דעם פארגאנגענעם יום כיפור האבן מיר אלע איבערגעזאגט דער ווארימער תפלה פונעם כהן גדול וואס דעטאלירט פילע גשמיות’דיגע געברויכן וואס אידן דארפן האבן, און צווישן זיי האט דער כהן גדול געבעטן: שנה שלא יצטרכו עמך בית ישראל לפרנסה זה לזה ולא לעם אחר.
איך האב זיך געמוזט אפשטעלן ביי דעם תפלה, דאס איז נישט נאר באקאנט פון יום כיפור, נאר אויך פון די הייליגע יהי רצון פון נאך תהלים וואס איז נישט אונטערשטעליג מיט העפטיגע בקשות פאר די אלע צרות וואס אידן מאכן נעבעך מיט, און דער בעל תפלה לאזט אויס: ולא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר… ותן לכל איש ואיש די פרנסתו ולכל גויה וגויה די מחסורה…
יא, אין אידיש לויטעט א שפריכווארט: מען זאל נישט מוזן אנקומען צו יענעם. אבער וואס מיינט דאס? “ביזנעס עז יוזשעל” מיינט דוקא יא צוקומען צו יענעם, קויפן און פארקויפן, סערווירן און באצאלן, אן “יענעם” איז נישטא קיין ביזנעס אין אמעריקא.
מען זאל נישט מוזן האנדלן מיט מענטשן? נישט מיט “זה לזה” און נישט “לעם אחר”?
מעגליך אז דאס איז בכלל א תפלה אז דער קללה פון בזיעת אפיך תאכל לחם זאל שוין קומען צו אן אפשטעל?
א שווערע דוחק…
נו, מוז מען צוקומען אז עס מיינט אנקומען צו “צדקה”, ונא אל תצרכינו ה”א לא לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלואתם… אוודאי ארבעטן און באקומען ערליך באצאלט איז דאך וואו געוואונטשן, נאר צו חסדים הלואות און צדקות, נתינות וועלכע קומען נישט אלץ נהנה מיגיע כפו, דאס בעט מען ביים באשעפער אז מען זאל נישט מוזן צוקומען צו קיינעם.
אלזא בעט מען ביים רבונו של עולם אז מען זאל נישט מוזן צוקומען צו קיין צדקה נישט פון קיין איד און נישט פון קיין גוי…
און דא פראביר איך זיך- אינעם סאמע הייליגסטן טאג יום כיפור נאך די עבודה- צו דערמאנען: ווען האט מיך א גוי געוואלט געבן צדקה צום לעצט? עהה, עס מיינט נישט מיר די גאנצע זאך.
און דאן כאפ איך מיר, איך בין אויפ’ן חודש’ליכען פעיראל פון פעטער שמואל’ן, שוין אמאל געשריבן דערוועגן… אנקל סעם טיילט גרויסע טשעקלעך יעדן חודש, דאס איז נישט געלט וואס איך באקום ווי א נהנה מיגיע כפו, איך האב נישט געארבעט דערפאר! איך באקום א מתנת חנם יענעמ’ס געלט!
איך האב מיך געמוזט דרוקן צו בעטן פונעם באשעפער, רבוש”ע נעם מיך אראפ פון סעקשאן 8 און פוד סטעמפס! געב גענוג געלט אז עס זאל נישט בלייבן קיין ספק צו מען קען שוין אראפגיין, עד בלי די!
ובזה אפשר לומר… אז וועגן דעם איז מען ממשיך נאכדעם: “ותן לכל איש ואיש די פרנסתו”, זאל זיין אזוי שטארק גענוג אז מען זאל נישט טראכטן פופציג מאל צו עס איז שוין געקומען די צייט אראפצוגיין פון די “עם אחר”…
די תפלה האט מיך אפגעשטעלט און געמאכט טראכטן אז עס איז בכלל נישט קיין לכתחלה! און מען בעט גאר פונעם באשעפער אז מען זאל אראפגיין ווי פריער. און דער כהן גדול האט דאס געבעטן אין די הייליגסטע צייט אין יאר, פאר גאנץ כלל ישראל!
רבוש”ע, ביטע, נעם אוועק מיין סעקשאן 8
6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/10/רבושע-ביטע-נעם-אוועק-מיין-סעקשאן-8/ קאפיע אין ארכיוו
שוין גערעגט און דיסקוסירט אסאך איבער דעם ענין, איין קלייניקייט וויל איך צולייגן,
עס איז מיר לעצטענס אויסגקומען זיך נאכצופרעגן ווי אזוי די וואס באקומען פונעם פעטער די גרויסע מוציא’ס קומען אויס אין זייער חודשליכער בוזדשעט, עס שטעלט זיך ארויס אז ווען עס קומט די צווייטער העלפט חודש הונגערט מען ביי זיי אין שטוב ווייל עס איז מער נישטא אינעם קארטל קיין געלט, מען ווארט אויפען נייעם חודש דעמאלט הייבט מען אן נאכאמאל איינצוקויפן,
דאס איז בלי ספק אזוי געפירט פון אויבן אז מ’זאל זיך דערמאנען פונעם אייבערשטען, זיך נישט פארזיכערן אינעם ביטחון קארטל וואס רופט זיך בענעפיט, הכי יש לו ב רבתי, למימינים בה הוט להזכיר בטחון בה’ למשמאילים בה הוא בטחון ב’הגאווערנמענט
עס איז אלעס שיינע מעשה’לעך, מענטשן זאגן אלץ: גיי אראפ פון די פראגרעמס און וועסט זען וואו עס וועט דיר אנהייבן צו גיין גוט, כאילו דאס איז די סוד פון הצלחה…
איך קען אפאר וואס האבן עס אויספראבירט, עס איז זייער ווייט פון רעאליטעט.
עס איז למעשה א ישועה פון הימל. עמך ישראל צריכין פרנסה.
יהודה, און איך ווייס פון כמה יונגעלייט וואס זענען אראפ די “ריכטיגע וועג” און זענען שטארק מצליח געווען, אסאך מער ווי זיי האבן זיך פארגעשטעלט. וואס הייסט די “ריכטיגע וועג”? די “ריכטיגע וועג” איז מיט פולע אמונה און פארשטענדעניש. איינער וואס פראבירט צו איבערלאזן די פראגראמן נאר ווייל מ’האט אים צוגעזאגט הבטחות, וועט נישט זיין צופרידן קיינמאל; דאס איז מיין הבטחה.
דער הויפט פראבלעם שטאמט פון דעם וואס יהודה שרייבט קלאר ארויס,
1) עס ווערט באטראכט ווי א ישועה פון הימל, ווען באמת איז עס נאר א בדיעבד,
2)עס ווערט באטראכט ווי א פרנסה, ווען באמת איז עס נאר דורכגאנג וואס מען האט ווייל מ’מיז צוקומען דערצו ביז מ’מאכט געהעריג פרנסה
פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות
פסחים קיג א
יעצט פרעג דיך אליין: האסטו שוין געשלעפט די נבלה?