סטיוו זשאבס

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: לך לך תשע"ב · בעל-בית נומער: 47 · דאטום: 2011-10-31
http://www.balboos.com/content/2011/10/סטיוו-זשאבס/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סטיוו זשאבס

מיט עטליכע וואכן צוריק איז געשטארבן דער לעגענדארער גרינדער און CEO פון עפל, סטיוו זשאבס אין די אינגע עלטער פון 56 יאר. זשאבס ווערט באטראכט אין די אלגעמיינע וועלט ווי א זשעני מיט כמעט איבער מענטשליכע חכמה און כשרונות. ווי יעדע פאפולערע מיינונג,  ליגט דערין אמת , אבער איז אויך איבערגעטריבן.
פארשטייט זיך אז מיר זענען נישט אויסן סתם צו באשרייבן די לעבן פון א גויאישע ביליאנער, מיר האבן זיך נישט וואס אפצולערנען פון זיין פערזענליכע לעבן. נאר זייענדיג א ביזנעס אויסגאבע, איז זייער באלערנד צו שרייבן איבער זיין ביזנעס היסטאריע, פשוט צו באטראכטן זיין שניט און מהלך אין ביזנעס, וואס איז בלי ספק געווען לעגענדאר, און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א זעלטענע סוקסעס. ווי אזוי מען זאל נאר דרייען, מוז מען מודה זיין דערצו,  אפילו זיינע קעגנער, ווייל צום סוף האט ער דאך באוויזן אהערצושטעלן עפל אלץ די וועלטס רייכסטע פירמע, ווי די וועלט זאגט “מיט סוקסעס איז נישט שייך צו קריגן”.
 חז”ל האבן שוין געזאגט, חכמה בגויים תאמין. איז טייטש אז מען מעג זיך אפלערנען די חלקי החכמה פון די אוה”ע. מיר וועלן געבן א קורצע איבערבליק אויף די פראפעסיאנאלע חלק פון זיין לעבן,  און דערנאך א שטיקל אנאליז.

אלץ קינד האט ער ליב געהאט צו שפילן מיט –דאן- פארגעשריטענע עלעקטראנישע געצייגן.  אלט זייענדיג ארום 14 יאר, האט ער זיך אמאל דערזען אן א געוויסע עלעקטראנישע באשטאנדטייל  וואס עס האט אים אויסגעפעלט. מיט זיין כאראקטעריסטישע געוואגטקייט האט ער אויפגעהויבן א טעלעפאן דירעקט צו מר. הוילעט -דער קא-גרינדער און פירער פון די בארימטע פירמע הוילעט-פעקערד (HP)- און געשמועסט מיט אים פאר צוואנציג מינוט. מר. היולעט האט אפנים הנאה געהאט פון אים, האט אים צוגעגרייט א זעקל מיט די חלקים וואס ער האט געברויכט, און אים אנגעטראגן צו ארבעטן א זומער פאסטן ביי הוילעט פעקערד. דארט האט ער זיך באפריינדעט מיט’ן אנדערן סטיוו, סטיוו וואזעניעק,  עווענטועל דער קא-גרינדער פון עפל.
*
אין 71′ האט וואזניעק געליינט אן ארטיקעל איבער טעלעפאן העקערס,  ער האט עס מיטגעטיילט מיט זשאבס, די צוויי זענען געווארן זייער באגייסטערט ווי אזוי א איינצעלנע פערזאן קען אריינהעקן אין די מעגא נעטווארקס פון די טעלפאן פירמעס מיט די הילף פון א קליינע מאשינקע וואס איז געווארן אנגרופען אין העקער-קרייזן מיטן נאמען ” בלויע שאכטל”. די צוויי האבן אינדענטציפירט איינעם פון די גרעסטע העקערס און זיך געטראפן מיט אים אין וואזניעק’ס דארמיטארי צימער, און גענאשט פון אים אינפארמאציע איבער די מעכאניקס פון די “בלויע שאכטל”.
די צוויי האבן דאן פרובירט אליין צו בויען אזא מאשינקע, און צו זייער גרויס באגייסטערונג איז עס געלונגען, מיט די מאשינקע האט מען זיך געקענט אריינבאקומען דורך סיי וועלכע טעלעפאן אין מאכן פרייע  (אבער אומלעגאלע) לאנג דיסטענס קאלס (לאנג דיסטענס בימים ההם האט געקאסט א פארמעגן).
סטיוו זשאבס, דער סוחר, איז איינגעפאלן אז מען קען דא מאכן געלט, זיי האבן אנגעהויבן צו פראדוצירן און פארקויפן דעם בלויען שאכטל פאר געלט, זיי האבן דעמאלס פארדינט א סכום פון זעקס טויזנט דאלער, אבער אויס מורא אז מען וועט זיי כאפן, האבן זיי אויפגעהערט נאך א קורצע צייט.
*
אין 74′ האט ער אנגעהויבן צו ארבעטן אלץ טעכנישאן ביי א דיזשיטעל געים קאמפאני מיטן נאמען “אטארי”. די פירמע האט דאן געזוכט צו עלימינירן ווי מער עלעקטראנישע טשיפס פון די מאשין, כדי צו מאכן זייערע מאשינען ביליגער און קלענער.  האבן זיי דאן צוגעזאגט א באלוינונג פון $100 פאר יעדע טשיפ וואס וועט ווערן עלימינירט פון די סירקויט באורד דעזיין.
זשאבס האט געהאט גאר ווייניג אינטערעסע אדער וויסענשאפט אין סירקויט באורד דעזיין, אבער ער האט דערשמעקט א געלעגנהייט צו מאכן געלט. ער האט אריינגענומען זיין קלוגן פריינט סטיוו וואזניעק. ער האט מיט אים געמאכט א געשעפט, אז וואזניעק וועט עלימינירען וויפיל טשיפס נאר מעגליך און זיי וועלן זיך צוטיילן מיט די פארדינסטן האלב אויף האלב.
צו אטארי’ס וואונדער איז וואזניעק אויפגעקומען מיט א דעזיין וואס האט עלימינירט 50 טשיפס. סטיוו האט באקומען די פארשפראכענע באלוינונג פון 5,000 דאלער. פאר וואזניעק האט ער אבער געזאגט אז ער האט בקומען בלויז $700 פון אטארי, און לויט דעם איז וואזניעקס טייל $350…
*
וואזניעק האט דאן געארבעט ביי הוילעט פעקערד, וואזעניעק , זייענדיג א גלענצענדער קאמפיוטער סייענטיסט אין עלעקטראנישע אינזשעניר, איז געווען גאר צופרידן צו ארבעטן דארט, צווישן אנדערע מענטשן זיינס גלייכן, ער האט נישט געהאט קיין שום חלומות פון ווערן רייך אדער עפענען א אייגענע ביזנעס. אין זיין פרייע צייט האט ער אבער געארבעט אויף א אייגענע קאמפיוטער, האבענדיג אסאך עקספיריענס מיט סירקויט בארד דעזיין, האט ער געהאלטן אז ער קען צוזאמשטעלן א פערזענליכע קאמפיוטער וואס וועט זיין פיל בעסער ווי די פרימיטיווע קאמפיטערס וואס זענען דאן געווען פאפולער ביי קאמפיוטער ליב האבער, וואס האבן ניטאמאל פארמאגט א סקרין, בלויז בלינקעדיגע לעמפלעך. (די ריכטיגע קאמפיוטערס אין יענע צייטן זענען איינגעשטאנען בלויז ביי ריזיגע פירמעס, עס האט געהייסן א מעין פרעים)
וואזניעק האט באוויזן צוזאמצושטעלן א מאכטפולע (רעלאטיוו צו יענע צייט) קאמפיוטער וואס האט געארבעט מיט א סקרין און קיבאורד, און דאס אלעס מיט זייער א קליינע צאל טשיפס, וואס איז געווען א גרויסע אויפטו, ווייל דאס האט געמאכט דעם קאמפיוטער זייער צוגענגליך. די קאמפיוטער איז עווענטועל געווארן אנגערופן די עפל 1. ער האט עס געוויזען פאר פריינט און באקאנטע, וואס זענען געווען זייער ערשטוינט דערפון.
ווען סטיוו זשאבס האט עס דערזען האט ער תיכף אנגעהויבן צו שמעקן געלט. ער האט נישט פארשטאנען צופיל צו קאמפיוטער אינזשענירונג, אבער מיט זיין ראפינירטע מסחר חוש האט ער פארשטאנען אז עס וועט זיך קענען גוט פארקויפן. ער האט פארגעשלאגן וואזניעק אז ער וועט אים העלפן בויען נאך, און מען וועט מאכן אפאר דאלער. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן פראדוצירט נאך און זיי האבן עס דערנאך פארקויפט צו קאמפיוטער ליב האבער.
*
אבער דאס איז נישט גענוג געווען, זשאבס האט געוואלט עפענען א אייגענע פירמע און פארקויפן די קאמפיוטערס. אבער וואזניעק איז געווען קנאפ אינטערעסירט אויפצוגעבן א גוטע פאסטן ביי הוילעט פעקערד. זשאבס האט אים אבער באאיינפלוסט מיט די פאלגעדע ארגומענט “אפילו מיר וועלן נישט מאכן קיין געלט, וועלן מיר אבער האבען א אייגענע ביזנעס, כאטש איינמאל אין לעבן וועלן מיר זיין בעלי בתים”.
די צוויי האבן געברויכט טויזענט דאלער אנצוהייבן די ביזנעס, זיי האבן פארקויפט פערזענליכע חפצים און געשאפן 1,300 דאלער. אבער זיי האבן נישט געקענט אויפקומען מיט א פאסיגע נאמען פאר די פירמע. איין טאג האט זשאבס ערקלערט אז אויב מען וועט נישט טרעפן קיין בעסערע נאמען וועט עס הייסן עפל, און ביי דעם איז עס געבליבן. אין 76′ האבן זיי אפיציעל געשאפן די קארפארעשאן “עפל קאמפיוטערס”.
א פריינט האט אפגעמאלן א לאגא פאר די נייע ביזנעס און ערלעדיגט די לעגאלע פאפיר ווערק. זיי האבן אים פאר דעם געצאלט מיטן געבן א צען פראצענטיגע שעיר  אין די נייע ביזנעס. (א שטיק צייט שפעטער האט עס סטיוו זשאבס צוריקגעקויפט פון אים פאר אכט הונדערט דאלער)
די ערשטע באשטעלונג איז געווען פון א קאמפיוטער געשעפט אייגענטומער, ער האט באשטעלט 50 שטיק פאר $500 א שטיקל, פאר א סך הכל פון $25,000. זיי האבן אנגעהויבן צו ארבייטן אין די גאראזש נעבן די הויז פון סטיוו זשאבס עלטערן. זיי האבן געצאלט פאר פריינד צו העלפן מיטן בויען די סירקויט באורדס, און געצאלט דערפאר א דאלער פער באורד. די חלקים האבן געקאסט $220, און עס פארקויפט פאר $500. דער געשעפט אייגענטומער האט עס דאן אריינגעלייגט אין א האלצערנע שאכטל און פארקויפט.
*
אין די זומער פון 76′ למספרם, איז סטיוו זשאבס געגאנגען מיט א פריינט צו א קאמפיוטער שאו אין אטלענטיק סיטי. זיי האבן דארט געהאט א בודקע און פארגעשטעלט דעם עפל 1. מענטשן האבן זיך כמעט נישט פאראינטערעסירט דערויף, צוויי באבערדעלטע איגענטליכע מיט א סירקויט באורד האט נישט צופיל אויסגענומען.
דער עיקר טומעל האט זיך אפגעטון ביי א ריזיגע צענטראלע בודקע ווי מען האט פארגעשטעלט די ALTAIR,  א קאמפיוטער אן א סקרין וואס איז געווען פיל מער צוריקגעשטאנען פון די עפל 1, אבער, דארט איז געווען מוזיק און מענטשן מיט ביזנעס אנצוגן, סטיוו זשאבס האט זיך יענעם טאג געלערענט א וויכטיגע לעקציע, נישט קייין חילוק ווי גוט דיין פראדוקט איז, מוז עס זיין גוט געמארקעטעד.
פארזעצונג קומט אי”ה

ג׳ חשון תשע״ב at 9:00 am#2
סטיוו זשאבס

סופער ארטיקל
איך ווארט אויף די המשך

ג׳ חשון תשע״ב at 9:22 am#3
סטיוו זשאבס

“פאר וואזניעק האט ער אבער געזאגט אז ער האט בקומען בלויז $700 פון אטארי, און לויט דעם איז וואזניעקס טייל $350…”

אין די אימעיל אויסגאבע איז געשטאנען בטעות 7000 דאלער, האט נישט געשטימט די חשבון… דער מגיה פון די אימעיל אויסגאבע דארף געפייערט ווערן, אזוי פלעגט זיך סטיוו פירן ווען עס איז געשען א טעות.

ג׳ חשון תשע״ב at 9:47 am#4
סטיוו זשאבס

למעשה איז ער געווען א פשוטע גנב?

ג׳ חשון תשע״ב at 12:29 pm#5
סטיוו זשאבס

ער איז געווען א נישט-פשוטע גנב…
ער איז געווען גאר greedy, אין א דעמיינע וועג. און מ’טאר נישט אויסלאזן (אפילו אויב ס’איז נאר א האלבע ארטיקל…) אז ער איז געווען א קאלט פירער.

ג׳ חשון תשע״ב at 3:09 pm#6
סטיוו זשאבס

אזויפיל ארטיקלען שוין געליינט איבער דשאבס, אידיש און ענגליש, אזוינס האב איך נאכנישט געליינט. קיפ אפ!!

ג׳ חשון תשע״ב at 4:53 pm#7
סטיוו זשאבס

יוחנן, דו ביזט אנריעל! אזאנס און אזעלכעס