וואשט איר א געדינגענע קאר?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · בעל-בית נומער: 9 · דאטום: 2010-03-22
http://www.balboos.com/content/2010/03/וואשט-איר-א-געדינגענע-קאר/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וואשט איר א געדינגענע קאר?

“האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם וואשן א געדינגענעם קאר?” זיכער נישט, און די סיבה דערצו איז זעלבסט-פארשטענדליך: די קאר באלאנגט נישט צו דעם מענטש און דערפאר וויל ער זיך נישט באדערן צו אריינלייגן צייט און ארבעט דעראין.

אויב אן ארבעטער קוקט אן זיין ארבעט אלס א מקור פון געלט, און ער קומט אריין יעדן טאג צו טוהן וואס ער דארף און דאס איז עס, וועט ער קיינמאל וואשן זיין בעל הבית’ס קאר! ארבעטערס מוזן רעכענען די ארבעט ווי זייער פערזענליכע רצון כדי זיך אריינצולייגן דעראין אינגאנצן בלב ובנפש. און כדי צו גורם זיין אז די ארבעטער זאלן אזוי שפירן, מוז דער בעל הבית זיי געבן א געפיל אז זיי זענען טאקע א חלק פון די יסודות אינעם פירמע. ווי אזוי?

1.  האלט זיי אינפארמירט: ווי מער די ארבעטער ווייסן וועגן א געוויסע קליענט אדער וועגן געשעהנישן אינעם ביזנעס, אלס מער וועלן זיי שפירן א חלק דערפון.

2.  פרעגט פאר מיינונגען: ווייזט פאר די ארבעטער אז איר שעצט זייער מיינונג דורך זיי פרעגן און צוהערן דערצו. גארנישט אויף דער וועלט מאכט נישט א מענטש שפירן אזוי באהאפטן ווי ווען ער איז געשעצט.
3.  געבט איבריגע אחריות’ן: דאס מיינט נישט נאך ארבעט, נאר מער וויכטיגע ארבעט. דאס געבט ארבעטער א געלעגנהייט צו ארויסשיינען מיט זייערע מעלות. ווייזט זיי אז איר גלייבט אין זיי און אין זייער יכולת, וועלן זיי טאקע אנקומען ווייט.
4.  טיילט אויס טיטלען: וואס ליגט באהאלטן אין א נאמען? א סאך. געבט פאר אייערע ארבעטער געוויסע טיטלען לויט זייער שטאפל. דאס געבט א געפיל פון עהרע, חשיבות, און א שטעלע אין די פירמע.
ווען איר זוכט וועגן צו מאכן אייער ארבעטער שפירן אז ער האנדלט נישט מיט א געדינגענע קאר, זאגט איר אים “די פירמע איז אייערס.” און וואס וויל נישט א מענטש טוהן פאר זיין אייגענע ביזנעס?