער געזאגט, מיאוס. אזוי ווי רוב אנדערע, זיצט עס אין די טעסק באר .

אט איז א לינק.
http://ditto-cp.sourceforge.net

אויב איר נוצט א קליפבארד מענעזשער ביטע טיילט מיט מיטן ציבור פון אייער ערפארונג און רעקאמאנדאציעס.

June 15, 2011 at 9:37 PM#2
קליפ באורד מענעזשער

וואונדערבארע ארטיקל.
זאכן וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט.