איי איי די קאנטרי…

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: חקת , תשע"א · בעל-בית נומער: 46 · דאטום: 2011-06-28
http://www.balboos.com/content/2011/06/איי-איי-די-קאנטרי/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
איי איי די קאנטרי…

אין בית המדרש, אין מקוה, אויפ’ן גאס, ביי דער ארבעט, אלעס דרייט זיך ארום דעם צויבער ווארט ‘קאנטרי’. “גייסט אין קאנטרי”? “ווען גייסטו אין קאנטרי?” “וואו גייסטו אין קאנטרי?” “וויאזוי גייסטו אין קאנטרי”? ס’הימל און ערד און קאנטרי.

און מיט רעכט. בעוואדע ברויך א יודישע משפחה זיין אין קאנטרי, די לופט איז גוט פאר די קינדערלעך, די פלוישערייען זענען גוט פאר די בני בית, ס’שאלה איז נאר וויאזוי אידענטיפיצירט מען וואס א קאנטרי איז. אין אנדערע ווערטער וואס דארף א ‘קאנטרי’ מיט זיך פארשטעלן, בכדי אריינצוגיין בגדר ‘קאנטרי’ און עס זאל חל זיין אויף דעם א שם וואקעישאן.

כדי לשבר את האוזן, העלן מיר אייך פרעגן, טאמער וועט ראובן נודר הנאה זיין פין א ‘קאנטרי’, וועט ער מעגן פארן אויפ’ן רוט סעווענטין העכער עקזיט 130? אדער אפשר ברויך ער זיך אפשטעלן תיכף נאכ’ן ג’ורג’ וואשינגטאן בריזדש?, אדער גאר פונקט אינדערמיט, אזוי באלד ווי מען גייט אריין אין ניו ג’ערסי’ס טעריטאריע?

בכדי נישט צו באלמוטשען דעם פארמאטערטן, נערוועזן, פאריאגטן און סענסיטיווען ארבייטער וואס קומט זיך אהער דא אביסל צו לופטערן, העלן מיר נישט אריינגיין אין קיין אריכות בהלכה, מיר וועלן אייך נאר מיטטיילן בנוגע אונזער החלטה והנהגה למעשה.

ובכן, שוין עטליכע יאר וואס מיר זענען ביי די מיינונג – און מיר טועהן אזוי להלכה ולמעשה – אז מען קען האבן א קאנטרי אפילו אין הארץ פין 718 עריע- קאוד, און ווען מיר רעדן פין ‘קאנטרי’ מיינען מיר אזא וואס ווייניג באנגעלוי קאלאניס קענען זיך פארמעסטטן מיט אירע מעלות.

לייגט צו קאפ:
איך האב א צוויי בעדרום באנגעלוי אויף א מעין סטריט מיט פלענטי ביימער, אין א פריטטי גוד קאנדישאן, וואלקינג דיסטענס צו א גראסערי, ביהמ”ד, מקוה, פארמאסי, קלינערס, דריי גוד, הארדווער און נאך…

אמת, מיין באנגעלוי וואלט געקענט יוזען א גוטע רענאוועישאן, פאררעכטן די ווינדאוס, ארויפלייגן פרישע סקרינס, פאררעכטן די ביהכ”ס, טוישן די לייט באלבס, אבער ווייסטעך, קאנטרי אונערס – ובפרט ביים היימישן עולם – גלייכן נישט צו טוהן די זאכן, ובכן, האב איך מיר שוין צוגעוואוינט צו די געשיילטע פעינט, אויסגעברענטע באלבס, מייזעלעך פון צייט צו צייט, עס רעגנט אריין ביי יעדן דריטן רעגן, אבער ביג דיל קאנטרי איז נישט מער פין אכט וואכן.

יא! כ’האב פארגעסן, די טויזענטער מאסקיטאוס וואס ווידמען זיך דא ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, געבן אויך א סאך צו, צו די קאנטרי אטמאספערע.

ועל כולם איז עס נאך א געוואלדיגע מציאה, איך צאל נישט מער פין 1700$ א חודש (3200 א זומער) פאר מיין באנגעלוי, (לעקטער, געז, און וואסער, רוימען די פארצימער, אנגרייטן די גארבעזש פאר די סאניטאציע וכו’ זענען נישט אינקלאדעד) איך אליין בין אויך אין קאנטרי א גאנצע וואך, די נאנטקייט צו מיין ארבעט פלאץ ערלויבט מיר טעגליך צו פארן און קומען פין דער ארבעט.

די בני בית קען דא רוהיגערהייט זיצן אונטער’ן בוים און צוקוקן מיט הנאה ווי די קינדערלעך שפילן זיך אויף די פרישע לופט, די קינדער קענען פרייליכערהייט ארומטאנצן און נאכפארן מיט די בייקס די קעצלעך וואס באווייזן זיך אויפ’ן גאס פון צייט צו צייט, און צומאל טרעפט מען נאך א שיקזאל געשלאגענער, איינער וואס איז נעבעך נישט אזוי איי איי איי, און מען הייטערט זיך מיט עמען אויך אונטער ביז אן ערוואקסענער קומט אן און צושפרייט די לוסטיגע יונגווארג מיט א געשריי “גיי צו דיין מאמע”!

און ווי פארשטענדליך פארמאגן מיר די עיקר מעלה פין קאנטרי,  נעמליך דער עולם דא ביי אונז איז במתי מספר א רעלאטיוו קליינער ציבור און פארגלייך צום עולם וועלכער וואינט אין שטאט במשך דעם יאר, און דעריבער קען מען זיך ערלויבן צו האבן אביסל וויינגער ‘פיער פרעשור’ די קינדער מעגן קיין אנגעטוהן נישט אזוי פערפעקט, די נאכטמאל מוז נישט זיין אזוי איי איי איי, סוף כל סוף איז מען דאך אין קאנטרי…

אמת, אין אמעריקע זאגט מען ‘יו געט וואט יו פעי פאר’, אזא מציאה קומט אויך מיט געוויסע באגרעניצונגען, ווי למשל: בארביקיו קען מען מאכן נאר אויפן פארטש, שפילן באל קען מען נאר אין פארק, זיך אוסשטרעקן קען מען ביי זיך אין דיינונג רום ווער עס האט א קאוטש, ווי אויך קען דא מען נישט אהערברענגען א פאראשוטיסט אראפצוטאנצן צוליב די געדעכטע באגעלוי רייען וואס זענען באהאפטן איינער צום צווייטן, און די עקסטרעם שמאלע פאסן וועלכע לויפן דורך זיי ערמעגליכן נישט קיין סעיף לענדינג.

אבער מאכנדיג דעם סך הכל קומט אויס אז צוליב די מינדערוויכטיגע זאכן וואס איך פארקוק, שפאר איך זיך אן ערך פין אכט ביז צעהן טויזנט דאללער יערליך, נו זאגט איר באמת, צו לוינט זיך עס נישט?

June 28, 2011 at 10:54 AM#2
איי איי די קאנטרי…

זייער הומעריסטיש. טאמער די עיקר פראבלעם איז די לאנדונגס ארט פארן פאראשוסט שטייען מיר גאר גוט, די פראבלעם איז נאר וואו מיר זאלן לאנדן…

June 28, 2011 at 11:28 AM#3
איי איי די קאנטרי…

צדוק, טוב מאוד! שארף און צו די זאך, ועל כולם גאר קרוב לאמת…
לענין הלכה העט איך נאר געוואלט מוסיף זיין, אז ביי א נדר גייט מען נאך ‘לשון בני אדם’, ד”ה נאך וואס די סדר פון מענטשן איז אנצורופן מיט’ן נאמען קאנטרי, און נישט מיט וואס איז ‘באמת’ א קאנטרי אדער נישט.

June 28, 2011 at 12:24 PM#4
איי איי די קאנטרי…

ליצנות אין די זייט געלייגט, האלט איך אז צדוק ברענגט ארויס א שטארקע נקודה אויף א הומאריסטישן אופן, מען קען היינט אויסנוצן די שטאט צו זיבעציג אכציג פראצענט פין די קאנטרי בענעפיטן, און ווען מען רעדט פון א יונגערמאן וואס צעהן טויזנט דאללער שפילט נאך ביי אים א ראללע, ברויך מען דאס שטארק נעמען אין באטראכט.

June 28, 2011 at 12:33 PM#5
איי איי די קאנטרי…

פאוואליטשקע ברודערלעך, איר קענט אויסרעכענען נאך א טוץ מיט העכסט וויכטיגע קאנטרי באדינגונגען וואס מען קען האבן אין שטאט צוגלייך, ווצב”ש, עסן קאקאש קעיק פאר פרישטאג, שלאפן אויף צוויי קישענעס, דאווענען מיט מנין, שלאגן די קינדער, זיך קריגן אדער לעבן גוט מיט די בני בית, לערנען חק לישראל, רמב”ם, זהר, און כתבי אר”י, ענד די ליסט גאוס אן ענד אן… כ’מיין ‘האין גבול לטמטום?’
די בעיסיק איידיע פין קאנטרי פאר קינדער; איז די קאנטרי סטייל לעבן, די פרייהייט און אפענקייט וואס א קאנטרי שטעלט מיט זיך פאר, וואס דאס קען מען פאר קיין פרייז נישט האבן אין שטאט, טראץ דעם וואס מיר פארמאגן דא עניטיים אזויפיל מאסקיטאוס, און צעהן מאל אזויפיל מייזן און ראטן.

June 28, 2011 at 12:36 PM#6
איי איי די קאנטרי…

אוי וויי, מ’האמיר דא א הארבן ערעב מיכל, א שארפע סתירה מניה וביה, קודם ווערט ער אינגאנצן נתפעל און באגיסט ר’ צדוק’ן מיט עמערס שבחים, נאכער שרייט ער אין גבול לטמטום, נו, ווער עס קען פארענטפערן דעם דיין איז מכובד זיך צו לאזן הערן.

June 28, 2011 at 12:45 PM#7
איי איי די קאנטרי…

ארעלע, איך בין מודה, איך בין געפאלן א קרבן צו צדוק’ס הומאריסטישן פעדער, ער האט מיך געכאפט אויף דער מינוט, אבער אחרי שובי ניחמתי, און טראץ דעם וואס יאך בין מודה צו דיר אז איינער וואס האט נישט דאס געלט האט נישט וואס צוזוכן אין קאנטרי, איז אבער דער פארזוך אראפצומאלן דעם גאנצן קאנטרי ווי א האוקוס פאוקוס דורכאויס פאלש.

א קאנטרי האט בהחלט אויסטערלישע מעלות, און און אלענפאלס זענען אירע אייגנשאפטן כרחוק מזרח ממערב ווי די פין די שטאט, ובכן, קומען און אנשטעלן א פנים כאילו לא דובים ולא יער, די קאנטרי איז א שטאט פונקט ווי די שטאט איז א קאנטרי, איז קלאר נישט קיין אויפריכטיגער צוגאנג, טראץ דעם וואס עס דינט אלץ א גוטע ‘פעליטאן’ מאטריאל.

June 28, 2011 at 1:13 PM#8
איי איי די קאנטרי…

ר’ מיכל איך בין נישט מסכים מיט דיר.

ווען דער עולם פארט אוועק אין קאנטרי, בין איך מעיד אז עס ווערט דא אין שטאט עפעס אזוי מין מחי’דיג רואיג און שטיל, אז צומאל דאכט זיך אויס אז “מיר זענען גאר די וואס זענען אויף וואקאציע”….

האלטסט נישט אזוי, פרוביר איינמאל צו פארן אין קאנטרי, און איינמאל צו בלייבן אין שטאט, און דערנאך וועלן מיר שמועסן….

June 28, 2011 at 5:32 PM#9
איי איי די קאנטרי…

פשיהא, א נייע כח גאר, צדוק ווערנער.

קודם כל, אייער פעדער טריפט מיט מילך און האניג, דבש וחלב תחת לשונך!

די געדאנק וואס איר ברענגט ארויס איז טויזענט פראצענט אמת! איך האב שוין טועם געווען פון ביידע, די לעצטע פאר יאר בין איך אין שטאט זומער, ס’איז זייער פיין.

1) די דעי קעמפ (זומער חדר) אין שטאט איז די בעסטע פון די גאנצע מאונטעינס! און דאס איז דאך די עיקר, ניין? די קינדערליך, נישט אזוי זאגט די מאמע/ווייב? מען גייט וועגן די קינדער!

2) די רואיגקייט וואס איז דא אין שטאט זומער דארף מען אליין טועם זיין צו פארשטיין. די בני בית גייען מיט דאסטערס אויפן גאס, ווייל ס’איז זומער, הקיצור עס איז שווער מסביר צו זיין, אבער ס’איז א פאקט. עס איז נישט קיין איינרעדעניש.

3) מען קען צופארן זונטאג און פרייטאג שאפינג אדער פארקס, צען מאל א גרעסערע אויסוואל, שמירת עינים ביי די אלע פלעצער איז מער ווייניגער די זעלבע ווי אין די מאונטעינס, ועל שניהם נאמר אשרי יושבי ביתך.

איך האב נישט אזא דימאנטענע פעדער, אבער דו האסט עס מוראדיג גוט אראפגעלייגט, יעזעס ווארט איז אמת.

June 28, 2011 at 5:33 PM#10
איי איי די קאנטרי…

פארגעסן איין שאך צדוק וואס איז נישטא אין שטאט,
די מאן האט נישט קיין וואקעשאן די גאנצע וואך, נו מילא, עפעס ברויך מען אוועקקוקען אויך.

June 29, 2011 at 10:47 AM#11
איי איי די קאנטרי…

די אלע טעמים קומט נישט צו צו די טעם פון ליגן אונטערן בוים און די קלארע לופט

June 29, 2011 at 5:35 PM#12
איי איי די קאנטרי…

זרח’ל, אונטערן בוים ליגט זיך איינגענעם נאר ווען די קעשענע רייסט נישט.
בעסער געזאגט, ס’איז בעסער צו זיין אונטער א דאך מיט 10,000 ווי אונטערן בוים מיט 10,000 ווייניגער.

צו א טייערע פרייז פאר די לוקסוס.

June 29, 2011 at 10:22 PM#13
איי איי די קאנטרי…

אברהם, גוט געזאגט!

דער מענטאליטי ביים עולם איז, אז נאר דעמאלס וועט מען שפארן אויב מען ווייזט דיר אויף אז דו קענסט באקומען פאר ביליג די זעלבע וואס דו באקומסט פאר טייער. וכו.

עיין ערך ביליגע חתונה האלס, חתונה מאלס וכדומה

קלאר, קאנטרי האט מעלות,אבער צו נישט האבן א משא אויפן הארץ און א לאך אין קעשענע קומט עס נישט.

June 30, 2011 at 12:41 PM#14
איי איי די קאנטרי…

אין הכי נמי אבער מען מאכט אוזי אוועק די קאנטרי אויף דעם האב איך זיך באצויגן