עפל איז מודה אז נייע אייפאון האט באטערי פראבלעמען
זינט די אייפאון S4 איז ארויסגעקומען, האבן מענטשן דיך אפגערעדט אז די באטערי לויפט אויס שנעלער ווי עס וואלט געדארפט.
עפל האט קודם פארלייקענט אז עס זאל זיין עפעס א פראבלעם. אבער די וואך האט עפל עמטליך מודה געווען אז די סיבה דערצו זענען געוויסע באגס אין IOS 5, און זי וועט בקרוב ארויסגעבן א סאפטווער אפדעיט וואס וועט פאררעכטן די פראבלעם.
קאשער-פעסט שאו אין סיראקיוז נוי זשערסי
די וואך דינסטאג און מיטוואך וועט פארקומען די יערליכע קאשער-פעסט שאו
אין סיראקיוז נוי זשערסי.
עס איז א שאו בעיקר פאר די כשר’ע עסן אינדוסטרי, אבער פיל אנדערע אידישע ביזנעסער, בעיקר אין די “ביזנעס צו ביזנעס” סערוויס ליין טוען זיך אויך באטייליגן.
עס ווערט אהערגעשטעלט שוין די דריי און צוואנציגסטע יאר דורך ר’ מנחם לובינסקי נ”י פון ברוקלין.
די בעל בית וועט אי”ה דארט זיין, און ברענגן א באריכט די קומענדיגע וואך פאר די חשובע ליינער איבער די גרעסטע היימישע ביזנעס שאו.
kosherfest.com
גימעיל באקומט א נייע אויסזען
אין די צייט וואס אלע אנדערע גרויסע וועב-מעיל פראוויידארס ווי AOL האטמעיל און יאהו האבן שוין פון לאנג איבערגעארבעט און פארשענערט די אויסזען פון די אימעיל בלאט, ווי אויך צוגעלייגט פארשידענע פונקציעס, איז גוגל געבליבן ביים אלטן.
גוגל האט שוין מודיע געווען פאר עטליכע וואכן צוריק אז זיי ארבעטן אויף א נייע אויסזען פאר גימעיל. די וואך האבן רוב באנוצער (גוגל עפס באנוצער דארפן ווארטן אז די אדמיניסטראטאר זאל עס אפראווען) באקומען די אויסוואל צו טוישן שוין יעצט צו די נייע אויסזען, און מען קען (דערווייל) צוריקטוישן אויב מען איז נישט צופרידן. עווענטועל וועט אבער די אלטע אויסזען ווערן אנולירט.
אין די בעל בית פארומס האבן עטליכע שרייבער אויסגעדריקט אומצופרידענהייט פון די נייע אויסזען. אבער עס איז גוט צו וויסן אז מען קען קאסטומייזן ווי שטארק צושפרייט עס זאל זיין און אזוי אויך קען מען טוישן די בעקגראונד און די קאלירן און צופאסן דעם אויסזען מער צו די אייגענע געשמאק.
גוגל פארבעסערט זוך רעזולטאטן
ווי איר האט שוין מן הסתם באמערקט אין די לעצטערע חדשים האבן זיך גוגל זוך רעזולטאטן שטארק געטוישט מיט דעם אז עס שפיגלט אפ די נייעס אדער נייערע וועב זייטלעך פיל מער ווי אמאל.
נישט לאנג צוריק איז כמעט נישט מעגליך געווען צו טרעפן פרישע תוכן אין די רעזולטאטן, וויבאלד גוגל האט צוגעטיילט דין קדימה פאר עלטערע זייטלעך און תוכן. אבער דאס האט זיך לעצטענס היבש געטוישט.
די וואך האט גוגל געמאלדן אז זיי וועלן אנהייבן צו לייגן נאך מער געוויכט אויך די פרישקייט פון די תוכן. אבער זיי פרובירן עס צו באגרעניצן נאר צו געוויסע זאכן וואס דארט איז פרישער בעסער, ווי צב”ש נייעס וכדומה.
נייעס
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: וירא תשע"ב · בעל-בית נומער: 48 · דאטום: 2011-11-07
http://www.balboos.com/content/2011/11/נייעס-22/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/11/נייעס-22/ קאפיע אין ארכיוו