זינט מיר האבן געעפענט די פארום’ס האבן מיר אנולירט די אפטיילונג פון “דעת בעל הבית” ווייל מיר גלייבן אז רוב לייענער וועלן ענדערש וועלן פירן א דיעלאג דירעקט און באקומען שנעלע ענטפערס און נישט דורך די זייטן פון בעל בית און דארפען ווארטן א וואך אויף די ענטפערס.
דאך האבן מיר נאך באקומען אימעילס די וואך צו דעם אויבנדערמאנטן קאלום. לכן וועלן מיר מאכן א רעפערענדום צו מיר זאלן אנהאלטן דעם קאלום פון דעת בעל הבית.
אזוי אויך, צו וואלט געווען אינטערעסאנט אריינצולייגן יעדע וואך א קיצור פון אינטערעסאנטע נושאים וואס זענען נתבאר געווארן אין די פארום’ס. אדער איז עס איבעריג וויבאלד מען האט שוין אלעס געלייענט דארט?
איר קענט זאגן אייער מיינונג דורך אימעיל, אדער דירעקט אין די קאמענטארן.
*
מענטשן פרעגן וואס איז פשט פון האבן סיי די קאמענטארן סיסטעם אויף איטליכע ארטיקל און סיי די פארום’ס?
מיר האלטן אן לעת עתה די קאמענטארן סיסטעם אויף די וועב זייטל ווייל מיר האלטן אז עס א שאד אנצופילן די פארומס מיט בלויז א קורצע קאמענטאר אויף א ארטיקל.
אויב איר טרעפט א ארטיקל וואס ברענגט אויף א נושא וואס איז ווערט צו דיקוסירן קען מען עפענען א נושא דערוועגן אין די פארום און מען זאל לייגן א לינק אין א קאמענטאר אויף יענע ארטיקל, אז מענטשן זאלן וויסן אז עס איז דא א שמועס דערוועגן אין די פארום’ס.
אויב איר האט נאכנישט באזוכט די פארום’ס, מאכט זיכער צו באזוכען, איר וועט זיכער הנאה האבן.
*
מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען, אונזער איינציגע וועג אנצוהאלטן ווייטער די בעל בית אויף א בחנם’דיגע פארמאט, איז געוואנדן אין די מספר פון סובסקרייבער, נאר ווען עס איז דא א גאר גרויסע ליינער קרייז איז שייך אנצוגיין בלויז פון אדווערטייזמענטס.
מיר בעטן פון אייך בלויז איין זאך, ביטע פארשפרייט די בעל בית בכל אופן האפשרי! דערציילט דערוועגן אייערע באקאנטע און פריינט, מוטיגט זיי זיך צו סובסקרייבן, זיי וועלן אייך זיכער דאנקבאר זיין. און אזוי וועט איר אי”ה קענען ווייטער געניסן דערפון בחנם.
*
מיר זענען וויליג אנצונעמען ארטיקלען און קאלומס געשריבען דורך ליינער. אויב איר ווילט שרייבן וועגן סיי וואספארא נושא, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.
mail @ balboos.com
מיט כבוד
די רעדאקציע
ווארט פון רעדאקציע
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: וירא תשע"ב · בעל-בית נומער: 48 · דאטום: 2011-11-07
http://www.balboos.com/content/2011/11/ווארט-פון-רעדאקציע-6/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/11/ווארט-פון-רעדאקציע-6/ קאפיע אין ארכיוו