זענט איר “אין די גוסטע?”

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: קרח תשע"א · בעל-בית נומער: 45 · דאטום: 2011-06-21
http://www.balboos.com/content/2011/06/זענט-איר-אין-די-גוסטע/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
זענט איר “אין די גוסטע?”

ווען איר גייט אדורך א שווערער צייט, צי אין די ביזנעס, צי אין אייער פערזענליכער לעבן, איז גאר גרינג צו ווערן אראפגעקלאפט און צובראכן. אבער אויב פאלגט איר נאך די פאלגענדע שריט זיך צו האלטן אין א גוטער גוסטע אלעמאל, וועט איר זעהן וויפיל איר קענט פארדינען אפילו ווען זאכן גייען נישט ווי איר וואלט געוואלט.
-    שטימט צו מיט זיך אז איר ווילט נישט זיין אין דעם שלעכטע גוסטע. עס הערט זיך אפשר פארשטענדליך, אבער עס איז גאר וויכטיג און אפטמאל פארגעסט מען פון דעם נקודה. טראכט פון דעם: ווען א מענטש איז אויפגעברויזט, וועט ער געווענליך נישט וועלן אז אנדערע זאלן אים פרובירן צו דערפרייען ווייל ערגעץ טיף אין זיין הארץ וויל ער בלאזן. אבער אויב איר זאגט זיך, “איך בין גרייט צו גיין ווייטער און ארויסקרוכן פון דעם שלעכטער גוסטע,” זענט איר גרייט פארן נעקסטן שטאפל.‬
-     מאכט קלאר צו וועלכער געפיל איר ווילט אנקומען. עס איז נישט גענוג צו זאגן, “איך וויל שוין נישט זיין אנגעזעצט.” איר מוזסט וויסן צו וואו איר צילט כדי דאס צו דערגרייכן. אייער ציל קען זיין עפעס ווי: איך וויל זיין ראויג. צופרידן. סטאביל. ‬קאנטראלירט. געבעוודיג. קיין חילוק וואס עס איז, געבט עס א נאמען.
-    טוהט גלייך למעשה. ווען איר ווייסט וואו איר ווילט אנקומען, פרעגט זיך, “אויב איך וויל אויפהערן צו שפירן — און איך וויל אנהייבן צו שפירן–, וואס מוז איך טוהן?” טראכט פון זאכן וואס איר דארפט טוהן, אדער פרעגט אנדערע פאר עצות. איר קענט זיך פרעגן די פאלגענדע פיר קשיות צו האבן א קלארערע ליסטע. (עס לוינט זיך אפילו זיי צו מעמאראזירן אז איר זאלט זיך קענען פרעגן די שאלות אין יעדער צייט.)
א. אויף וואס דארף איך צילן צו שפירן אזוי און אזוי?‬
ב. וואס דארף איך טוהן ערשט צו אנקומען צו מיין ציל?‬
ג. אין וועלכע סביבה דארף איך זיין צו שפירן דעם וועג ווי איך וויל שפירן?‬
ד. וואס מוז איך זיך זאגן צו שפירן אזוי?‬
עס זעהט אויס ווי א קאמפליצירטע ליסטע פון זאכן און מחשבות, אבער דער אמת איז, אז איינמאל איר הייבט אן טראכטן אין דעם ריכטונג, וועט איר 9 פון 10 מאל נישט דארפן טוהן יעדעס שריט. איר וועט זיך צוגעוואוינען צו טראכטן אין אזא וועג וואס צילט צו שפירן גוט און טוהן וואס איז ריכטיג.
די קוואליטעט פון אייער לעבן דרייט זיך ארום די רייד וואס איר רעדט צו זיך און די שאלות וואס איר פרעגט זיך. אויב איר האלט זיך אין איין פרעגן, “פארוואס פונקט מיך?” אדער, “וואס קען איך טוהן?” וועט איר זיך פאראלאזירן. אבער, אויב פרעגט איר זיך, “וואס קען איך טוהן יעצט, מיט וואס איך האב, פון וואו איך שטיי, צו שפירן גוט?” לייגט איר זיך אריין אין א פאזיציע פון כח! טרענירט זיך צו פרעגן גוטע פראגעס פון זיך! טרענירט זיך צו זיין דער וואס פארעמט אייער מוט און גיסטע! איר קענט דאס טוהן!