אין יעדע מענטש’ס לעבן זענען דא פילע צייטן וואס פארלאנגען פון אים אז ער זאל נעמען ריזיקעס. נישט אלעמאל איז ער אבער גרייט דערפאר ווייל אפטמאל זעהט עס אויס צו שווער אדער ער האט מורא אז ער וועט דורכפאלן. אבער, ריזיקעס האבן גרויסע מעלות:
- ריזיקעס געבן אייך א געלעגנהייט צו עפענען אייערע טאלאנטן, אינטערעסן, מעגליכקייטן, און חלומות
- ריזיקעס לערנען אייך אויס ווי צו שטעלן קלארע צילן און זיי אויספירן
- ריזיקעס ערלויבן אייך צו שפירן פרא-אקטיוו
- ריזיקעס עפענען אייך אויף צו אנטפלעקן נייע וועלטן און אייננעמען אייערע פחדים
ווען עס קומט צו נעמען ריזיקעס, זענען פארהאן צוויי עקסטרעמען. עס זענען דא מענטשן וואס האבן מורא זיך צו איינשטעלן אפילו אויף א מינדעסטע ריזיקע. דאס ברענגט צו אז זייער לעבן זאל זיין טריקן און לאנגווייליג. נאכדעם זענען דא אנדערע וואס נעמען ריזיקעס גרינגערהייט, גלייבענדיג אז זייער שטארקער רצון געבט זיי קוראזש. אבער צו נעמען א גרויסער ריזיקע איידער מען טראכט דאס גוט אדורך איז נאריש, און אזעלכע מענטשן האלטן אין איין צאמקלויבן די שטיקלעך פון זייערע צובראכענע חלומות.
עס איז נישט פארהאן א רעצעפט צו פארזיכערן אז אייערע ריזיקעס וועלן זיך אלעמאל אויסארבעטן, אבער פאלגענד זענען עטליכע אנווייזונגען וואס וועלן אייך בעז״ה העלפן געדענקען ווי אזוי צוצוגיין צו ריזיקעס אין ביזנעס און אין אייער לעבן:
- טראכט גוט אדורך א ריזיקע איידער איר נעמט זיך עס אונטער.
- פלאנירט דאס אויס מיט א פעדער און א פאפיר, און טראכט אריין צו וואס עס קען אייך צוברענגען.
- טרעפט דער ריכטיגער צייט דערפאר. אמאל דארף מען ווארטן פאר א שפעטערע צייט ווען דער פראיעקט קען האבן א שטערקערע הצלחה.
- קוקט אויף וואס קען פאסירן ‘אין ערגסטן פאל.’ וואס איז דאס ערגסטע זאך וואס קען געשעהן? זענט איר גרייט דערפאר, און ווי אזוי וועט איר דאס באהאנדלען?
- זעהט וואס וועט פאסירן אויב נעמט איר זיך נישט אונטער. איר וועט מעגליך באשיצן אייער באקוועמליכקייט און סטאביליטעט, אבער עס וועט אייך אפשר אפקאסטן אייער געזונט, קשרים, צופרידנהייט, און דעם גוטן געפיל פון אויפטוהן.
- נעמט זיך נאר אונטער אויב איר ווייסט אז איר וועט דאס קענען אדורכטראגן און נישט צאמפאלן איידער איר קומט צו צום ציל.
- לאזט נישט פריערע טעותים אייך אפהאלטן. יעצט האט איר א נייער שאנס!
- זוכט נישט קיין תירוצים.
- זייט קלאר מיט וואס איר ווילט דא אויפטוהן, און וואס קען ארויסקומען דערפון.
- לעצטנס, אבער גאר וויכטיג: וואס זאגט אייער אינסטינקט? שפירט איר אז דאס איז א ריכטיגער שריט פאר אייך?
סיי אויב איר זענט מצליח צום סוף אדער נישט, געדענקט אז ווען איר נעמט ריזיקעס טוהט איר זיך אויסשטרעקן ווייטער און דאס געבט אייך דעם קאנפידענץ צו פרובירן נאכאמאל. און זייט וויסן אז ווען איר וועט שפעטער צוריקקוקן, וועט איר נישט אזוי שטארק חרטה האבן אויף דאס וואס איר האט יא געטוהן ווי אויף דאס וואס איר האט נישט געטוהן!
פארוואס זאלט איר ריזיקירן?
3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: חקת תשע"א · בעל-בית נומער: 46 · דאטום: 2011-06-28
http://www.balboos.com/content/2011/06/פארוואס-זאלט-איר-ריזיקירן/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/06/פארוואס-זאלט-איר-ריזיקירן/ קאפיע אין ארכיוו