איבערבליק אויף די אויטאמאביל מארקעט

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעם דרייווערס ווינקל · דורך: ליינער · וואך: חיי שרה תשע"ב · בעל-בית נומער: 49 · דאטום: 2011-11
http://www.balboos.com/content/2011/11/איבערבליק-אויף-די-אויטאמאביל-מארקעט-2/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
איבערבליק אויף די אויטאמאביל מארקעט

מיר האבן פארשפראכן צוריקצוקומען צו די נייערע קרייסלער און דאדזש מיניווענ’ס, און אזוי אויך די נייע ניסאן קוועסט.
קרייסלער און דאדזש מיניווענ’ס
די קרייסלער “טאון-ענד-קאונטרי”, און איר קאזין, די דאדזש “גרענד קאראוואן”, זענען געשטיגן אין ראנג, ווען זיי האבן איבערגעמאכט זייער ווען לעצטע יאר, 2011. זיי האבן צוגעשטעלט גאר שטארק פארבעסערטע ווענס אין אלע הינזיכטן, און כאטש זיי זענען נאך נישט ממש אויפן שפיץ לייטער ווי די טאיאטע און האנדא מיניווענס, זענען זיי שוין כמעט דארט, און אין עטליכע הינזיכטן זענען זיי אפילו איבערגעשטיגן, ווי די קוואליטי און דעזיין פון אינווייניג איז בעסער ווי ביידע, די סיעננע און די אדיסי, ס’איז זייער רייך און עלעגאנט, און פארמאגט עטליכע פיטשערס וואס איז בכלל נישט פאראן אויף די אנדערע, ווי למשל רעמאוט סטארטער, און עס האט פיל מער פיטשערס פאר פיל ביליגער.
די ווענס זענען אויך געווארן באריכטעט ביי די אינשורענס קאמפאניס אלס די בעסטע אין “סעיפטי”, דהיינו אויב מאכט זיך א עקסידענט ח”ו, פאר קיין שום איד נישט געדאכט, איז די שטארקסטע און פארזיכערסטע מיניווען זיך צו געפינען איז די קרייסלער/דאדזש מיניווען. עס איז אויך געווען א באריכט, אז פון אלע מיניווענס האט קרייסלער/דאדזש  די ביליגסטע אינשורענס ראטעס.
אונטערשטע שורה, די נייערע ווענס האבן א בעסערע רייד, בעסערע פיטשערס, בעסערע סטירינג און ברעיקס, און זענען אויך מער “רעלייעבל” אין מערערע שטודיעס (ד.ה. עס מאכט ווייניגער פראבלעמען). בכלל האט קרייסלער אנגעהויבן א מעכטיגע אפעראציע צו הייבן איר אנזעהן און קוואליטי, נאכן זיין יארן לאנג טיף אין דער ערד און באקומען די ערגסטע צייכענונגען. אלע זייערע נייערע אויטאס זענען אויסערגעווענליך פארבעסערט, און האט שוין געווינען עטליכע פארמעסטן מיט אזעלכע ריזן ווי טאיאטע!
ווער עס געדענקט נאך, האט קרייסלער אריינגעברענגט די “אלל-ווהיל-דרייוו” אין מיניווענס, וואס קען העלפן דרייוון אין א שניי, און דרייווערס וועלכע פלאגן זיך מיט שווערע וועטערס אין זייער געגנט האבן שטענדיג געזוכט די AWD אויטאס. אבער זינט זיי האבן אנגעהויבן צו ערצייגן זייערע מיניווענס אויף אן אופן צו ערמעגליכן אלע זיצן צו פאלן ארונטער אין די ערד, האבן זיי דאס אויפגעהערט, טענה’נדיג אז די נייע דעזיינס רויבט אוועק דאס פלאץ וועלכע זיי דארפן פאר די AWD, און רוב קאסטומערס ווילן ליבערשט די זיצן זאלן קענען אריינגיין אין דער ערד ווי איידער AWD. היינט-צו-טאגס איז די סיעננע די איינציגסטע מיניווען וועלכע האט AWD. אצינד מעלדט קרייסלער אז אין די קומענדיג הוצאה, פילייכט אין יאר 2014, וועט עס צוריקקומען, לויטן פארלאנג פון די קאסטומערס.
אויך וועט אין יאר 2014 פארשוואונדן ווערן די “דאדזש גרענד קאראוואן”. קרייסלער וויל נישט מער פראדוצירן 2 ענליכע סארט אויטאס, נאר יעדע קאמפאני וועט זיך האבן זיינע אייגענע. דאדזש וועט אנשטאט באקומען א 7-פאסאזשיר קראסאווער, וואס וועט ערזעצן דעם מיניווען, און זיי זאגן אז מער מענטשן גלייכן ענדערש דעם קראסאווער.
למעשה…
אויב ווילט איר שוין גיין ליעסן א קרייסלער ווען, נעמט אין באטראכט דאס פאלגענדע: האנדא האט א 1,500$ “דעמעזש וועיווער”, ד.ה. אז ביז 1,500 דאלער דעמעזש (א עוורידזש ביי רוב ליעסערס) דארף מען נישט באצאלן ביים ענדע פון די ליעס. קרייסלער האט נישט דאס (הגם מען קען עס צוקויפן פאר עקסטער געלט), און חוץ מזה, האט קרייסלער א 500$ טשארדזש ביים צוריקגעבן דעם ליעס. סתם אזוי, אן קיין פשט פארוואס.
ניסאן קוועסט
די “ניסאן קוועסט” האט באקומען עטליכע אויסצייכענונגען פאר די מיניווען “וועלכע דרייווט דאס בעסטע” פון אלע מיניווענס, איבערשטייגענדיג דעם האנדא אודיסי, וועלכע איז שוין יארן די בעסטע. עס האט אויך א הערליכע “אינטיריאר” (אינווייניגסטע דעזיין) וואס קוקט ממש אויס ווי א “אינפיניטי” (ניסאנ’ס לוקסוריעזע אפטיילונג), אבער דאס איז וואו די מעלות ענדיגן זיך. די מיניווען איז נישט זייער פאפולער, סיי ווייל די פרייז איז נאך הויך (עכ”פ צו ליעסן זיכער), און אויך האט עס די ווייניגסטע פלאץ אינווייניג, און נוצט די מערסטע גאז פון אלע מיניווענס. די זיצן גייען אריין “כמעט” אינגאנצן אין דער ערד, און עס איז אנדערש אויסגעשטעלט ווי די איבריגע פראקטישערע מיניווענס.
ניסאן האט אויך לעצטנס אנגעהויבן א קאמפיין צו פארבעסערן זייער פראדוקציע קוואליטעט, נאכן באקומען עטליכע שלעכטע ראטעס. ניסאן האט אלץ געהאט א “געמישטע בעג”, טייל פון זייערע אויטאס הייסן גאר גוט און מיט אויסגעצייכענטע קוואליטעט, בשעת אנדערע זענען גאר נידריג. יעצט ארבעטן זיי שווער צו פאררעכטן זייערע טעותים און אריינברענגען “קאנפידענץ” אין די קאסטומערס אין די פראדוקטן פון ניסאן.
ביידע אויבנדערמאנטע מיניווענס האבן פלאץ פאר 7 פאסאזשירן, וואס קען זיין א חסרון פאר א גרעסערע משפחה. די טאיאטע סיעננע און האנדא אודיסי האבן אן אפציע צו האבן 8-פאסאזשירן.
15 פאסאזשיר ווען פון ניסאן און קרייסלער
ווער עס דארף א 15-פאסאזשיר ווען, ווייסט אז עס איז נישטא פאראן קיין גרויסע אויסוואלן, נאר פארד און GM, און ביידע זענען זייער נישט קיין געשמאקע ווענס, און גאר שטארק צוריקגעבליבן פון די היינטיגע טעכנאלאגיע. ניסאן גייט ערצייגן בקרוב א גאר נייעם 15 פאסאזשיר ווען, וואס וועט זיין די בעסטע אין קלאס. אויך קרייסלער האט פארשפראכן צוצושטעלן אזוינס אין די נאנטע צוקונפט, און מיר וועלן אי”ה אינפארמירן דעם עולם. (אצינד קען מען זיך שוין רעכטן אויף בעסערע עקספיריענס אויפן וועג צום עירפארט ווען איר דינגט דעם ווען…)

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. איבערבליק אויף די אויטאמאביל מארקעט (This post)
י״ז חשון תשע״ב at 4:16 pm#2
איבערבליק אויף די אויטאמאביל מארקעט

ווי כאפט א נפק”מ ווער א עוורי דעי מענטש, צו די זיצן גייען אריין אונטער דער ערד אדער נישט?