אין ביהמ”ד האט מיר א איד פארקויפט א פריש ערשינענע קונטרס מיטן נאמען “שמחת החיים” וואס איז א ליקוט פון דרשות פון הגה”צ רבי אביגדור מיללער זצ”ל, וואס איז באקאנט מיט זיינע טיפע רעיונות און בליקן אויפן מהלך החיים.
עס איז מיר גאר אינטערסאנט געווען דער פראקטישער בליק וואס רבי אביגדור זצ”ל האט געשאנקן פאר ארבייטער, אנדערש ווי די געווענליכע מהלך המחשבה אז ארבעטן איז א שווערע חלק פונעם לעבן. און איך וויל עס דא מיטטיילן מיטן חשוב’ן בעל בית קרייז ליינער.
איך וועל ציטירן די לשון פון רבי אביגדור בקונטרס הנ”ל פרק ד’ און ח’:
די הנאה פון ארבעטן
נאך א טאג טעגליכע הנאה וואס מענטשן שאצן געווענליך אונטער איז די הנאה פון ארבעטן. דאס אליין אז א מענטש האט ארבעט, ער האט וואס צו טון איבער’ן טאג איז פון די גרעסטע הנאות פון לעבן. “בעבידתי טריד” ווען מענטשן זענען פארנומען מיט זייער פרנסה זוכן זיי נישט נאך קיין נארישקייטן נאר זיי זענען צופרידן. “גדולה מלאכה” ווי גרויס איז די ברכה פון ארבעט! מען שטייט אויף צופרי מען דארף מאכן פרנסה, גיין אין אפיס, אין פעקטארי. עס איז אן הנאה אז מען קען גיין ארבעטן, דאס איז די מענטשליכע נאטור.
גדולה מלאכה שמחממת את בעליה (גיטין ס”ז ב), ארבעט ווארעמט אן דעם מענטש און עס מאכט אים פילן גוט. די וואס ארבעטן נישט ווערן קראנק. רוב מענטשן ווערן משוגע ווען זיי האבן נישט וואס צו טון. עס איז א גוטע טעראפי, מען דארף נישט קיין סייקאלעדזשיסט! מען דארף א בעל הבית! דאס איז געזונט פאר’ן מח! עס איז זייער וויכטיג צו זיין פארנומען און דאס איז א חלק פון די צופרידנהייט פונעם לעבן. מען זאל נישט צוריק טראכטן מיט חרטה אז מען האט פארברענגט אזויפיל יאר אומזינסט צו ארבעטן. ארבעטן איז א ברכה! ווען א מענטש איז ארבעטסלאז איז ער אין א גרויסע סכנה.
אז מיר וועלן אין דעם אריינטראכטן, וועלן מיר פארשטיין אז דער אויבערשטער האט אונז באגאסן מיט אזויפיל גוטס, און ער האט אונז ערמעגליכט אנצופירן א דערפאלגרייכן לעבן. און דער ציל פון דעם אלעם איז, אז מיר זאלן אנערקענען זיין גוטסקייט, מיר זאלן זינגען צו אים, און מיר זאלן פארפילן די עיקר תכלית פון אונזער לעבן וואס דאס איז “טוב להודות לה’!”.
(שם בפרק ד’)
עס איז וויכטיג צו וויסן אז נישט נאר איז עצבות א זינד, נאר עס קען אריינפירן דעם מענטש אין א כראנישע דעפרעסיע ח”ו. דערפאר דארף מען דאס אפשטעלן גלייך אין אנהייב…
א גוטע רפואה קעגן עצבות איז צו ווערן פארנומען, אזויווי מיר זעען פון די גמרא אז אט די צוויי זאכן, זיין צופרידן און זיין פריש און מונטער גייען אינאיינעם: “לא מתוך עצבות ולא מתוך עצלות”. דערפאר וועט פארנומענקייט אים ערמעגליכן צו קענען פארמערן זיין שמחת החיים.
ווען איז א מענטש טרויעריג? ווען ער טוט גארנישט, א פארנומענער מענטש איז געווענליך נישט צוגעלייגט. ווען א מענטש איז פארנומען איז ער א גוטער מענטש, דאקעגן ווען ער ארבעט נישט זאל מען אים נישט געטרויען! ווייל עצבות און עצלות גייען צוזאמען.
עד כאן לשונו.