עס איז אונז א כבוד און פארגעניגן זיך נאכאמאל צו טרעפן און צונויפשמועסן מיט אייך, חשובע ליינער, נאך די זומערדיגע איבעררייס.
מיר האבן אין די צייט אריינגעלייגט אסאך כחות צו פארבעסערן און איבערארבעטן פארשידענע אספעקן פונעם בעל בית.
אט איז א טיילווייזע רשימה
מיר האבן איבערגעארבעט די אויסזען און אינערליכע חלקים פון די וועב זייטל.
געעפענט די טירן פונעם פארום.
אהערגעשטעלט א מעמבער סיסטעם.
מיר וועלן מעלדן מער פרטים איבער מעמבערשיפ קומענדיגע וואך אי”ה.
*
מיר זענען צופרידן צו מעלדן אז נאך פיל ארבעט איז די פארום סיסטעם גרייט פאר די ליינער וואס ווילען פירען לענגערע דיסקוסיעס, און פארלאנגען עס שוין א לענגערע צייט אין די קאמענטארן.
מיר האבן אויך צוגעשטעלט א הערליכע מאביל פארמאט מיט אלע פונקציעס, פאר קלענערע סקרינס. די מאביל ווערסיע ערשיינט אויטאמאטיש ווען מען באזוכט פון א מאביל דעווייס.
אט איז די אדרעס
http://www.balboos.com/forum
במשך דעם זומער איז עס שוין געווען אקטיוו אויף א קלענערע פארנעם און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער סוקסעספול בעזהי”ת. די ליינער און שרייבער האבן אויסגעדריקט גרויס הנאה דערפון. עס געפונט זיך שוין יעצט דארט א שלל פון ידיעות און הילף וואס קען אייך צוניצקומען.
*
מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען, אונזער איינציגע וועג אנצוהאלטן ווייטער די בעל בית אויף א בחנם’דיגע פארמאט, איז געוואנדן אין די מספר פון סובסקרייבער, נאר ווען עס איז דא א גאר גרויסע ליינער קרייז איז שייך אנצוגיין בלויז פון אדווערטייזמענטס.
מיר בעטן פון אייך בלויז איין זאך, ביטע פארשפרייט די בעל בית בכל אופן האפשרי! דערציילט דערוועגן אייערע באקאנטע און פריינט, מוטיגט זיי זיך צו סובסקרייבן, זיי וועלן אייך זיכער דאנקבאר זיין. און אזוי וועט איר אי”ה קענען ווייטער געניסן דערפון בחנם.
*
מיר זענען וויליג אנצונעמען ארטיקלען און קאלומס געשריבען דורך ליינער. אויב איר ווילט שרייבן וועגן סיי וואספארא נושא, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.
מיט כבוד
די רעדאקציע