וואס זוכן בעלי בתים אין מעגליכע ארבעטער? אודאי האט יעדע מענטש זיינע פערזענליכע נייגונגען אבער אויף געוויסע איינצלהייטן שטימט יעדער צו:
1. יסודות’דיגע פעיאגקייטן- לייענען, שרייבן, און חשבון’ען. צי איר גלייבט צי נישט, זענען דא פולע מענטשן וואס האבן נישט די פשוטע כשרונות! און היינט זענען שוין די כשרונות פארברייטערט צו ידיעות אין די קאמפיוטער וועלט אויך.
2. פערזענליכע פעיאגקייטן- קען דער מעגליכער ארבעטער רעדן גוט? קען ער ענטפערן שאלות פון קליענטן אין א פאזיטיווע, קלוגע אופן? קען ער געבן גוטע סערוויס? צו קענען גוט ארבעטן מיט אנדערע איז גאר וויכטיג אין סיי וועלכע פירמע.
3. ארבעט ווערד – דאס איז א הייסע טעמע אין די יעצטיגע צייט ווען אזויפיל מענטשן ווערן אפגעזאגט! ארבעטערס וואס ווייזן ארויס זייער שעצונג, און געבן צו פיל צו די פירמע האבן גרעסערע שאנסן צו בלייבן אין די פירמע.
4. פראפעסיעאנעלע אנטוויקלונג- ווי אלע סוקסעספולע ביזנעסלייט ווייסן, איז עס זייער גרינג צו פארלירן חשק. כדי צו מצליח זיין אבער אין די היינטיגע וועלט, איז גאר וויכטיג זיך צו שטענדיג באקאנט מאכן מיט נייע ידיעות, מעטאדן, אא”וו.
5. ביזנעס אנטוויקלונג- פלאנען און שטעלן צילן. א סוקסעספולער מענטש פלאנט אויס זיינע שריט און ער שטעלט קלארע צילן צו דערגרייכן הצלחה. ער שטעלט אויס א פלאן ווי אזוי צו אנקומען פון א’ צו ב’ אין ג’ צייט מיט קלארקייט און ישוב הדעת.
ווי אזוי מעסט איר זיך?