ווי איר זעט, ערשיינט די וואכעדיגע אויסגאבע דינסטאג צופרי, מיר האפן די קומענדיגע וואך ווידער צו ערשיינען מאנטאג, אנפאנג וואך, כמאז ומקדם.
יעצט איז טאקע די געלעגנהייט צו הערן אייער מיינונג, ווען עס איז פאר אייך די בעסטע צייט צו באקומען די בעל בית. צו אזוי ווי ביז היינט, מאנטאג צופרי, אדער אנדערע צייטן.
ביטע לאזט אייך הערן אין די קאמענטארן, אדער שיקט אונז דירעקט א אימעיל. אויב מעגליך, ביטע אויך ערקלערן די סיבה פון אייער פרעפערענץ.
מיר וועלן פרובירן בלי”נ צו גיין נאך רוב דעות, ווי ווייט מעגליך.
***
גוטע געלעגנהייט
די בעל בית איז אינטערעסירט אין א טויגליכן מענטש מיט גוטע קאמיוניקעשאן סקילס אנצופירן די אדווערטייזונג אפטיילונג. קענטעניסן און אנדערע אספעקטן קען זיין א פלאס.
גוטע געלעגנהייט פארן פאסיגן פערזאן.
שיקט אייערע אינפארמאציע, קענטעניסן, עקספיריענס צו
jobs at balboos.com
נאר ערענסט פאראינטערעסירטע.
ווארט פון די רעדאקציע
12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/06/א-ווארט-פון-די-רעדאקציע/ קאפיע אין ארכיוו
מפי השמועה האב איך געהערט אז איינער פון די וועכענטליכע צייטונגען, גייט די וואך ערשיינען א אנדערן טאג, כדי צו הערן דעם דעת הציבור……….
הערטס’זשע מיך אויס, די נושא ווען בעל-בית זאל ארויס קומען, איז בהחלט ניתן לדיון. אבער לדעתי העט זיך ווען געלאזט זאגן אז מאנטאג איז ‘דער טאג’, ואפשר שיחתי בעז”ה.
ווארום פארשטייט יעדער איינער, דאס נאך א געהויבענעם שבת קודש מיט א מלוה מלכה ביז אין די אויבערשטע נאכט שעה’ן, נאכפאלגנדיג מיט די זונטאגדיגע וועכנטליכע קאר סערוויס דזשאב וואס איך האב ארומצופירן די שטוב בכל אתר דמשתלחין זריזין באשותא, אהיימקומען שפעט אויפדערנאכט און עסן די איבערגעבליבענע טשאלנט פון שב”ק, בענעזאם מיט א קליין שטיקל לאקשן קוגל און א גרויס שטיקל פאטעטע קוגל (אדער פארקערט, א גרויסע שטיקל לאקשן און א קליינע פאטעטא, געוואנדן אין וואס מען טרעפט איינגעוויקלט אין פרידשידער און הארטן זילבער פעיפער), זיך לייגן מיט א ברענעדיגן מאגן און פייפעדיגן קאפ, ברויכעכדעכייך נישט זאגן וויפיל עצלות דער מאנטאגדיגער פריה מאגן ברענגט מיט זיך.
ארבעטן? דאס איז עפעס וואס לייגט זיך כלל נישט אויפן געדאנק. שוין ענדערש עסן נאכאמאל טשאלנט ווי איידער אנצוהייבן נוצן פריש דעם קאפ וועלכער איז שוין גענצליך אפגעוואוינט פין טראכטן, נאכן בלינדערהייט אויספאלגן צאללאזע באפעלן און די לעצטע 72 שעה.
דאס שענסטע וואס קען זיין איז אנצוקומען אין אפיס, עפענען דעם ווירטואלן פאסט קעסטעלע, הערויסקראצן די געזאמלטע פאסט, זיך טרעפן מיט אחים לצרה אינ’ם זעלבן שווערן מצב, און פרובירן זיך אויסצוטשוכען צום בעפארשטייענדן וואך ארבעט.
הכלל דינענדיג אלץ דיין ומורה צדק ביינונז אין די ווירטואלע געמיינדע, איז דאס דעתי העניה האמב”ל אפיניא”ן בלע”ז, ואקוה שבזה יצאתי ידי חובתי, ויה”ר שימצא למעלה חן ולמטה חנן לשביעת רצון יראי ה’ המושחרים על המחיה ועל הכלכלה לקיים מה שנאמר אשרי וכו’ עושה צדקה בכל עת זה המפרנס אשתו ובניו.
הק’ ערעב מיכל
עיין ערך קאנטרי, איך האף אז איר וועט בקרוב עפעס אויסהאמערען צו אנהייבן אן ענזדשויעבל מעריזדשט לייף וואס יעדער וועט הנאה האבן פון דיע וועלט
מנחם טייערער, אוזוי לאנג ווי די קענסט נישט פאררעכטן דיינע טייפינג ערארס, גלייב איך נישט אז די וועסט קענען עפעס אויסהאמערן אין די פארפלאנטערטע סיטואציע….
חוץ אפשר אפשיקן א נאכטמאל אויף אייערע קאסטן א יעדן זוטאג
ובכל אופן, ביני לביני וועט דער בעל-בית מוזן ארויסקומען מאנטאג.
מנחם, דאס האט נישט אויסגעפעלט, עס איז ווי מען זאגט א “טשיפ שאט” מיר אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל, ס’איז גארנישט ראנג ביים דיין אין שטוב, דאס איז דאס לעבן.
אז די האסט עפעס מחדש צו זיין ווי אזוי מען דרייט זיך ארויס פון זיין א קאר סערוויס זונטאג, אדרבא, לאמיר הערן, אבער עס מיינט נישט אז דער דיין באשטייט נישט זיין אייגן שטעטעלע.
אין מיינע אויגן איז מאנטאג צופרי די ערגסטע צייט צו באקומען די בעל הבית, סיי וועלעכע אנדערע טאג אין די וואך איז בעסער ווי מאנטאג. מאנטאג איז א טאג וואס איז געווענליך פון די ביזיעסטע אין וואך. יעדען טאג קען ווערן זייער ביזי אבער מאנטאג ווייסט מען פון פארויס פאר איך קום אריין אז עס גייט זיין העקטיק, מען קומט צוריק נאכן נישט זיין אין אפיס פאר צוויי אהאלב טאג עס איז דא ארבעט ביז איבערן קאפ. עס איז דא אסאך אימעיל’ס צו וואס מען דארף אנקומען, ריפלייען אדער סטאם שטותים, און ווען איך זעה א אימעיל פון בעל הבית וואס איך וויל גראדע באמת שטארק ליינען, האב איך אבער קיין צייט צו ליינען יעצט, און ווי איך וויל איך נישט האבן קיין אנריעד מעסידשעס, מארק איך עס ריעד מיטן חשבון אז ווען איך וועל האבן צייט וועל איך צוריק קומען דערצו. אבער למעשה ווערט עס שוין געווענליך נישט נאכאמאל געפענט.
די זאך איז אזוי, מאנטאג האט א מעלה, אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, עס איז א פרישע צייט, מען איז גרייט מקבל צו זיין, מען איז עפעס מער געמיטליך.
פון די אנדערע זייט קען מאנטאג זיין אמאל מער אנגעצויגן ווייל מען דארף אויסהערן מעסעזשעס, עס איז געווענליך דא מער אנגעזאמעלטע ארבעט.
נאך אלעם וואט איך פאר מאנטאג.
נישט קיין גרויסע נפק”מ, אבער נישט דאנערשטאג און פרייטאג
איך גלייב אז איר ווילט הערן אלע מיני הערות נישט נאר אויף די צייט פון ארויסקומען,
עס זעהט מיר אויס, פון דעם וואס איר זיכט א אדווערטייזמענט פאנדרעזער, ווי איר פיעלט אויכעט אז ס’איז נאך דא אסאך פלאץ זיך אויסצוברייטערען, לגבי ארטיקלען, עס זאל זיין מער ווי זדשאסט 6 קורצע ארטיקלען וכהנה וכהנה, ווי לאנג עס איך נאר אזוי קורץ איז פאר מיר גענוג 3 מינוט עס צו ליינען במילא איז נישט קיין גרויסע נפק”מ ווען ס’קומט ארויס,
אבער גראדע יעצט אין די זימער ווען יום ה, ו, ז, א, איז שלאפעדיג, איז זיכער אז ס’איז בעסער אז ס’קומט ארויס מאנטאג,
באקומען מוצש”ק, ממילא קען מען עס ליינען זינטאג, נישט אויפן בעה”ב חשבון,
anyday besides monday, as monday is too busy…. thank you