אזוי ווי פארגאנגענע יאר, וועט די בעל בית נישט ערשיינען אין די זומער וואכן.
מיר וועלן בלי”נ אויסנוצען די צייט דורך דעם זומער צו פארבעסערן און פארברייטערן די בעל בית גופא ווי אויך די וועב זייטל און נאך פארשידענע אספעקטן.
*
מיר זענען צופרידן צו מעלדן אז נאך פיל ארבעט איז די פארום סיסטעם גרייט פאר די ליינער וואס ווילען פירען לענגערע דיסקוסיעס, און פארלאנגען עס שוין א לענגערע צייט אין די קאמענטארן.
עס איז נאך נישט אינגאנצן פארטיג, אבער עס איז שוין נוצבאר. מיר עפענען עס שוין יעצט פאר’ן פובליקום, כדי צו געבן א שטיקל ערזאץ במשך דעם זומער אנשטאט די רעגולערע בעל בית אויסגאבעס.
מיר האבן אויך צוגעשטעלט א הערליכע מאביל פארמאט מיט אלע פונקציעס, פאר קלענערע סקרינס. די מאביל ווערסיע ערשיינט אויטאמאטיש ווען מען באזוכט פון א מאביל דעווייס.
אט איז די אדרעס
http://www.balboos.com/forum
*
מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען, אונזער איינציגע וועג אנצוהאלטן ווייטער די בעל בית אויף א בחנם’דיגע פארמאט, איז געוואנדן אין די מספר פון סובסקרייבער, נאר ווען עס איז דא א גאר גרויסע ליינער קרייז איז שייך אנצוגיין בלויז פון אדווערטייזמענטס.
מיר בעטן פון אייך בלויז איין זאך, ביטע פארשפרייט די בעל בית בכל אופן האפשרי! דערציילט דערוועגן אייערע באקאנטע און פריינט, מוטיגט זיי זיך צו סובסקרייבן, זיי וועלן אייך זיכער דאנקבאר זיין. און אזוי וועט איר אי”ה קענען ווייטער געניסן דערפון בחנם.
אויב איר זענט וויליג צו מפרסם זיין די בעל בית דורך הענגן צעטליך אין אייער ביהמ”ד, געשעפט אדער אנדערע פלעצער, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.
אזוי אויך, אויב האט איר אין באזיס ליסטעס פון אימעיל אדרעסן פון היימישע אידן וואס קענען הנאה האבן פונעם בעל בית, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז. איבעריג צו זאגן אז מיר פארמאגן א זייער שטרענגע “נישט ספעמען” פאליסי. און מיר געבן נישט ארויס די אדרעסן פאר קיינעם.
*
מיר וועלן דורכן זומער אויך אריינקוקען אין די מעגליכקייט פון ארטיקלען און קאלומס געשריבען דורך ליינער. אויב איר ווילט שרייבן וועגן סיי וואספארא נושא, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל. ומתן שכרה בצדה.
***
גוטע געלעגנהייט
די בעל בית איז אינטערעסירט אין א טויגליכן מענטש מיט גוטע קאמיוניקעשאן סקילס אנצופירן די אדווערטייזונג אפטיילונג. קענטעניסן און אנדערע אספעקטן קען זיין א פלאס.
גוטע געלעגנהייט פארן פאסיגן פערזאן.
שיקט אייערע אינפארמאציע, קענטעניסן, עקספיריענס צו
jobs at balboos.com
נאר ערענסט פאראינטערעסירטע.