טיפ: אויטאמאטיש אריינפילן חלק פון אדרעס
אין רוב בראוזערס דארף מען נישט שרייבן בעפאר דעם אדרעס www און נאכדעם com מען קען בלויז שרייבן דעם נאמען, למשל Amazon און דערנאך דרוקט מען Ctrl+Enter און דער בראזוער לייגט שוין אריין דעם שטן מלפנינו ומאחרינו, כ’מיין דעם www און com.
דאס ארבעט נאר אויב די ענדע פונעם אדרעס איז טאקע “דאט-קאם” אויב איז עס אנדערש, ווי צב”ש .gov אדער .net וכדו’ ארבעט עס נישט.