זענט איר א פייערלעשער?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: שלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 44 · דאטום: 2011-06
http://www.balboos.com/content/2011/06/זענט-איר-א-פייערלעשער/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
זענט איר א פייערלעשער?

צו זיין א פייערלעשער דארף מען פארניכטן פייערס.
אין ביזנעס, מיינט דאס צו לייגן די דרינגענדע זאכן פאר די וויכטיגע, אפטמאל נישט אנקומענדיג צו זיי. א פייערלעשער רעאגירט צו א מצב- ער טוט גארנישט פון פאראויס דאס צו פארמיידן. עס זענען דא צופיל פייערלעשערס אין דעם ביזנעס וועלט. וואס קענט איר טוהן צו אויפהערן אויסלעשן פייערס? וואס קענט איר טוהן צו זיין ווייניגער רע-אקטיוו ווי פרא-אקטיוו?

פאלגנד זענען פינעף עצות וואס קענען אייך העלפן:
קלארקייט
פארשטייען אלע אייערע איינגעשטעלטע וואס אייער ביזנעס’ס “הארץ” איז? וואס אייערע יסודות, צילן, און מיסיעס זענען? שפירן זיי מיט מיט דעם? קלארקייט מיינט אז יעדער פארשטייט דאס גוט און האלט אויך מיט דעם מיינונג. נאכמער, יעדער מוז לייגן אייער ביזנעס’ס הארץ פאר אלעס- דאס מוז זיין זייער פריאריעטעט אלס אן איינגעשטעלטער ביי אייך.

קשרים
אויב אייער מאנשאפט האט נישט די מעגליכקייט צו אויסרעדן וואס זיי האבן צו זאגן און אנדערע זענען נישט גרייט צו אויסהערן, קען מען נישט ארבעטן פון פאראויס צו פארמיידן פראבלעמען. ווען מען דארף שוין אויסלעשן דעם פייער און זוכן פון וואו עס האט זיך אנגעהויבן איז שוין צו שפעט.

מיטונגען
מיר קענען נישט גענוג שרייבן וועגן די וויכטיגקייטן פון זיך צאמקומען אפט און דיסקוסירן דעם ביזנעס. ווען איר נעמט זיך צאם, מאכט זיכער אז דער מיטונג האט א ציל און טוהט עפעס אויף.
קלארקייט פון ראלעס
פארשטייט יעדער אין די שטאב וואס זיין ראלע איז? אויב נישט, געבט איר דעם פייער א גאר גרינגער לאך פון וואו צו ארויסשפראצן.

קלארקייט פון צילן
זענען די צילן פאר יעדער איינגעשטעלטער קלאר? אויב די ארבעטערס ווייסן נישט וואו זיי מוזן דערגרייכן, ברענגט דאס צו צו צומישענישן און אסאך צייט ווערט סתם פארשפענדט מיט גארנישט.
אויב פארמיידט איר דעם פייער, וועט דאס אייך איינשפארן גאלאנען פון וואסער און פילע פילע כוחות