פארגעס נישט דעם יו עס בי

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

דורך: admin · דאטום: 2011-06-21
http://www.balboos.com/content/2011/06/פארגעס-נישט-דעם-יו-עס-בי/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
פארגעס נישט דעם יו עס בי

ווער טראגט זיך נישט היינט ארום מיט א USB שטעקעלע? ספעציעל אויב האט מען מער ווי איין קאמפיוטער און מען האלט דארט פיילס וואס מען וויל אלץ האבן צו די האנט.

די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען פארגעסט דעם שטעקעלע איינגעשטעקט אינעם קאמפיוטער און מען גייט אוועק, אמאל קען עס זיין א ערענסטע עגמת נפש און געלט שאדן ווען מען דערזעט זיך אן די וויכטיגע פיילס וואס מען האט גערעכנט צו האבן מיט זיך.  שוין אפגערעדט אויב מען לאזט עס איינגעשטעקט אין א פרעמדע קאמפיוטער, וואס דאן קומט צו די פראבלעם פון פרייוועסי,  ווי די פיילס קענען זיין אויסגעשטעלט צו אומגעוואונטשענע אויגן.

ווער רעדט נאך אויב האט מען געניצט א פובליק קאמפיוטער, דאן איז זייער מעגליך אז די פיילס וועט מען מער קיינמאל נישט זען, וואס קען מאנכע מאל זיין א אומערזאצבארע שאדן.

באקענט זיך מיט “יו עס בי אלערט” כשמו כן הוא, עס געט ארויס אן אלערט מעסעזש אויב איר פארמאכט אדער פארשפארט (locked) דעם קאמפיוטער בשעת א יו. עס. בי. דרייוו איז נאך איינגעשטעקט. עס איז גענוג קלוג צו פארשטיין די חילוק פון א יו עס בי שטעקעלע און א אנדערע יו. עס. בי. מאשינקע וואס איז יא די שטייגער צו לאזן איינגשטעקט אין קאמפיוטער (ווי צב”ש א ליידיגע מעמארי קארד רידער).

פארשטייט זיך, דאס וועט נאר העלפן אויב איר פירט זיך אלץ צו פארלעשן דעם קאמפיוטער איידער איר גייט אוועק. אבער אויב איר טוט עס נאך נישט ביז היינט, איז סייווי גוט זיך איינצוגעוואוינען דערצו, ווייל עס שפארט עלעקטעריק ווי אויך פארלענגערט עס די לעבן פונעם קאמפיוטער.

עס איז א פרייע דאונלאעד, און איז אוועליבעל אויך אין א “פארטעבל” פארמאט, ספעציעל געאייגענט ארויפצולייגן אויף די יו עס בי גופא אין פאל מען נוצט א פרעמדע קאמפיוטער. אויף די אייגענע קאמפיוטער איז אלץ בעסער צו אינסטולירן, ווייל נישט אלץ געדענקט מען צו עפענען דעם פראגראם.

http://www.usbalert.nl/usbalert/download.php

אויף איינע פון מיינע קאמפיוטערס (וווינדאוס 7 X64) האט די אויבנדערמאנטע פראגראם נישט געהעריג אויסגעארבעט, עס דערמאנט זיך אביסל צו שפעט ארויסציגעבן דעם אלערט.

עס איז דא א צווייטע פראגראם מיט די זעלבע פונקציע וואס ארבעט יא, עס הייסט “פלעש ריקאל”. עס האט נאך א מעלה אז עס נוצט די אינעווייניגסטע ספיקער (אויף די מאדער באורד) גוט אויב איר האט נישט קיין געהעריגע ספיקער. עס איז שענער אין אויסזען אויך. עס האט א קליינע חסרון, אז אויב האט מען איינגעשטעקט מער פון איין יו עס בי, וועט עס ארבעטן נאר אויף איינס פון די צוויי. אבער רוב מענטשן ניצן סיי ווי נישט צוויי יו עס בי שטעקעלעך אויפאמאל.  והבוחר יבחר.

http://www.byteboosters.org/flashrecall/index.htm

 

כ׳ סיון תשע״א at 5:16 pm#2
פארגעס נישט דעם יו עס בי

איך האלט עס אויף מיין שליסל האלטער, אזוי פארגעס איך עס קיינמאל נישט. ווייל איך קען נישט פארמאכן די טיר אן דעם.

כ״א סיון תשע״א at 11:11 am#3
פארגעס נישט דעם יו עס בי

גיט
אבער וואס זאגט דא דער בעל בית אז אויסלעשן א קאמפיוטער איז גיט פארן קאמפיוטער עני עדישאנעל אינפארמעישאן עוועיליבל? און וואס טוט זיך מיט לאקן די קאמפיוטער?

כ״ד סיון תשע״א at 11:49 am#4
פארגעס נישט דעם יו עס בי

זרח, די אישו פון יא אדער נישט אויסלעשן דעם קאמפיוטער איז שוין גאר אן אלטע; און עס זענען פאראן מיערערע שיטות, אלעס מיט זיינע מעלות און חסרונות.

די מעלות פון יא אויסלעשן יעדע נאכט, עס שפארט אייך די עלעקטעריק, אלע חלקים פונעם קאמפיוטער ווערן “רעטשארדזשד”, וכו’, אבער מצד שני זענען דא וואס זאגן אז צופיל ON און OFF טוט לייגן שטארקע דרוק אויפן קאמפיוטער, בקיצור עס איז נישט פאראן קיין קלארער תירוץ עד היום.

למשל, זעה דא פאר מער באריכות:

http://ask-leo.com/should_i_turn_my_computer_off_at_night.html

אונטערשטע זורה, אני הק’ פיר זיך, און אזוי רעקאמענדיר איך פאר אנדערע, צו נעמען דעם מיטל וועג, איך פארלעש נישט יעדע נאכט, אבער לכה”פ איין מאל א וואך (געווענליך אויף שב”ק) איז רעקאמענדירט.

כ״ה סיון תשע״א at 9:51 am#5
פארגעס נישט דעם יו עס בי

איינשטימינג מיט שמעלקא, אויף דער ןויעקענד לעשט מען אויס