נייעס

13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: משפטים , תשע"א · בעל-בית נומער: 34 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/נייעס-10/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

סטיוו דזשאבס טרעט צייטווייליג אפ פון עפל פירערשאפט

א לייכטע טרייסל איז אדורך די טעכנאלאגיע און ביזנעס וועלט מיט די מעלדונג פון סטיוו דזשאבס, דער גלענצענדער גרינדער און פירער פון עפל, אז ער וועט אפטרעטן פון די “טאג צו טאג” פירערשאפט אין עפל, כדי צו קאנצוטרירען אויף זיין געזונט.
די מעלדונג וואס איז געקומען אין די פארעם פון א אימעיל צו די עפל ארבעטער, האט ארויסגערופען מער שאלות ווי תירוצים. עס איז נישט די ערשטע מאל וואס דזשאבס פארלאזט די פירמע צוליב געזונט אנגעלעגנהייטן, אבער עס איז די ערשטע מאל וואס ער געט נישט אן א טערמין ווען ער וועט צוריקומען.
אין יאר 04′ למספרם איז ער אדורך אן אפעראציע ארויסצונעמען א שעדליכע טומאר, מיט צוויי יאר צוריק האט דזשאבס געמאלדן אז ער וועט אפטרעטן פאר זעקס חדשים, צוליב א לעבער טראנסנפלאנציע, און ער איז טאקע דערנאך צוריקגעקומען. אין ביידע פעלער האט ער איבערגעגעבן די פירערשאפט פון עפל צו טים קוק, COO פון עפל.
הגם דזשאבס פארזיכערט אין זיין אימעיל אז עס איז בלויז א צייטווייליגע זאך, און ער וועט ווייטער זיין פארמישט אין גרעסערע סטראטעגישע באשלוסן, האט די פאקט אז ער האט נישט געמאלדן א באשטימטע צייט ווען ער פלאנט צוריקצוקומען, ארויסגערופן שמועות אז זיין געזונטהייט איז נישט פויגעלדיג. אלץ רעזולטאט האבן עפל סטאקס געטראסקעט מיט פיר פראצענט אין דעם קומענדיגן טאג.
אזוי אויך האבן זיך אנגעהויבן צו הערן זארגן צו עפל וועט קענען ווייטער בליען אן די וויזיאנערישע פירערשאפט פון סטיו דזשאבס. אנדערש ווי אנדערע ביזנעסער, איז סטיוו דזשאבס גאר ענג פארבינדן מיט די הצלחה פון עפל, מאנכע באטראכטן אים אלץ אומטיילבארע חלק פון עפל’ס וויזיע און געשמאק, וואס פארגרעסערט די זארגן אויב ער איז בכלל ערזעצבאר, אויב און ווען זיין צייט וועט קומען צו פארלאזן די פירמע גענצליך.

עריק שמידט גיבט צוריק פאזיציע פון CEO צו לערי פעידזש

נאך א גרויסע פירערשאפט טויש איז פארגעקומען די וואך אין סיליקאן וועלי, הגם עס רופט נישט אויס צופיל זארג אזוי ווי די נייעס פון עפל, איז עס נאך אלץ גאר גרויסע נייעס.
עריק שמידט, די יעצטיגע CEO פון גוגל האט אפגעטרעטן פון זיין אמט און עס איבערגעבן, בעסער געזאגט צוריקגעגעבן, פאר לערי פעידזש, וואס האט צוזאמען מיט סערגעי ברין געגרינדעט גוגל אין 96′ זייענדיג צוויי אידישע סטודענטן אין סטענפארד יוניווערסיטי.
אין 98′ ווען גוגל איז אפיציעל געגרינדעט געווארן, איז לערי פעידזש געווארן דער CEO און סערגעי דער פרעזידענט. און 01′ ווען גוגל האט אנגעהויבן צו בליען און ווערן א ערענסטע פינאנציעלע מאכט, האבן די צוויי אינגע קאמפיוטער סייענטיסטן איינגעזען אז זיי וועלן מוזען אויפנעמען א געהעריגע CEO מיט א רייכע ביזנעס ערפארונג וואס זאל אנפירן די ביזנעס חלק. זיי האבו דאן אויפגענומען עריק שמידט וואס האט געהאט א לאנגע קאריערע אין פירערשאפט פאזיציעס מיט עטליכע טעכנאלאגיע ריזן ווי זעראקס, סאן מייקרא סיסטעמס און נאוועל. אינטער זיין פירערשאפט איז גוגל געוואקסן צו די פינאנציעלע ריז וואס עס איז היינט.
אין א בלאג פאוסט, מעלדט שמידט איבער די פירערשאפט טויש, ער זאגט אז לויט זיין מיינונג איז דער זיבן און דרייסיג יעריגער פעידזש “גרייט צו פירן”. אין אנדערע ווערטער, ער איז שוין גענוג ערוואקסן און ערפארן צוריקצונעמען די לייצעס. שמידט וועט ווייטער בלייבן אין א גאר הויכע פאזיציע, בעיקר וועט ער זיך אפגעבן מיט אינדערויסענדיגע ענינים, צו פארהאנדלען מיט אנדערע פירמעס און די גאווערמענט, און וועט דינען אלץ פערזענליכע ראטגעבער פאר די צוויי גרינדער.
אינוועסטירער און אנאליסטן האבן אויפגענומען די נייעס גאנץ פאזיטיוו, און עס האט נישט געהאט קיין קענטליכע ווירקונג אויף די גוגל סטאקס פרייזן.

וואס פלאנט ספרינט צו אנטדעקן?

לעצטענס איז ווערייזאן געווען אסאך אין די העדליינס, סיי ביי די CES שאו ווי זיי האבן געהאט עטליכע נייע טעלעפאנען און מעלדונגען וואס האבן זיי געברענגט פאזיטיווע העדליינס. און דערנאך די גרויסע (סורפרייז) מעלדונג אז די אייפאון קומט אריבער צו זייער נעטווארק. ספרינט איז געווען גאנץ שטיל און איינגעהאלטן די גאנצע צייט, אפילו ביי די CES שאו האבן זיי נישט געהאט קיין שום ספעציעלע מעלדונגען און פראדוקטן, נאר בלויז אויף יוצא צו זיין. ספרינט נויטיגט זיך שטארק אין עפעס גוטע נייעס, ווייל דערווייל האלטן זיי נאך אלץ אין איין פארלירן סובסקרייבערס.
יעצט האבן זיי ארויסגעשיקט צו א געקליבענע צאל רעפארטערס א שיין גראפירטע איינלאדענונג צו א ספעציעלע פארזאמלונג אין ניו יארק ווי זיי וועלן ווייזן די נייע פארשריט פון ספרינט “וואס וועט זיין די ערשטע אין די אינדוסטריע”. די פארזאמלונג וועט פארקומען פאברואר 7, נאר פאר געליידענטע געסט. עס איז נישט מסתבר אז עס וועט זיין די אייפאון, ווייל ספרינט איז נישט די ערשטע אין די אינדוסטרי דערמיט, עטליכע האבן אויפגעברענגט א סברה אז מעגליך עס וועט זיין די אייפאון מיט 4G ספיד, וואס דאס איז נאכנישט בנמצא.
נאך השערות:
די בלעקבערי פלעיבוק טעבלעט. דאס איז אויך נישט ממש קיין נייעס, ווייל עס איז שוין פון לאנג באקאנט אז ספרינט וועט עס האבן אויף זייער נעטווארק.
א טעבלעט אדער פאון פון HP וואס וועט לויפן אויף די נייע איבערגעארבעטע webOS וואס HP האט אפגעקויפט פון פאלם.דאס איז גאנץ מעגליך, ווייל עס איז נאכנישט קלאר צופיל פרטים דערוועגן.
ווי אזוי עס זאל נישט זיין, קוקט אויס, לויט די הכנות,  ווי ספרינט רישט זיך אויף עפעס א ערענסטערע מעלדונג און נישט סתם נאך עפעס א נייע פאון.

געגנב’ט פון פליקער? א פליק פון 47 טויזנט שקל

אין מדינת ישראל איז א פאבלישיג פירמע באשטראפט געווארן מיט 47 טויזנט שקל פארן זיך באנוצט מיט 2 בילדער פונעם וועבזייטל “פליקע ר” אין א ביכל וואס פרעזענטירט פארשידענע מאפעס און בילדער.
די צוויי מדינת ישראל פאטאגרעפירער האבן ארויפגעלייגט די בילדער אויף פליקער אונטערן לייסענס פון creative common וועלכע באדייט אז מען מוז געבן קרעדיט, מען טאר נישט פארדינען קיין געלט דערויף, און מען טאר נישט ארומרירען אדער צולייגן צום בילד.
די פאבלישונג פירמע האט געטענ’הט אז זי האט געפונען די בילדער אויף אנדערע זייטלעך אויפן אינטערנעט אן קיין דעטאלן פון וואו דאס קומט.
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אזאלכע קלאגעס ווערן אריינגעגעבן דורך פאטאגרעפירער, און פיפיגע פאטאגרעפירער קענען פארדינען גרויס געלט פון אזאלכע קלאגעס.
מאנכע ווייסן נישט די לעגאלע הארבקייט פון זיך באנוצן מיט בילדער וואס מען געפונט אויפן אינטערנעט פאר אייגענע געברויכן, דעריבער איז דאס ספעציעל וויכטיג צו באריכטן.

January 24, 2011 at 2:39 PM#2
נייעס

זייער אינטערעסאנטע נייעס די וואך. און זייער שיין באשריבן, מיט אביסל בעקגראונד אינפארמעשאן אויף יעדע נושא.
איך האב נישט געוויסט אז “ביידע” מיסדים פון גוגל זענען אידן, איך האב נאר געוויסט אז זערגעי ברין איז א רוסישע איד פון ברוקלין, כאב אבער נישט געוויס אז דער צווייטער איז אויך, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, איז עס א זיכערע זאך?

January 24, 2011 at 3:20 PM#3
נייעס

איך וואלט געוואלט בעטן פון דעם “בעל הבית” אז מען זאל ביטע נישט אריינלייגן אין דעם אויסגאבע קיין בילדער פון גוים, עס איז נישט וויכטיג און עס איז נישט ריכטיג.
יישר כח

January 24, 2011 at 3:22 PM#4
נייעס

יא אנטשולדיגט, איך האב נישט געכאפט אז עס איז אידן…
איך האב געוואלט בעטן מען זאל אויך נישט אריינלייגן קיין בילדער פון אזעלכע אידן…
און אפי’ פון סתם אידן דארף מען נישט אריינלייגן קיין בילדער, בילדער פון מענטשן איז א זאך וואס באלאנגט נישט אין קיין אידישע אויסגאבע בכלל.

January 24, 2011 at 3:23 PM#5
נייעס

אנטשולדיגט צום צווייטן מאל (וואס זאל איך טון אז איינמאל מען פאוסט א קאמענט קען מען עס שוין נישט פאררעכטן), די בילדער איז יא פון גוים.

January 24, 2011 at 3:47 PM#6
נייעס

גם אני הקטן מצטרף צו די טייערע בקשה.

ס’גיט זייער נישט קיין אידישליכן אויסזען צו זען אזוינע פארגרעבטע גויים. פאר דעם דארפן מיר נישט בעל הבית, דאס קענען מיר דאך נעמען פון וואו בעל הבית האט עס גענומען….

דאס שטארקייט פון בעל הבית איז, אז ס’איז ריין על טהרת הקודש. ביטע ווייטער אנהאלטן אזוי.

ישר כח

יואל וואלף

January 24, 2011 at 6:41 PM#7
נייעס

די פליקר נייעס איז מיר העכסט אינטערסאנט. נישט אפט וועט מען דיר אנקלאגן פאר’ן נוצן א בילד פון די אינטערנעט, אבער איינמאל דער פאטאגרעפער זעהט עס און באשלוסט צו גיין אלדעווועי, ביסטו דערנאך פאר די רעסט אוו יור לייף. און ער גייט זיין גערעכט.

January 27, 2011 at 11:44 AM#8
נייעס

צוויי געוואלדיגע נייעס איז דא איבער טעק. און גוגעל לעצטענס.
איינס אז מען לייגט שוין אריין NFC טשיפס אין די פאונס, ד.מ. אז נאך אביסל וועט איר שוין קענען קויפן ביים ווענדינג מאשין מיט אייער טעלעפאון
דא האט די לינק
http://phandroid.com/2011/01/25/hidden-gingerbread-code-shows-nfc-write-capabilities-already-available-video/

צווייטנס איז אז GOOGLE VOICE האט אנגעהויבן PORTING פאר דיינע פאון נאמבערס. ד.ה. ווען די ווילסט מיטנעמן דיין פאון נאמבער פון סיי ווי, לענדליין אדער סעל, צו גוגעל וואויס קענט איר דאס טוען,
דא האט איר די לינק
http://phandroid.com/2011/01/25/google-voice-number-porting-goes-official-google-buys-voicemail-app-company/

January 27, 2011 at 1:25 PM#9
נייעס

באמת אינטערסאנט ווי אזוי SPRINT איז אזוי ארויף אין די נומבערס איבער קאסטאמער סערוויס.
דא האט איר די לינק
http://www.businesswire.com/news/home/20110125005960/en/Sprint-Takes-Lead-Call-Satisfaction-Call-Resolution

וואס איז אייער עקפיריענס מיט SPRINT קאסטומער סערוויס?

January 28, 2011 at 12:11 PM#10
נייעס

אאאאפס!!!! VERIZON גייט בארג אראפ,
דא האט איר די לינק
http://phandroid.com/2011/01/27/verizon-no-longer-nations-number-one-carrier-for-now/

אבער זייט נישט באזארגט, דער VERIZON CEO Ivan Seidenberg איז גענוג א געריבענער חברה’מאן ער וועט עס צוריקכאפן גאנץ בקרוב