קען מען שפארן אין קאנטרי?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: חקת , תשע"א · בעל-בית נומער: 46 · דאטום: 2011-06-28
http://www.balboos.com/content/2011/06/קען-מען-שפארן-אין-קאנטרי/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
קען מען שפארן אין קאנטרי?

מיר וועלן דא אויסשמועסן עטליכע פרטים, וואס אפילו עס איז נוגע א גאנץ יאר אויך, איז די סדר פון מענטשן מער נאכצולאזן אין קאנטרי פון די גאנץ יעריגע פארזיכטיגקייט.

קליידונג
א פרישע הוצאה וואס קומט אויף פאר’ן זומער, איז: קליידונג.
ביז לעצטנס פלעגט מען זומער אין די קאנטריס נוצן פשוט’ע שטוב קליידער, און מען האט בלויז מיטגענומען דאס וואס מען האט אינדערהיים. ס’איז קיינעם אפילו נישט איינגעפאלן זיך “אויסצושטאפירן לכבוד די קאנטרי”.
לעצטנס האט זיך דאס אויך געטוישט, און גאנץ אפט לאזן זיך פרויען ארויס איינצוקויפן קליידער, ווייל זיי ווילן געפעלן די זומערדיגע שכנים, און זיין אנגעטאן “בעסער”… דאס זעלבע איז אויך ביי קליידונג פון די קינדער, מ’וויל זיי אנטאן “אנשטענדיג”…
ס’איז אבער נישטא מיט וואס זיי מקנא צו זיין… איר דארפט בכלל נישט קעמפן מיט אייער יצר הרע אויף דעם… ווייל איר ווייסט באמת נישט וואס עס טוט זיך ביי יענעם אינדערהיים, און איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל “בעסערע” מענטשן שטעלן אָן א פנים אויף די גאס, אבער שטילערהייט איז ביי זיי דער מצב פיל “ערגער” פון אייך! און ווי ווייט זיי זענען נעבעך “אומ-אנשטענדיג” צו זייערע בעלי חובות!
דעריבער זאלט איר זיך אוודאי צוריקהאלטן פון קויפן ספעציעלע “קאנטרי” אדער “זומער” קליידער, אין א צייט ווען איר קענט זיך באגענוגען מיט די געווענליכע שטוב-קליידער!
מסקנה
א קלוגער איד כאפט נישט קיין התפעלות פון אנדערע וועלכע לויפן ארום איינקויפן נייע קליידער מיט געבארגטע געלטער… אדרבה, אויב ווילט איר זיך שפירן “אנשטענדיג”, טראכט אביסל קלוגער. ענדערש קויפט נישט איין “יעצט” קיין אומוויכטיגע קליידונג, און לייגט אוועק דאס געלט פאר וויכטיגערע געלעגנהייט, צב”ש אויסשטאפירן די קינדער פאר סוכות, פאר א שמחה, צאלן שכר לימוד, אוועקלייגן פאר חתונה-מאכן א.א.וו.!

טראנספארטאציע
“קאנטרי טראנספארטאציע” איז אויך א גרויסע הוצאה, וואס איז א “מוז”, און אויבנאויף איז נישטא וואס צו טאן דאס צו פארמיידן.
אבער, אז מען געוואוינט זיך איין צו לעבן אויסגערעכנט מיט א חשבון, און מען לייגט צו אביסל מחשבה וויאזוי צו שפארן געלט, קען מען גאנץ לייכט איינציען די קאסטן פון טראנספארטאציע אפילו צו די העלפט!
צום ביישפיל: עטליכע שכנים קענען זיך צוזאמנעמען, און ארויסשיקן אינאיינעם זייערע געפעק; מען נעמט א גרעסערע “טראק” אדער א “באס” פאר מערערע משפחות צו פארן אינאיינעם; מען נוצט במשך די זומער חדשים די פובליק טראנספארטאציע, א.א.וו..
דער פראבלעם איז נאר, אז מען לייגט נישט קיין געוויכט דערויף, און דערפאר קאסט אפ די טראנספארטאציע זעלבסט שווערע הונדערטער דאלארן, אדער נאך מער.
בפרט די וועלכע פארן אריין און ארויס גאנץ זומער, און מען נארט זיך אליין אז עס איז באקוועמער צו דינגען אדער קויפן אן אייגענע קאר און זיין א “מענטש” פאר זיך, בשעת ווען נאך עטליכע חדשים דערזעט מען זיך מיט ערנסטע הוצאות, מארטגעדש, אינשורענס, גאזאלין – וואס איז, אגב, לעצטנס גאר שטארק געשטיגן – חוץ אלע שאר ירקות וואס עס שלעפט אריין אזוי בדרך אגב, ווי רעגיסטראציע, א קאר סיט, פארריכטן פראבלעמען, אן אויל טשעינדזש, א.א.וו., וואס קאסטן אפ פילפאכיג מער ווי נעמען יעדעס מאל עקסטער די פאבליק טראנספארטאציע, אדער זוכן א ‘היטש’ מיט א חבר, וכדומה.
שוין אפגערעדט פון דעם, וואס פרישע יונגעלייט דינגען זיך קארס ארויסצופארן אויף א שבת, וואס אט די קליינע הוצאות קענען דערנאך צוברענגען צו אנדערע, מען לערנט זיך אויס צו דינגען א קאר…, מ’נוצט א קרעדיט קארד… מ’הייבט אן צו שפירן דעם (ביטערן…) טעם, און די חובות הייבן זיך אן צו זאמלען אזוי אומבאמערקט.
מסקנה
מיט אביסל מחשבה קענט איר איינשפארן הונדערטער דאלער פון טראנספארטאציע, יעדן זומער באזונדער, און אייער לעבן וועט אי”ה ‘פארן’ אסאך גרינגער…!

שאפינג
איינע פון די גרעסטע פראבלעמען און געלט פארשווענדענישן איז “גיין שאפינג”.
ס’איז אינטערעסאנט. עס הייבט זיך עס אן מיט זוכן מציאות פאר “ביליג”, און עס ענדיגט זיך מיט גאר “טייער”… שוין אפגערעדט אויב מען גייט אומוויכטיג שאפינג און מ’באנוצט זיך מיט’ן “קרעדיט קארד” א.ד.ג. ווי מ’שפירט נישט אז מ’האט אויסגעגעבן געלט פון טאש, וואס דאס איז א חורבן נורא (און עס פארלאנגט א באזונדערע קונטרס, ועוד חזון למועד אי”ה).
וויבאלד עס איז אזוי שטארק איינגעגעסן, און פאר פילע מענטשן איז אפילו שווער צו פארשטיין וואס ס’איז שלעכט דערמיט, דעריבער מוזן מיר עס אביסל ברייטער ארויסברענגען, כדי מען זאל זיך כאפן וואספארא אויגנפארבלענדעניש עס איז, און ווי טייער עס איז.
איר דארפט געדענקען, אז די סוחרים פארשטייען גאר גוט צו זייער ארבעט. זיי ווייסן אז אין די זומער טעג פילן זיך די פרויען אביסל לאנגווייליג, און בכלל לעבט מען מער אינאיינעם און מען “האלט מיט” ווען די שכנ’טע גייט שאפינג… קומען זיי דעריבער ארויס מיט גרויסע טראקס כדי “מזכה צו זיין דעם עולם” מיט שפאט ביליגע מציאות…
פארוואס דען נישט? צייט האט מען איבריג, און ווען 2-3 פרויען גייען קויפן, ווערט א “ווינט” אין די קאנטרי: “מען גייט שאפינג”…! דערנאך קומט מען צוריק און יעדער ווייזט פאר די אנדערע וואס מ’האט געטראפן… און אויב איינע האט גארנישט געטראפן, רעדט זי זיך איין אז זי איז “נעבעך ארויסגעפאלן”…! אבער זי כאפט זיך נישט אז זי האט זיך איינגעהאנדלט “מנוחה”, “שלום בית”, “געזונט”, א.א.וו., און עס האט איר ב”ה גארנישט געקאסט…
נאך א שטארקע נקודה: ווען מען זיצט אויף די גראז נעבן באנגעלאו, פילט מען אפילו נישט אז עפעס פעלט. מען איז גליקליך און צופרידן, און מען דארף בכלל נישט אזויפיל זאכן. גאר אנדערש איז אבער ווען מען דרייט זיך ארום צווישן די פאליצעס אין א גרויסע דעפארטמענט סטאר, פלוצלינג דערמאנט מען זיך אז דאס האט מען שוין לאנג ארומגעזוכט, יענץ איז פונקט צו באקומען ‘יעצט’ פאר שפאט ביליג, אזא סעט קען גוט צוניץ קומען פאר א שמחה, א.א.וו.
אמת, דאס ארומגיין שאפינג איז א געשמאקע זאך און אויך א גוטע צייט-טרייבעריי, מען שפאצירט ארום, מען קוקט זיך אום, א.א.וו.. אבער געדענקט: די הנאה האט א גרויסן פרייז, עס קאסט אפ אזויפיל געלט, אז ס’איז פשוט נישט ווערד די גאנצע הנאה פון גיין שאפינג!
באזונדער דארף מען זיך אפשטעלן און שרייבן איבער די לאנגע פרייטאגס און זונטאגס, ווען די מענער קומען ארויס אין קאנטרי. אנשטאט דער יונגערמאן זאל האבן אביסל צייט און מנוחה, זיך ארויסצוזעצן צווישן די ביימער און געשמאק פארברענגען, אריינקוקן אין א אידיש ספר, אויסהערן די ווייב און קינדער, כאפן א דרימל, א.א.וו., לאזט מען זיך אנשטאט ארויס “שאפינג”.
מיר רעדן שוין נישט וויאזוי מען קוקט דערויף פון א תורה’דיגן שטאנדפונקט, וואס דער עיקר פון די קאנטרי איז דאך צוליב די “שמירת עינים” און אפגעהיטנקייט, און אויסצונוצן די פרייע צייט פאר תורה און מצוות. און דא לאזט מען זיך ארויס אין אלע גוי’אישע פלעצער און שאפינג מאללס, און מען נעמט נאך מיט די קינדער אויך, וואס דאס איז ווייט נישט קיין “סגולה אויף יראת שמים” און פאר “ערליכע קינדער”.
נאר אפילו אין פראקטישן גשמיות’דיגן לעבן, איז דען נישט דער זומער אלעמאל באטראכט געווארן אלס די פאסיגסטע צייט ווען עלטערן זאלן מער פארברענגען מיט די קינדער? אויב ארבעט מען אזוי שווער א גאנצע וואך, אפגעזונדערט פון די ווייב און קינדער, און מען קומט שוין ענדליך ארויס צו די משפחה, איז עס נישט נאטורליך צו געבן אן אטעם אפ, און זיך ארויסזעצן מיט זיי אונטער די שאטן פון די ביימער? לערנען א גרינגן לימוד, פארציילן א שיינע מעשה, אויסהערן זייערע חכמה’לעך, און אפילו שפילן א געים, א.א.וו.
אדרבה, אין אט די טעג, איז די בעסטע געלעגנהייט צו ווערן נאנט מיט די קינדער (וואס איז – ווי באקאנט – איבערהויפט וויכטיג אין די היינטיגע צייטן), און עס איז די ביליגסטע און בא’טעמ’טסטע הנאה צו פארברענגען מיט די קינדער, ברוחניות ובגשמיות. נו, פארוואס זאל מען אלעס אפלאזן און זיך צווינגען ארויסצוגיין שאפינג? און נאך דערצו אויסגעבן געלט?
דעריבער, האלט פאר אייערע אויגן: ווען מ’זוכט “מציאות”, דערלייגט מען אסאך מער! סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווייל ווי ביליג עס זאל נאר זיין, איז אבער צו בלייבן אינדערהיים גענצליך אומזיסט!
מיר רעדן נישט פון ווייטע חששות, פון וואס עס “קען” אלץ פאסירן… מיר ווייסן ליידער די אמת’ע פאקטן. אידן קומען אריין נאכ’ן זומער און בעטן זיך מיט טרערן אז מ’זאל זיי ארויסהעלפן! וואס איז געשען? אין די זומער וואכן זענען זיי געווען א “לייט” און געגאנגען שאפינג…
מסקנה
אויב דארפט איר נישט עפעס ספעציעל איינקויפן, נאר איר ווילט פשוט גיין שאפינג ווייל איר זוכט אביסל “הנאה”… דאן לייגט ענדערש אוועק דאס געלט אין א גמ”ח, אין באנק אדער אין סיי וועלכע אינוועסטמענט… אזא הנאה האלט זיך אסאך לענגער!!!…