נייעס

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: לך לך תשע"ב · בעל-בית נומער: 47 · דאטום: 2011-10
http://www.balboos.com/content/2011/10/נייעס-21/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

סאני עריקסאן ווערט בלויז סאני
סאני וועט געבן 1.46 ביליאן דאלער קעש פאר עריקסאן, אויסצוקויפן עריקסאנ’ס פופציג פראצענטיגע טייל אין סאני עריקסאן.
סאני עריקסאן איז געווען א סוקסעספולע אינטערנעמונג דורך די צוויי טעכנאלאגיע ריזן און האט פראדוצירט מאביל טעלעפאנען פאר די לעצטע צען יאר.
סאני האלט אז דורכ’ן האבן פולקאמע קאנטראל אויף די טעלפאנען, וועלן זיי זיין בעסער אויסגעשטעלט צו קאנקורירן מיט עפל, א פירמע וואס האט איבערגעיאגט סאני מיט איר אימעזש אלץ פראדוצירער פון פארגעשריטענע פערזענליכע עלעקטראניקס. א אימעזש וואס סאני האט געהאלטן פאר יארן.
HP וועט יא בלייבן אין די קאמפיוטער ביזנעס
דורכן זוממער האט HP געמאלדן אז זיי וועלן פטור ווערו פון זייער פערסאנעל קאמפיוטער (PC) אפטיילונג, און עס אפטיילן אלץ באזונדערע פירמע.
HP איז היינט די וועלטס גרעסטע פערסאנעל קאמפיוטער פירמע און די נייעס האט אויסגערופן שטוינונג און שאק פון אלע זייטן.
אינצווישן, האט HP אויפגענומען א נייע CEO, מעג וויטמען געוועזענע אנפירער פון איבעי. (זי איז געלאפן אומערפאלגרייך פאר גאווערנער אין קאליפארניע) זי ווערט באטראכט אלץ א שטארקע פירער אין די טעכנאלאגיע וועלט.
פארגאנגענע וואך האט זי געמאלדן אז HP וועט נישט פארקויפן די PC אפטיילונג, ווייל זי האלט אז HP דארף יא בלייבן אין די פערסאנעל קאמפיוטער ביזנעס ווייל נאר אזוי קען זו צושטעלן פולקאמע סאלושענס פאר אירע קליענטן.
יעצט שפאקולירט מען אויב זי וועט אויך צוריקברענגען web OS’- די מאביל אפערעטינג סיסטעם פון פאלם, וואס די פירמע האט געלאזט פאלן פאר וויטמען איז אנגעקומען.

מדינת ישראל דערזעט זיך אן א עפל פירמע
אין מדינת ישראל שטייט שוין אפאר יאר א פירמע מיט’ן נאמען “איי- דידזשיטעל” וואס לויט זיי זענען זיי די אפיציעלע און עקסקלוסיווע פארשטייער פון די טעכנאלאגיע פירמע “עפל” אין מדינת ישראל, זייער וועבזייטל איז דעזיינט פונקט ווי עפל, און האבן געגעבן פאר מדינת ישראל בירגער די “טעיסט” פון די עפל אטמאספערע.
שטאלצירנדיג מיט די “עפל” נאמען, האבן זיי מצליח געווען צוצושלעפן צו זיך פילע קונדן וועלכע האבן געגליכן צו זיין אפדעיטעד מיט די לעצטע עפל פראדוקטן, ווי די סדר אין אלע עפל פירמעס איבער די וועלט.
אצינד שפילט זיך אפ א קאמישע עפיזאד, ווען די פירמע עפל לייקנט סיי וועלכע שייכות -אפגערעדט עקסקלוסיווע שייכות – צו “איי-דיזשיטעל”, סיידן אז זיי פארקויפן איינפאך עפל פראדוקטן ווי א געווענליכע ריטעילער.
רעאגירנדיג אויף א קלאס-עקשאן אריינגעגעבן קעגן איי-דיזשיטעל טענה’ט עפל אז די תביעה האט גארנישט מיט זיי, “איי-דיזשיטעל איז אן איזרעלי פריוואטע פירמע וואס איז נישט אונטער די בעלות פון עפל, זי איז נישט קיין שוועסטער-פירמע אדער אויף סיי וועלכע וועג פארבינדן מיט עפל, זי טאר נישט פירן קיין געשעפטן בשם עפל אדער אננעמען סיי וועלכע הסכם בשם עפל, און עפל פארמאגן ניטאמאל קיין שום קאנטראקט מיט די פירמע”
פון די קאמענטארן אויף די נייע זעט זיך אן א שטארקע אנטוישונג פון פילע מדינת ישראל בירגער וועלכע זענען פארפירט געווארן דורך איי-דידזשיטעל די לעצטע פאר יאר. (על כל פנים, זיי האבן פארלוירן נאך עפעס צוזאמען מיט סטיוו דזשאבס…)