ווילט איר זיין מער שעפעריש?

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: לך לך תשע"ב · בעל-בית נומער: 47 · דאטום: 2011-10
http://www.balboos.com/content/2011/10/ווילט-איר-זיין-מער-שעפעריש/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווילט איר זיין מער שעפעריש?

פילע מיינען אז א שעפערישער (קריעטיווער) מענטש איז אזוי געבוירן, און אויב איינער האט נישט נאטורליך אין זיך די כוחות, וועט ער זיי קיינמאל קענען אנטוויקלען. אבער, עס מוז נישט זיין אזוי. פאלגנד זענען 5 טאקטיקן וואס קענען ארויסברענגען און אנצינדן אייער שעפערישקייט אז איר זאלט קענען זעהן מער הצלחה אין אייער ארבעט:

1.לייענט אינטערסאנטע זאכען, פארט צו אינטערסאנטע פלעצער, און רעדט צו אינטערסאנטע מענטשן.
איינע פון די סיבות פארוואס עס איז אזוי שווער פאר מערסטנס פון אונז צו זיין שעפעריש איז ווייל מיר זענען אלס ארומגענומען מיט די זעלבע אינפארמאציע, זעלבע סדר היום, און זעלבע מענטשן. ווען איר לייענט אינטערסאנטע בוכער וואס איר וואלט געווענליך נישט אנגעקוקט, אדער גערעדט צו מענטשן וועמען איר האט ביז היינט קוים געגריסט, עפנט איר זיך אויף צו נייע השגות.
ווי מער אינטערסאנטע זאכן איר זאפט איין, אלס גרעסער וואקסט אייער מח.

2. גייט פאר כמות, נישט איכות.
וויבאלד מיר ווילן נישט אויסזעהן נאריש, האלטן מיר אונזערע בייפאלן צו זיך. אבער איר וועט זיין איבערראשט צו זעהן אז פון א נארישער לעזונג קען אמאל ארויסקומען א גאר געלונגענער לעזונג! דעם נעקסטן מאל וואס איר האט א פראבלעם, שרייבט אראפ 50 לעזונגען דערפאר. שטעלט אייך נישט אפ צו טראכטן אויב זיי זענען קלוגע אדער נישט.

3. פרעגט איינער וואס וואלט נישט געוואוסט דעם ענטפער.
ווען מיר דארפן הדרכה מיטן באהאנדלען א שווערער קליענט, פרעגן מיר די וואס ארבעטן אין די קאסומער סערוויס טייל פונעם ביזנעס. אבער וואס וואלט געווען אויב איר וואלט געפרעגט אייער ווייב אדער מאמע? וואס וואלט געווען אויב איר פרעגט איינער וואס איז נאכנישט א שווער ווי אזוי איר קענט זיך בעסער פארטראגן מיט אייער איידעם?
אמאל ווען מיר זענען אזוי אריינגעטוהן אין איין מצב, קענען מיר עס נישט זעהן אנדערש. טוהט נישט אונטערשאצן א דרויסנדער’ס פערספעקטיוו.

4. גייט אוועק פונעם פראבלעם.
אמאל, ווי שטערקער מיר פרובירן, אלס שווערער ווערט עס. אין די פעלער, איז גוט אוועקצוגיין פון דעם מצב. לערנט א בלאט גמרא. עסט א פיינער מאלצייט. לייענט אן אינטערסאנטער מעשה. און דער ענטפער וועט שוין אנקומען צו אייך.

5. רעדט צו אנדערע.
וויפיל מאל בלייבן מיר שטעקן אבער מיר בעטן נישט קיין הילף? דאס געשעהט גאר אפט, אבער עס זאל נישט. פרעגט יעדעם איינעם פאר עצות. ווארענונג: געווענליך נעמען מיר נישט ערנסט יענעם’ס עצה, אבער טראכט אביסל טיפער איידער איר ווארפט עס אפ.

ג׳ חשון תשע״ב at 9:38 am#2
ווילט איר זיין מער שעפעריש?

זייער שטארק הנאה געהאט! דער ארטיקל איז מיך פערזענליך נוגע, יישר כח ר’ יואל!