אויף די אנפראגע פארגאנגענע וואך בנוגע די “דעת בעל בית” קאלום, האבן מיר באקומען פילע אימעילס פון ליינער וואס האבן פארלאנגט אז מיר זאלן פארזעצן מיט די “דעת בעל בית” קאלום, טראץ דעם וואס די פארום עקזיסטירט שוין. א טייל האבן נישט קיין געהעריגע אינטערנעט צוטריט און א טייל האבן געזאגט אז זייער צייט ערלויבט נישט אזוי ווייט צו פארברענגען אויף א פארום, אבער דאך וואלטן זיי געוואלט זען א תמצית פון וואס עס ווערט אויסגעשמועסט און נתחדש דורך די ליינער.
מיר זענען גרייט נאכצוקומען די פארלאנג, און עס קען גראדע זיין אינטערעסאנט אפילו פאר די וואס זענען זיך יא משתתף אויף די פארומ’ס בדרך קבע. אבער מיר זענען געענגט אין פערסאנעל, לכן בעטן מיר אויב עס זענען דא וואס ווילן זיך מתנדב זיין לטובת הכלל אדורורכצוגיין די פארומ’ס איון ארויסנעמען און מסדר זיין אויף א שיינע און קורצע אופן אלע חידושים וואס זענען ווערט צו ווערן אריינגעלייגט אין דעם דעת בעל בית קאלום, זאל מען זיך מעלדן צו אונז אויף אימעיל.
*
מענטשן פרעגן וואס איז פשט פון האבן סיי די קאמענטארן סיסטעם אויף איטליכע ארטיקל און סיי די פארום’ס?
מיר האלטן אן לעת עתה די קאמענטארן סיסטעם אויף די וועב זייטל ווייל מיר האלטן אז עס א שאד אנצופילן די פארומס מיט בלויז א קורצע קאמענטאר אויף א ארטיקל.
אויב איר טרעפט א ארטיקל וואס ברענגט אויף א נושא וואס איז ווערט צו דיקוסירן קען מען עפענען א נושא דערוועגן אין די פארום און מען זאל לייגן א לינק אין א קאמענטאר אויף יענע ארטיקל, אז מענטשן זאלן וויסן אז עס איז דא א שמועס דערוועגן אין די פארום’ס.
אויב איר האט נאכנישט באזוכט די פארום’ס, מאכט זיכער צו באזוכען, איר וועט זיכער הנאה האבן.
*
מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען, אונזער איינציגע וועג אנצוהאלטן ווייטער די בעל בית אויף א בחנם’דיגע פארמאט, איז געוואנדן אין די מספר פון סובסקרייבער, נאר ווען עס איז דא א גאר גרויסע ליינער קרייז איז שייך אנצוגיין בלויז פון אדווערטייזמענטס.
מיר בעטן פון אייך בלויז איין זאך, ביטע פארשפרייט די בעל בית בכל אופן האפשרי! דערציילט דערוועגן אייערע באקאנטע און פריינט, מוטיגט זיי זיך צו סובסקרייבן, זיי וועלן אייך זיכער דאנקבאר זיין. און אזוי וועט איר אי”ה קענען ווייטער געניסן דערפון בחנם.
*
מיר זענען וויליג אנצונעמען ארטיקלען און קאלומס געשריבען דורך ליינער. אויב איר ווילט שרייבן וועגן סיי וואספארא נושא, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.
mail@balboos.com
מיט כבוד
די רעדאקציע
ווארט פון רעדאקציע
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: חיי שרה תשע"ב · בעל-בית נומער: 49 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/ווארט-פון-רעדאקציע-7/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/11/ווארט-פון-רעדאקציע-7/ קאפיע אין ארכיוו