דעת בעל בית

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: חקת , תשע"א · בעל-בית נומער: 46 · דאטום: 2011-06-28
http://www.balboos.com/content/2011/06/דעת-בעל-בית-34/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

 

ארבייטן אין די קאנטרי

חשובער חברים.
איך בין א שטענדיגע ליינער פון בעל בית און איך בין אלץ נהנה פון די ליינערס.
איך וואלט געוואלט פרעגן וועגן ארבעטן אין קאנטרי. איך וועל אי”ה זיין דארט די ערשטע יאר, איך ארבעט מיט א אנליין ביזנעס, און איך בין נאך נישט באשלאסן צו איך זאל בלייבן אין די קאנטרי ארבעטן דורכאויס די וואך. אדער אריינקומען אין שטאט.
די פראגע איז צו האט איר שוין פרובירט דאס צו טון? אינטערנעט מיין איך איז נישטא קיין דזשעי נעט דארט, וואס זענען די אפשענס? קען מען מאכן בלויז אויף צוויי חדשים? (אין שטאט פארלאנגן זיי א קאנטראקט אויף א יאר). וועלכע קאמפאני איז גוט דארט?
זענען די ווייערלעס יו עס בי וואס מען פארדינגט גענוג גוט צו ארבען דערויף א גאנצן טאג ? (מענטשן זאגן אז דארט איז דא גוטע רעסעפשאן) .
איז שייך אפילו צו ארבעטן אין באנגעלאו מיט א ישוב הדעת?  (איך וועל זיין אין א פארמאכטע שטוב, אבער דאך). ביטע טיילט מיט אויב איר האט עקספיריענס דערוועגן.
א דאנק פון פאראויס
י. י. ב.פ.

סיסטעם פאר דיסטריביוטערס

אפשר ווייסט איינער ווי מ’ קען באקומען פאר נישט צו טייער א מאשין און סאפטוויער, וואס אסאך דיסטריביוטערס ניצען אנשטאט א סעילס בוך,ס’פרינט ארויס אינוואסעס און ס’ האלט טרעק פין די אינוואטארי
שמואל
ביטע פארבינדט דיך מיט מיר דורך אימעיל
biggpenn@gmail.com
איך וועל דיך אי”ה קענען העלפן.
(-)

איז גוט אויסצולעשן דעם קאמפיוטער ווען מען גייט אוועק

איז אויסלעשן א קאמפיוטער ווען מען גייט אוועק, גיט פארן קאמפיוטער? און וואס טוט זיך מיט לאקן די קאמפיוטער?
זרח
די אישו פון יא אדער נישט אויסלעשן דעם קאמפיוטער איז שוין גאר אן אלטע; און עס זענען פאראן מיערערע שיטות, אלעס מיט זיינע מעלות און חסרונות.
די מעלות פון יא אויסלעשן יעדע נאכט, עס שפארט אייך די עלעקטעריק, אלע חלקים פונעם קאמפיוטער ווערן “רעטשארדזשד”, וכו’, אבער מצד שני זענען דא וואס זאגן אז צופיל ON און OFF טוט לייגן שטארקע דרוק אויפן קאמפיוטער, בקיצור עס איז נישט פאראן קיין קלארער תירוץ עד היום.
אונטערשטע זורה, אני הק’ פיר זיך, און אזוי רעקאמענדיר איך פאר אנדערע, צו נעמען דעם מיטל וועג, איך פארלעש נישט יעדע נאכט, אבער לכה”פ איין מאל א וואך (געווענליך אויף שב”ק) איז רעקאמענדירט.
שמעלקא
איינשטימינג מיט שמעלקא, אויף דער וויעקענד לעשט מען אויס.
מנחם

June 28, 2011 at 9:10 AM#2
דעת בעל בית

לפי ידעתי ווערט דאס ארבעטן אין קאנטרי מער און מער פאפולער ביים עולם.
טעקניקלי קען מען היינט ארבעטן אין קאנטרי אן א פראבלעם, אבער אין מציאות ווענדט זיך עס שוין זייער אסאך מיט דיר, דיין ווייב, און קינדער.
דאס הייסט אזוי, יו.עס.בי. קען פיין ארבעטן (ווערייזאן, ספרינט איז נישט אזוי איי איי איי) אדער איז גאר כדי צו באשטעלן געהעריג אינטערנעט אויף דיין פאון ליין אינעם באנגעלאו (אויב די האסט) עס קאסט נישט קיין סאך, סאו אינטערנעט איז קיין פראבלעם.
ארבעטן ממש אין באנגעלאו איז געווענליך נישט פון די געשמאקסטע זאכן, ס’איז קליין, טינקל, מ’ווערט געשטערט פון דאס און יענץ, אבער ס’איז שוין היינט דא קליינע אפיס’לעך צו פארדינגען, וואס פאר זייער אסאך מענטשן איז דער גאנצער פראבלעם געווען דאס “זיין אין באנגעלוי” אבער אז ער קען ארויסגיין ערגעץ נאנט פאר א שטיקל אפיס, איז א מחי’.
און דא קום איך צוריק מיט’ן פריערדיג’ס, אז עס “ווענדט זיך זייער אסאך מיט דיר, דיין ווייב, און קינדער” אויב בכלליות איז שלום בית גיט, די האסט לכה”פ אזויפיל געדולד צו איר און צו קינדער ווי צו דיין ביזנעס, און זי פארשטייט אז “זמן שאפינג לחוד זמן עבודה לחוד” דעפאלטס איז א שאד נישט צו ארבעטן אויף די בערג, אויב אבער ווערסטו געשטערט וועגן שאפינג, בעביסיטינג, וויזיטינג, זיי מוחל, און לעב נישט אין חלומות ווי געשמאק ס’וועט זיין אין קאנטרי, נאר טראג אפ באצייטענס.
א חבר מיינער האט זיך 3 יאר צוריק אויסגעשטאט מיט א אפיסל, געהעריגע אינטערנעט, און געשאפט א אינגעמאן – זיין שכן – איהם ארויסצוברענגן די פאסט… נאך אינעם ערשטן וואך טרעפ איך איהם דא אין שטאט…
יודע צדיק נפש בהמתו, מ’דארף זיך קענען, קענען די פרוי און די קינדער
א געזונטן זומער.

June 28, 2011 at 11:42 AM#3
דעת בעל בית

וווייערלעס ארבייט אפילו ווען די טעלעפאן ארבייט נישט געהעריג?
דארט ווי איך בין איז זייער שוואך די טעלעפאן קאנעקשאן איז די אינטערנעט גיט?

June 28, 2011 at 11:03 PM#4
דעת בעל בית

ארבייטן אין די קאנטרי

Dont tuch Sprint its slower then dailup

June 28, 2011 at 11:05 PM#5
דעת בעל בית

איז גוט אויסצולעשן דעם קאמפיוטער ווען מען גייט אוועק

i Shut my pc evevn if i leave my room for 10-15 minutes

June 29, 2011 at 10:40 AM#6
דעת בעל בית

די האסט מברר געווען פאר די טוסט אזוי?