וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: קרח תשע"א · בעל-בית נומער: 45 · דאטום: 2011-06-21
http://www.balboos.com/content/2011/06/וויאזוי-זאל-איך-פארן-אין-קאנטרי/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

נאכן איבערטראכטן די געדאנקען פון ערשטן פרק, צי מען זאל בכלל ארויספארן אין קאנטרי, און אז איר באשליסט אז יא, איר וועט אי”ה פארן אין קאנטרי, ווייל איר האלט עס פאר וויכטיג אזוי צו טאן צוליב סיי-וועלכע סיבה, דאן איז כדאי צו געבן נאך א קלער “וויאזוי זאל איך פארן”?…

מיר מיינען נישט צו זאגן אז איר זאלט דאגה’ן “וויאזוי צו פארן”… מיט וועלכע קאר סערוויס אדער מיט וועלכן באס… ניין! מיר רעדן פון א יסודות’דיגן בליק און מחשבה, צו טראכטן “אויף וועלכן אופן” זאל איך פארן אין קאנטרי? וואו אהין זאל איך פארן? וויפיל געלט זאל איך אויסגעבן?

וואס מער און לענגער מען טראכט איבער אזעלכע פראגן איידער מען “טאנצט אריין” אין קאנטרי, אלץ מער צופרידענער גייט מען ארויס פונעם זומער, און “מיט גאנצערע ביינער”…

דער פשוט’ער און אויפריכטיגער ענטפער איז: “וויפיל קען איך באמת עפארדן?”!

צו אלעם ערשטן איז גוט צו נעמען אין באטראכט, אז די רענט פאר די באנגעלאו איז פון די גרעסטע הוצאות פונעם זומער, דעריבער איז כדאי צו פרובירן מיט אלע כוחות דאס צו רעדוצירן, (פארשטייט זיך אויף א פראקטישן אופן, נישט זיך אריינרוקן מיט א גרויסע משפחה אין א קליינטשיקע דירה וואס איז ד’ אויף ד’, אונטער שווערע אומשטענדן, און אזוי ארום שפארן געלט…)

אבער איר קענט מעסטן און שאצן אויף א נארמאלן אופן.

צום ביישפיל:

אויב וועט איר זיך קענען אן עצה געבן אין אן 1 בעדרום באנגעלאו, דאן איז נישט כדאי צו נעמען א 2 בעדרומ’דיגע, אזוי אויך אויב דארפט איר 2 בעדרומ’ס, נעמט נישט קיין 3 בעדרומ’דיגע. כאטש ס’וועט אייך זיין מער באקוועם א גרעסערע באנגעלאו, איז גוט צו נעמען אין חשבון אז איר וועט אסאך מער הנאה האבן פונעם איבריגן געלט, ווי פון די איבריגע פלאץ אין די באנגעלאו.

נאך א ביישפיל:

באטראכט אייער בערזל און פרעגט זיך אליין: מוז איך טאקע פארן אויפ’ן גאנצן זומער, אדער אפשר איז גענוג א האלבן זומער? אפשר איז מיר גענוג א וואך וואקאציע, אדער מעגליך גאר נאר איין שבת (א וויקענד)? איז כדאי אויסצוגעבן דאס גאנצע אפגעשפארטע געלט אויף איין זומער? איז כדאי ארויסצונעמען א הלואה אויף די צווייטע האלב זומער? פון וואו וועל איך עס באצאלן? ווי שווער וועל איך נאכדעם דארפן ארבעטן, און ווילאנג וועט מיר דויערן עס צו באצאלן? וועט מיר זיין גענוג צייט צוריק אנצופולן די קאסע אויף די הוצאות פון סוכות און דעם ווינטער סעזאן?

די שווערסטע איז פאר פרישע יונגעלייט זיך צו פרעגן און ענטפערן אזעלכע פראגן, ווייל עס געדויערט צייט ביז ווען א מענטש ווערט גענוג באזעצן און אחריות’דיג, און ביז ווען ער “כאפט” זיך אז געלט וואקסט נישט אויפן בוים… בדרך כלל, ווען מען איז יונג, די הוצאות זענען נאכנישט אזוי גרויס, און מען האט עטליכע טויזנט דאלער אין טאש, לאזט מען זיך גרינגער איבעררעדן אז ס’איז כדאי אויסצוגעבן דאס געלט.

דעריבער דארפן פרישע “קאפעלס” דאפלט שטארק אכטונג געבן, און אויב פילט מען אז ס’איז גוט צו גיין אויף א וואקאציע, איז אנשטאט אויסצוגעבן דערויף אסאך געלט, זאל מען ענדערש איינציען אביסל די לענג און באקוועמליכקייט פון די וואקאציע, כדי צו קענען עווענטעל הנאה האבן פונעם געלט אויף פיל וויכטיגערע און בעסערע הוצאות.

עס זענען פארהאן אסאך ערליי ערטער וואו צו פארן. מען קען ארויסנעמען א באנגעלאו, אדער דינגען א צימער אין א האטעל, אדער א מאטעל, א.א.וו.. מענטשן קוקן געווענליך אויף אלע ארומיגע זאכן, ס’זאל זיין כשר’ס, א ביהמ”ד, א מקוה, שכנים, א.א.וו., אבער מען טאר נישט פארגעסן פון די לעצטע פראגע: וויפיל קען איך באמת עפארדן…???

י״ט סיון תשע״א at 5:38 pm#2
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

די טעמע איז באמת זייער א וויכטיגע און ליידער אויך אן אנגעווייטאגטע אופן היי יעריגער סיזאן איז שוין אביסעל צו שפעט ווייל ווער עס וויל פארן אין קאנטרי האט זיך שוין מסדר געווען מיט א באנגעלא און אויך גיגעבען א דיפאזיט אלע שכנים ווייסן שוין אז מען פארט אין קאנטרי במילא איז שוין זייער שווער צירוק צו ציען, אבער אויף איבערענס יאר (משיח זאל שוין אוודאי דא זיין) וועט דער ארטיקעל שייך זיין.
ווי איך קוק מיך ארום זעה איך אז איינס פון די הויפט פראבלעמען וואס מאכן זיך ביי יונגעלייט פאר וואס זיי פארן און קאנטרי איז ווייל די שכענטע פארט אדער די שוועסטערס פארן וכדומה, נו, ווי קען מען בלייבן אינטערשטעליג, דער מאן פון זיין זייט וואלט מוחל געווען אויף די גאנצע קאנטרי געפאראכטס, ער ארבעט צו שווער אז ער זאל זיך ערלויבן צו פארפאטשקענען נאך א 6-7 טויזענט דולר, אבער דאס ווייב וויל נישט הערן דערפון, די גמרא זאגט דאך אין אשה מתקנא אלא בירך חברתה, נו, זאל זי גיין פארציילן פאר אלע שכנים און שוועסטערס אז איר מאן פארדינט נישט אזויפיל ?עס פארלאנגט זיך פון א פרוי אויסערגעווענליכע גבורת הנפש צו קענען באקעמפען די געפילען, איך ווייס נישט וואס די ריכטיגע עצה איז, אפשר וואלט זיך ווען געדארפט שאפן עפעס אן ארגעניזאציע וואס זאל געבען אויפקלערינגס דרשות פאר פרויען ווי אזוי איבער צו קומען אט די גרויסע שוועריקייט מענטשען וואלטן זיך געשפארט אסאך עגמ”נ,
אלענספאל די טעמע איז זייער א גוטע און וויכטיגע, מען קען עס נאך אסאך מער צולייגן דעם אופן ווי אזוי מען פארט און קאנטרי, וויפיל מענטשען ספענדען פאר קליידונג שפילצייג וכדומה, איך געדענק אלס קינד האט מען געוויסט אז און קאנטרי נעמט מען מיט אלע אלטע בגדים אפילו אפגעוועטשטע ווייל און קאנטרי ווי די קינדער שפילן זיך מיט זאמד א גאנצן טאג איז אשאד אז מ’זאל צורייסן די שיינע בגדים, אבער היינט ? וויפיל ספענדען מענטשען פארן קאנטרי סיזאן אויסצושטאפירן זייערע קינדער מיט נייע קליידער קליינע גרויסע מיידלעך יונגלעך אלעס דארף מעטשען, וכו וכו , פרעגטס נאר די דרייגודס געשעפטן און די שיך סטארס זיי שארן גאלד יעצט , איז פאר וואס פעלט דאס אויס , דעס אליינס ליידיגט אויס די טאש מיט נאך א 1000 צו 2000 דולר ממש א הימל געשריי
דער נושא קען מען נאך אסאך אויס ברייטערען כהאב געשריבן גאר בקיצור וואס איך שריי שוין יעדעס יאר
המצפה לרחמי שמים
שמחה

כ׳ סיון תשע״א at 1:10 pm#3
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

שמחה’לע, כל מלה בסלע!

כ׳ סיון תשע״א at 2:09 pm#4
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

באמת רעדט קרן עזר זייער צו דער זאך, ווי דער עולם וואס קען מיך וועט מעיד זיין אז איך האלט בשיטה מיט יעדע ווארט וואס זיי זאגן, אבער איין מינוט, זיי רעדן נאר פון איין פועל יוצא אויפאמאל, די זאכן זענען פשוטע יסודות אינעם לעבן וואס מ’דארף לערנען מיט קינדער און עלטערן אנגעהויבן פון די צען יאר אלט, אדער נאר פריער, סא וואס איז שייך צו טוישן א מענטשן’ס מיינונג אויף איין נקודה ווען די גאנצע לייפסטייל איז צופארן?
איך האלט בשיטה אז פאר מ’האט חתונה דארף מען נעמן לעסאנס ווי אזוי צו מענעזדשן געלט, אינקאם מיט עקספענסעס, סיי מאן און סיי פרוי, ווי אזוי קען א מענטש וואס איז געוואן צוגעוואוינט צו א לעבן אן א חשבון, ווי אלעס קומט פון די טאטענס קראן, פלוצים אנהייבן צו פארשטיין צו מענעזדשען געלט?

כ׳ סיון תשע״א at 2:30 pm#5
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

מנחם כתב: איך האלט בשיטה אז פאר מ’האט חתונה דארף מען נעמן לעסאנס ווי אזוי צו מענעזדשן געלט, אינקאם מיט עקספענסעס, סיי מאן און סיי פרוי, ווי אזוי קען א מענטש וואס איז געוואן צוגעוואוינט צו א לעבן אן א חשבון, ווי אלעס קומט פון די טאטענס קראן, פלוצים אנהייבן צו פארשטיין צו מענעזדשען געלט?
ע”כ.

מנחם טייערער, איך האב עס געכאפט אין א אויגן בליק! אקעי, עפטער אלל בינעכדעך אלץ געווען דער עילוי פין ישיבה, אבער איך מיין אז א נארמאלער מענטש כאפט זייער שנעל דעם קאנצעפט פין אחריות’דיג אויסגעבן געלט, די וואס נישט זענען טאקע אין בעד שעיפ.

כ׳ סיון תשע״א at 2:48 pm#6
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

טייערער ערעב מיכל, איך זאג שוין לאנג אז דא דרייען זיך די עליטע פון כלל ישראל, אבער אינז לעב מיר דאך מיט אז רוב אידן אין ביהמ”ד זענען פון דיע אויף וועם די זאגסט אז זיי זענען אין בעד שעיפ, פאר זיי איז דא געזאגט געווארן,

כ״א סיון תשע״א at 11:04 am#7
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

א מענטש דארף האלטן דערביי איך מיין אז לערנען טוט נישט צופיל אויף מען דארף נאר מוסרן ביז ער מאכט א קבלה טובה

כ״א סיון תשע״א at 11:08 am#8
וויאזוי זאל איך פארן אין קאנטרי?

יעדער מענטש פארשטייט אז קויפן פרישטאג און לאנטש יעדען טאג און רעסטאראנט און צומאל א טעימה קלה אינמיטן טאג איז א געלט פארשווענדעניש על לא דבר קיינער דארף עס נישט מסביר זיין מען דארף נאר מסביר זיין פארן מענטש אז ער פארט אויף א גליטשיגע ראוד דאס איז א זאך וואס א מענטש דארף וועלן נישט פארשטיין ווייל יעדער פארשטייט עס במילא

כן נראה לענ”ד
הצעיר באלפי בעלי בתים
הק’ זרח